אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג אוגוסט 25, 2019 6:30 pm

גרשון, קומסט אריין קלאר!
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג אוגוסט 25, 2019 8:17 pm

כ'האב באמערקט אז איך בין נישט אינגאנצן גערעכט געווען - "יאפאניש" און "יאפאנער" זענען נישט ממש קיין טעותים, אסאך פלעגן אזוי שרייבן (אזוי אויך פארטיגאליש), כאטש היינט איז עס נישט פאפולער. "כינעזער" און "כינעזיש" קומט יא אזוי לויט יעדן. זע אויך לינק
http://beta.hebrewbooks.org/pdfpagefeed ... 3&pgnum=33
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

בעל הנס
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

תגובהדורך בעל הנס » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 10:11 am

Think and Thank האט געשריבן:די לאנד גריכלאנד איז לפי מיטב ידיעתי געשאפן געווארן בערך פינף יאר צוריק דורך ר' זלמן ווידער. ביז דאן האט די שטח געהייסן גריכנלאנד.

אויב איינער קען דעם שרייבער פון 'די וואך אין שריפט' זאל ער אים ביטע איבערגעבן.

כ'האלט ווי דיר לגבי שרייבן. אבער מאכסט נאר א קליינע טעות, זיי ביידע רעדן פון גרינלאנד, נישט גריכלאנד / גריכנלאנד.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 11:15 am

בעל הנס האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:די לאנד גריכלאנד איז לפי מיטב ידיעתי געשאפן געווארן בערך פינף יאר צוריק דורך ר' זלמן ווידער. ביז דאן האט די שטח געהייסן גריכנלאנד.

אויב איינער קען דעם שרייבער פון 'די וואך אין שריפט' זאל ער אים ביטע איבערגעבן.

כ'האלט ווי דיר לגבי שרייבן. אבער מאכסט נאר א קליינע טעות, זיי ביידע רעדן פון גרינלאנד, נישט גריכלאנד / גריכנלאנד.

נאופ. זלמן האט גערעדט פון די עקאנאמישע קריזיס אין גריכלאנד (נישט היינט, פינף יאר צוריק), און די וואך באווארנט אז מען זאל נישט אויסמישן גרינלאנד מיט גריכלאנד.

אגב, די אידישע גוגל קיבארד האט בלויז גריכנלאנד מיט א נ'.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 10:57 am

וועלכע/וואסערע?

טשולענט בונדלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 14, 2019 2:18 pm

תגובהדורך טשולענט בונדלעך » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:14 am

איך מיטשע מיר שוין מיט דעם א לאנגע צייט, קוויטעל אדער קוויטל, גלייבען אדער גלייבן, עסען אדער עסן?? ועוד ועוד
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:21 am

טשולענט בונדלעך האט געשריבן:איך מיטשע מיר שוין מיט דעם א לאנגע צייט, קוויטעל אדער קוויטל, גלייבען אדער גלייבן, עסען אדער עסן?? ועוד ועוד

איבער די כללים קוק איבער די לעצטערע עמודים, די דריי אויסגערעכנטע קומען אלע אן די צווייטע ע'

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:34 am

היימישער הייקער האט געשריבן:וועלכע/וואסערע?

וועלכע, וואספארא.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:48 am

טשולענט בונדלעך האט געשריבן:איך מיטשע מיר שוין מיט דעם א לאנגע צייט, קוויטעל אדער קוויטל, גלייבען אדער גלייבן, עסען אדער עסן?? ועוד ועוד

ווען א ווארט ענדיגט זיך מיט ל' נאכגעפאלגט א שוא קלאנג, קומט, דאכט זיך, קיינמאל נישט קיין ע'. ס'קומט דעריבער "קוויטל."

ווען ס'ענדיגט זיך מיט א ן' איז עס אביסל מער קאמפליצירט. רוב מאל קומט עס אויך אן דעם ע', ווי "גלייבן" און "עסן," חוץ אויב דער אות וואס האט דעם שוא/סגול איז איינע פון די אותיות: מ, נ, נג, נק, און אין געוויסע פעלער אויך ל.

