אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

גרשון האט געשריבן:פארוואס זענען דא וואס שרייבן אוניווערסיטעט מיט א ז' (אוניווערזיטעט)?

ווען מ'טראנסילירט אן ענגליש ווארט, שרייבט מען וויאזוי מ'הערט עס. אסאך אזעלכע ווערטער.

פעיק ניוז אדער פעיק ניוס? טשיז קעיק אדער טשיס קעיק?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובה דורך גרשון »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:פארוואס זענען דא וואס שרייבן אוניווערסיטעט מיט א ז' (אוניווערזיטעט)?

ווען מ'טראנסילירט אן ענגליש ווארט, שרייבט מען וויאזוי מ'הערט עס. אסאך אזעלכע ווערטער.

פעיק ניוז אדער פעיק ניוס? טשיז קעיק אדער טשיס קעיק?

ס'איז קיין פארגלייך. ערשטנס, ווייל ס'קומט בכלל נישט פון ענגליש. אוניווערסיטעט איז אן אלט פראנצויזיש ווארט וואס איז אריין אין דייטש און אין ענגליש צוגלייך, און ס'איז שוין לאנג א חלק פון דער אידישער שפראך. צווייטנס, וויפיל איך האב געהערט זאגן דאס ווארט, הערט זיך עס מיט א ס' -- סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש -- אנדערש ווי "טשיז" און "ניוז".

כ'האב גראדע יעצט געהערט ווי אזוי גוגל זאגט ארויס דעם דייטשן Universität, דארט הערט זיך יא א שטיקל ז'. מעגליך אז דאס איז דער טעם.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אין אידיש זאגט מען עס יא מיט'ן ז', בפרט ווען מ'רעדט בלשון רבים, אוניווערזיטעטן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אין אלע אידישע (אדער ״יידישע״) ווערטערביכער שטייט עס מיט א ס׳
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

כרעד נישט פון קיין נייע ווערטערביכער, כרעד פון אלטע פון 70 80 יאר צוריק. מאך א סיערטש אויף היברו בוקס וועסטו זען. אין "דאס אידישע ווארט" זע איך יא אז זיי האבן אמאל אויסגעלייגט מיט א ס׳ און אמאל מיט א ז׳
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
 פיש כאפער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך  פיש כאפער »

פארוואס זאגט מען "געגעסן" און נישט "געעסן" אזוי ווי "געעפנט"?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

 פיש כאפער האט געשריבן:פארוואס זאגט מען "געגעסן" און נישט "געעסן" אזוי ווי "געעפנט"?

שפראך איז פון די סארט זאכן וואס מ'מעג נאר פרעגן *וואס*, נישט *פארוואס*. א שפראך אנטוויקלט זיך דורך אירע רעדנער במשך די יארן. מ'דארף עס אננעמען בתמימות; אויב מ'פאנגט אן פרעגן קשיות, קען מען אויף יעדן ווארט טרעפן א קשיא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גרשון האט געשריבן:

אזא כלל מוסכם אויף אלע לשונות ציגלייך?!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22677
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:

מיך אויסגעכאפט...
דעס קען מען נאר זאגן אויף א שפראך וואס האט זיך אנטוויקלט פון א צווייטע שפראך. אויף לשון קודש אדער לאטייניש (אראביש קען איך נישט...) וועסטו נישט האבן קיין שום וואס אנע פארוואס.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

סטיטשינער האט געשריבן:דעס קען מען נאר זאגן אויף א שפראך וואס האט זיך אנטוויקלט פון א צווייטע שפראך. אויף לשון קודש אדער לאטייניש (אראביש קען איך נישט...) וועסטו נישט האבן קיין שום וואס אנע פארוואס.

למעשה טאקע 99% שפראכן זענען געבויט אויף אפאר אנדערע שפראכן...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

לאטייניש קומט נישט פון א צווייטער שפראך? אין דער תורה שטייט (בפשטות) אז אלע שפראכן קומען פון לשה"ק.

אויסער דעם איז לאטייניש זעלבסט אנדערש פון איין תקופה צו דער אנדערער. דאס זעלבע איז אויך מיט לשה"ק. אויב עפעס קענסטו זאגן אויפ'ן לשון המקרא.

לויט עטעמאלאגיסטן איז לאטייניש א חלק פונעם אינדא-אייראפעאישן שפראך בוים, דער גרעסטער "בוים" פון שפראכן איבער דער וועלט, וואס נעמט אריין רוב שפראכן פון אייראפע און אינדיע, אזוי אויך אנדערע חלקים פון אזיע, צב"ש פערסיע.

אראביש איז א סעמיטישע שפראך. דער כוזרי שרייבט אז ישמעאל האט מיטגענומען מיט זיך קיין אראביע לשה"ק און אראמיש, די צוויי שפראכן וואס אברהם האט גערעדט, און פון דעם איז געווארן אראביש.
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 6:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22677
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

אבער יעדעס ווארט האט א הסבר. נישטא גארנישט וואס מקען נישט מסביר זיין.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

סטיטשינער האט געשריבן:אבער יעדעס ווארט האט א הסבר. נישטא גארנישט וואס מקען נישט מסביר זיין.

