בלאט 1 פון 167

אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2006 10:31 am
דורך יעקב אלי בראך
און די לעצטע 24 שעה וואס איך האב ב"ה אנגעהויבן צו שרייבן דאהי האב איך מיך אידיש געלערנט אסאך מער ווי אלע מיינע בחורישע יארן, אבער איך ברויך נאך אביסל הילף.
לאמיר זאגן פאמעלעך
איז אינטערעסאנט, ליינט זיך בעסער, אויב נאך יעדע, צוויי אדער דריי ווערטער, געפינט זיך אזוינס, אדער נישט?
איך באמערק שוין, נישט ווילד נאר נאך אפאר ווערטער, לכאורה אזוי מאכט עס מער פשט.
נאך א פראגע וואס דאס איז נאך שווערער ביי ענגליש, ווי אזוי שרייבט מען דארט מעסערnife, נישט אזוי נאר knife, דאס זעלבע ביים קלאפן נישט nock נאר knock גיי פארשטיי.
איז ביי אידיש אלעס וואס מען הערט זאגט מען אדער אדער נישט?
מיר רעדן בדרך כלל

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2006 11:19 am
דורך זארעכפעפער
בדרך כלל שרייבט מען דעם אידיש לויטן ליטווישן אידישן אקצענט.

למשל ביי די גאליציאנע/פוילישע/אונגארישע אידיש איז דער מלאופים און דער חיריק דער זעלבער אויסדריק, מיטן זעלבן אקצענט, דעריבער למשל ווען מען זאגט דאס ווארט "און/אין" אדער דו/די הערט זיך דער אקצענט אן דער זעלבער.

אנדערשט איז אבער ביים שרייבן, וואס דער ווארט "און" (מיט א וא"ו - וואס דאס איז במקום מלאופים אין אידישן גראמאטיק), מיינט: יעקב אלי' "און" איך זענען אצינד דא. און דאס ווארט "אין" (מיט א יו"ד - וואס דאס איז במקום חיריק אין אידישן גראמאטיק) מיינט: יעקב אלי' איז "אין" די קרעטמשמע .

דאס זעלביגע איז מיט'ן ווארט "די/דו".
"די" (מיט א יו"ד-חיריק) מיינט: "די" קרעטשמע לעבט; "דו" (מיט א וא"ו-מלאופים) מיינט: "דו" ביסט אצינד אין די קרעטשמע.

דאס זעלבע איז מיט "ווי/וואו".
"ווי" (מיט א יו"ד-חיריק) מיינט: א שטייגער "ווי" יעקב אלי' וואס איז נאך ניי; "וואו" מיט א אל"ף-וא"ו-מלאופים) מיינט: "וואו" ביסטו יעקב אלי'.

ואידך זיל גמור.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2006 11:22 am
דורך יעקב אלי בראך
זייער געוואלדיג זארעכפעפער ישרכח

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2006 1:07 pm
דורך יעקב אלי בראך
צו ווייזן אפאר דוגמאות אז אפילו אין לשה''ק קומט א יודעל נאך א סעיגול
כן עינינו אל ד' אלוקינו עד שזיחוננו
הגבור לנצח והנורא בנוראותזיך,
אין אמתן איז דא נאך למשל והשב את העבודה לדביר ביתזך אבער דארט איז די יודעל פארדעם קען מען נישט ברענגעין קיין ראיה

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2006 3:02 pm
דורך סאכדעס
שיחוננו? מסתמא האסטו געוואלט שרייבן שיחננו

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2006 3:22 pm
דורך מרן אדמו"ר
לשה"ק האט אנדערע כלולים ווי אידיש

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2006 3:34 pm
דורך מאשקע
יעקב אלי' בראך האט געשריבן:עד שזיחוננו


מרן אדמו"ר האט געשריבן:לשה"ק האט אנדערע כלולים ווי אידיש



וויל איך וויסן, זינט ווען לייגט מען צו א "ו" ווען מ'זאגט א קמץ ביי א לשה"ק ווארט?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2006 4:48 pm
דורך זארעכפעפער
מען דארף קענען דקדוק, צו וויסן דעם חילוק וואו עס קומט א סגו"ל מלא (כ'מיין אזוי הייסט עס).

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2006 4:55 pm
דורך מאשקע
רחמנא ליצלן.
ווילסט מיר זאגן אז יחננו און כללים קומען מיט א "ו"?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2006 4:59 pm
דורך זארעכפעפער
שוין ווייטער פארשטייסטו קאפויער... עה... כ'מאך נאר א וויץ... כ'ווייס אז דו קאפויעסט דאס לכתחלה...