מ: ווי אין די ווערטער קומען, שווימען, בלומען, אויסרימען.

נ: ווי אין די ווערטער שפינען, רינען, זינען, בינען.

נג: ווי אין די ווערטער געגאנגען, געזונגען, געקלונגען, לאנגען.

נק: ווי אין די ווערטער דאנקען, געדענקען, בלינקען, שענקען.

ל: ביי דעם ווענדט זיך צי דער אות פאר'ן ל' איז א וואקאל - א, ו, י' און ע' - אדער א קאנסטאנאנט - אלע אנדערע אותיות. אויב איז עס א וואקאל, קומט נישט קיין ע', ווי אין די ווערטער אפקילן, קוועלן, קוילן, מאלן. אבער אויב איז א קאנסטאנאנט, קומט יא אן ע', ווי אין די ווערטער הימלען, צימבלען, אינזלען, שימלען.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

יענקל אלצווייסער
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:30 pm

תגובהדורך יענקל אלצווייסער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:07 pm

א פראגע וואס באדערט מיר שוין לאנג: וויאזוי זאל מען זאגן Well אין די אידישע שפראך?
די ענטפער זאל נישט זייןן "אקעי" אדער "איך-הער" נאר עפעס קורץ און שארף וואס זאל ערזעצן דעם ווארט
טראכט גוט וועט זיין גוט, טראכט גארנישט וועט זיין נאך בעסער!

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:15 pm

יענקל אלצווייסער האט געשריבן:א פראגע וואס באדערט מיר שוין לאנג: וויאזוי זאל מען זאגן Well אין די אידישע שפראך?
די ענטפער זאל נישט זייןן "אקעי" אדער "איך-הער" נאר עפעס קורץ און שארף וואס זאל ערזעצן דעם ווארט

נישט אויף אלע ענגלישע אויסדרוקן איז פארהאן אן אידישן אפטייטש, וכן להיפך. די בעסטע וואס איך האב געקענט אויפקומען, פאר אן הצלה פורתא, איז די ווארט 'ווארום', ס'מיינט אבער היבש אנדערש. און האב נישט קיין טענות אויב די צוהערער וועלן דיר אויסלאכן..
קען זיין ס'דא בעסערע, אדרבא

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:18 pm

בס"ד

ווענדט זיך די קאנטעקסט - אוואו דער חמור שטייט איין.

קען זיין,

-נו,
-אלזא,
-בקיצור,
-נו, נו,
-הכלל,
-איז,
-וואס מיינסטו,

ועוד
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:23 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

ווענדט זיך די קאנטעקסט - אוואו דער חמור שטייט איין.

קען זיין,

-נו,
-אלזא,
-בקיצור,
-נו, נו,
-הכלל,
-איז,
-וואס מיינסטו,

ועוד

;l;p-
באמת עטליכע פון דיינע איז אביסל שווערער צו כאפן, ברויכסט צולייגן טראפן, למשל אז 'נו' קומט צוזאגן מיט אזא האלבער מלאופים און א שארפן שאורט סטאפ

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:38 pm

יענקל אלצווייסער האט געשריבן:א פראגע וואס באדערט מיר שוין לאנג: וויאזוי זאל מען זאגן Well אין די אידישע שפראך?
די ענטפער זאל נישט זייןן "אקעי" אדער "איך-הער" נאר עפעס קורץ און שארף וואס זאל ערזעצן דעם ווארט

דו מיינטס ווען די ווארט נאכדעם איז 'אבער'?