ווער ווייסט דען ווי אזוי יעדעס ווארט פון לאטייניש אדער אנדערע אלטע שפראכן האט זיך אנטוויקלט? קוים וואס מ'ווייסט אויף ענגליש. שוין אפגערעדט פון פארענטפערן קשיות פארוואס דא אזוי און דא אזוי.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22677
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

גרשון האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:אבער יעדעס ווארט האט א הסבר. נישטא גארנישט וואס מקען נישט מסביר זיין.

ווער ווייסט דען ווי אזוי יעדעס ווארט פון לאטייניש אדער אנדערע אלטע שפראכן האט זיך אנטוויקלט? קוים וואס מ'ווייסט אויף ענגליש. שוין אפגערעדט פון פארענטפערן קשיות פארוואס דא אזוי און דא אזוי.

איך רעד נישט פון די אנטוויקלונג. איך רעד פון דעם אז עס איז נישט דא קיין שום קשיות און סתירות צווישען די ווערטער אליין.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
 פיש כאפער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך  פיש כאפער »

גרשון האט געשריבן:
 פיש כאפער האט געשריבן:פארוואס זאגט מען "געגעסן" און נישט "געעסן" אזוי ווי "געעפנט"?

שפראך איז פון די סארט זאכן וואס מ'מעג נאר פרעגן *וואס*, נישט *פארוואס*. א שפראך אנטוויקלט זיך דורך אירע רעדנער במשך די יארן. מ'דארף עס אננעמען בתמימות; אויב מ'פאנגט אן פרעגן קשיות, קען מען אויף יעדן ווארט טרעפן א קשיא.

יעדן ווארט? געב כאטש פינף דוגמאות...
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ווי אזוי זאגט מען "געטאנצט" אדער "געטאנצן"? אין די "יידישע" ווערטערביכער שטייט "געטאנצט" אבער ביים היימישן עולם מיין איך ניצט כמעט יעדער "געטאנצן"
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

"מעלות" שרייבט געטאנצט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אה, ייש"כ, זעט אויס אז "געטאנצן" איז א פלעינער מיסטעיק...
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

און וואס טוט זיך מיט "ווערד" "ווערט"? אין די ווערטערביכער שטייט "ווערט" כזע אבער אז א. ראטה אין איר ביכל שרייבט "ווערד". לעצטנס איז אויך געווען א שמועס פון שמעון ראלניצקי מיט פינחס גלויבער וואו זיי האבן געפערליך אראפגעריסן די וואס שרייבן "ווערד".
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

קוק נאך אין אלע ווערטערביכער שטייט "ווערט", קענסט אויך מאכן א סיערטש אויף היברובוקס וועסטו זען
https://en.wiktionary.org/wiki/%D7%95%D ... 7%A8%D7%98
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אין אונזער אידיש זענען דא אסאך ווערטער אנדערש אויסגעלייגט ווי די ייווא ווערטערביכער. ס'איז מסתבר אז זייער'ס איז מער אויסגעהאלטן, אבער חסיד'יש אידיש איז דאכט זיך א געהעריגער דיאלעקט היינט צוטאגס, כאטש א פענאמען וויבאלד ס'פארמאגט נישט קיין נארמאלע כללים. איך בין מיך געווענליך נוהג צו טון ווי ס'שטייט אין ווערטערבוך אויב ס'איז אננעמבאר, אבער אויב קיינער שרייבט נישט אזוי, טו איך ווי יעדער טוט.

לכאורה איז דער חילוק פון ווערד/ווערט אריין אין אונזער שפראך ("ווערד" פאר שוויות, "ווערט" פאר געווארן).
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 5:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אין דויטש איז גראדע פארקערט:

ער ווערט בר מצוה, איז werde אדער wird.

עס איז גארנישט ווערט, איז wert.

--

איך פערזענליך האלט אז מ'זאל יא שרייבן 'ווערד' פאר worth-שוויות (היות מיר רעדן אזוי). אבער מיין געוועזענער ארבעטס-געבער האט מיר אויפגעפאדערט עס צו פאררעכטן אויף 'ווערט'.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

האפענטליך וועלן זיי עס נישט שרייבן ווייל אויב עפעס דארף מען שרייבן "דעם" פרעזידענט'ס..

עניוועיס ש'כח פאר אלע וואס האבן געענטפערט און אויב כ'מעג אזויפיל משוגע מאכן וואס טוט זיך מיט "געוואר ווערן" און "געוואויר ווערן" (אין די ווערטערביכער שטייט געווויר ווערן)
לעצט פארראכטן דורך למדן וצדיק אום דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 5:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

למדן וצדיק האט געשריבן:האפענטליך וועלן זיי עס נישט שרייבן ווייל אויב עפעס דארף מען שרייבן "דעם" פרעזידענט'ס..

עניוועיס ש'כח פאר אלע וואס האבן געענטפערט און אויב כ'מעג אזויפיל משוגע מאכן וואס טוט זיך מיט "געוואר ווערן" און "געוואויר ווערן"

קומט לכאורה יא "דער" ווייל ס'גייט ארויף אויפן צוזאג - כאילו ס'וואלט געשטאנען "דער צוזאג פון דעם פרעזידענט"
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הגם איך האלט אזוי ווי דיר, איז עס דאך נישט דאס זעלבע, ווייל "נישט" איז איז אלץ געווען א צווייטער אויסלייג פאר "ניט". ס'איז ווי א פלאץ אין אייראפע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”