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2006 5:04 pm
דורך סאכדעס
קוקט ביטע דא

זארעכ, אודה ולא אבוש, זעהנדיג דיין תגובה, האביך פרובירט אויפמישן די קעמערלעך פון מיין זיכרון, פון די צייטן וואס כאב עוסק געווען אין דקדוק, אבער כאב נישט געדענקט דעם ווארט סגול מלא, כאב שוין זיך געוואלט נעמען איבער דיינע ביינער, אבער פון הימל האט מען מיר פארמיטן מיט איין גוגל זוכעניש.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2006 5:18 pm
דורך זארעכפעפער
סאכדעס, צוויי זאכן: קודם, איך האב דאך געשריבן אז איך 'מיין' אז ס'הייסט סגול מלא, איך בין אליין נישט געווען הונדערט פראצענט זיכער דערין. דערנאך, איך מיין אז דער מראה מקום וואס דו האסט באצייכנט איז פאר עברית מודרנית, איך בין נאך אלס נישט זיכער אז אין לשה"ק איז טאקע פארהאן דער אויסדריק.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2006 5:25 pm
דורך סאכדעס
זארעכ קען זיין.
אבער לאמיר דיר פרעגן, האסטו אמאל עוסק געוועזען אין עברית מודרנית (וועא"מ)? אויב'זשע נישט, טא צו וואס זאלסטו קלערן אז אין לשון הקודש איז עס נישט דא? מסתמא האט עס דיין זיכרון געגנב'עט פון א לשון קודש'ער דקדוק ספר.

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2007 3:14 pm
דורך זארעכפעפער
שוין א לענגערע צייט וואס איך מוטשע זיך מיטן אויסלייג פונעם ווארט "פראווון". לעצטנס האב איך געמערקט אין איינע פון די אויסגאבן ווי זיי לייגן אויס דעם ווארט כזה: "פרואוון".
איז דאס ריכטיג?

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2007 3:26 pm
דורך סאכדעס
וואס מיינסטו? פרובירן?

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2007 3:37 pm
דורך זארעכפעפער
יא

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2007 3:41 pm
דורך סאכדעס
פראבע, פרובירן, פרוביר,

מאן יימר אז עס איז דא אין אידיש אזא ווארט?

א בית, (אן א פינטל) האבן מיר א כלל אז עס איז נישט דא אין אידיש. אלזא, זאל מען זאגן כ'וויל דיך אויספרואוון? ניין עס ליגט מיר נישט אין זכרון אזא ווארט אין די אידישע ליכט. זאגט מען ענדערש אזוי, כ'וויל דיר אויספרובירן. אהה דאס רעדט שוין ווערטער..

און אזוי ווי אסאך נייע געבוירענע ווערטער, איז 'פרואוון' אויך געבוירן געווארן ערגעצוואו.

דאס איז נאר בדרך אפשר, באלד וועט אפירקומען דיזער, וואס האט שוין א קבלה כמה דורות ביז הרב ייס און ער וועט אונז שוין מגלה סוד זיין.

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2007 3:47 pm
דורך זארעכפעפער
ישר כח סאכדעס. אבער וויאזוי שרייבסטו, למשל: "אין א פראווו צו פארכאפן די רעגירונג?"

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2007 3:53 pm
דורך סאכדעס
אין א פראבע צו פארכאפן די רעגירונג.

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2007 4:03 pm
דורך מאשקע
ניין. אין אזא פאל שרייבט מען: אין א פארזוך וכו'.

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2007 4:09 pm
דורך זארעכפעפער
אזוי צי אזוי, למעשה דאס ווארט "פראווו" איז א ווארט וואס ווערט גענוצט אין יידישן לעקסיקאן. טא וויאזוי איז דער ריכטיגער אויסלייג פונעם ווארט?

תודה למפרע

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2007 4:11 pm
דורך סאכדעס
מאשקע, אנשטאט זיך אריינצולייגן צו פארענפערן די שאלה, האסטו זיך גענומען צו אנאנדער ריכטונג.

דו ווייסט טאקען נישט צו די ווארט פרואוו איז א ווארט אין אידיש'ן לעקסיקאן?

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2007 4:20 pm
דורך מאשקע
ס'ליגט מיר אין קאפ אז יא, אבער מ'קען עס נישט נוצן אין אלע פעלער, נאר אלס א שם דבר, נישט אלס א פועל.

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2007 5:10 pm
דורך קרעמער
איך וואלט דאס אויסגעלייגט "פרואוו".

געשריבן: מיטוואך מארטש 07, 2007 4:49 am
דורך ערנסטער
ביי אונז האט מען באנוצט די ווארט "פרואוון" (אדער "פרולוון") אפילו מער פון "פראבירן". אבער ס'דאכט זיך אז זיי ביידע האבן דעם זעלבן באדייט.

מה שאין כן "פראחווען" איז אן אנדערע ווארט (צום ביישפיל, "פראווען סדר פסח" וכד').