אין ארה"ק איז 'בסדר' שטארק אין באנוץ. וכמאמר רביה"ק אין א סדר איז אויך דא מרור...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

יענקל אלצווייסער
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:30 pm

תגובהדורך יענקל אלצווייסער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 1:01 pm

איך מיין צו זאגן, אז ווען דו וועסטיך טענה'ן מיט איינעם, אדער דו געפינסט זיך אויפ'ן דעבטאע פלאטפארמע און דו ווילסט אפפרעגן זיינע באמערקונגן און באהפויטונגן. עס איז דא א וועג, פון גלייך גיין צום פונקט, אבער אין עינגליש וואלט מען דאן גע'געבן א קוועטש די ווארט Well, וואס אין אידיש האב איך נאכנישט געטראפן די ריכטיגע זאץ דערפאר. עס איז דא די ווערטער, נו, אלזא, הכלל, אבער די באדייט דערפון איז נישטאמאל קיין ווייטע קאזינס פון דעם ווארט.
טראכט גוט וועט זיין גוט, טראכט גארנישט וועט זיין נאך בעסער!

טשולענט בונדלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 14, 2019 2:18 pm

תגובהדורך טשולענט בונדלעך » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 5:02 pm

גרשון האט געשריבן:
טשולענט בונדלעך האט געשריבן:איך מיטשע מיר שוין מיט דעם א לאנגע צייט, קוויטעל אדער קוויטל, גלייבען אדער גלייבן, עסען אדער עסן?? ועוד ועוד

ווען א ווארט ענדיגט זיך מיט ל' נאכגעפאלגט א שוא קלאנג, קומט, דאכט זיך, קיינמאל נישט קיין ע'. ס'קומט דעריבער "קוויטל."

ווען ס'ענדיגט זיך מיט א ן' איז עס אביסל מער קאמפליצירט. רוב מאל קומט עס אויך אן דעם ע', ווי "גלייבן" און "עסן," חוץ אויב דער אות וואס האט דעם שוא/סגול איז איינע פון די אותיות: מ, נ, נג, נק, און אין געוויסע פעלער אויך ל.

מ: ווי אין די ווערטער קומען, שווימען, בלומען, אויסרימען.

נ: ווי אין די ווערטער שפינען, רינען, זינען, בינען.

נג: ווי אין די ווערטער געגאנגען, געזונגען, געקלונגען, לאנגען.

נק: ווי אין די ווערטער דאנקען, געדענקען, בלינקען, שענקען.

ל: ביי דעם ווענדט זיך צי דער אות פאר'ן ל' איז א וואקאל - א, ו, י' און ע' - אדער א קאנסטאנאנט - אלע אנדערע אותיות. אויב איז עס א וואקאל, קומט נישט קיין ע', ווי אין די ווערטער אפקילן, קוועלן, קוילן, מאלן. אבער אויב איז א קאנסטאנאנט, קומט יא אן ע', ווי אין די ווערטער הימלען, צימבלען, אינזלען, שימלען.

א גרויסן יישר כח
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 3:14 pm

וויאזוי שרייבט מען ריכטיג?
דורכויס? דורכאויס? אדער גאר אויף א דריטע וועג?

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 4:09 pm

אילו זכינו האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען ריכטיג?
דורכויס? דורכאויס? אדער גאר אויף א דריטע וועג?

דורכאויס.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 4:50 pm

ייש"כ

און וויאזוי שרייבט מען "אבאכט"? ואס מיינט "געהיטן", געוואטשט.
למשל: ער האט זייער אבאכט געגעבן דערויף...
איז עס גוט געשריבן אזוי?

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 5:56 pm

אילו זכינו האט געשריבן:ייש"כ

און וויאזוי שרייבט מען "אבאכט"? ואס מיינט "געהיטן", געוואטשט.
למשל: ער האט זייער אבאכט געגעבן דערויף...
איז עס גוט געשריבן אזוי?

איך שרייב "גיבט אפ-אכט" זינט דאס איז דער ארגינאלער ווארט, אבער כ'מיין דער עולם פירט זיך צו שרייבן ווי דיר

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 11:39 am

וועלטניק האט געשריבן:

מ'קען אויך אינגאנצן אויסלאזן דעם "אפ" - געב אכט.
לעצט פאראכטן דורך גרשון אום זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 11:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 11:39 am

.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:35 pm

אדער געב אכטונג
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:49 pm

שרייבט מען באפעלקרונג אדער באפעלקערונג?
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2967
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:58 pm

באפעלקערונג.

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט