אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטגעזאגט »

אפשר קען איינער מסביר זיין וואס די ווארט 'האטס' מיינט. ווי למשל. האטס געפוילט. האטס א גוט שבת. איך שלאג מיך צו פארשטיין די ווארט.
וואס דו זאגסט איז גוט אפילו וואס די זאגסט נישט!!!
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

עס איז א לשון רבים פון האט, האט גע׳פועל׳ט אלעס גוטס.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

אין אן אנדער אשכול האב איך געזעהן רעדן פון <איהר אייניקל / איר אייניקל>, וויל איך אויפמערקזאם מאכן, אז די ריכטיגע אויסלייג איז:
אוראייניקל (אדער אור-אייניקל.)

אלץ א ווערטעל אין דער זייט, האב איך אמאל געהערט פון א בדחן, ווי ער דערציילט פון עמיצער וואס האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט א פרוי וואס האט שוין געהאט עטליכע אייניקלעך, און ער פלעגט זיי רופן "איהר אייניקלעך."
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

וויאזוי שרייבט מען
ייד יידן יידישע
יוד יודן יודישע
איד אידן אידישע

איך זעה אין די יזכור בוכער שרייבן זיי צוויי ״יידן״..
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

איד אידן אידישע
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

אייבערשטער אדער אויבערשטער?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אויבערשטער
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

מונדליך 'אייבערשטער' - שריפטליך 'אויבערשטער'
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

אין צוגאב צו דעם כלל ברזל - וואס צום באדויערן ווערט דאס פארלעצט - אז שרייבן שרייבט מען די זעלבע וועג ביי יעדן, ליינען לייענט יעדער לויט זיין אקצעט, (צייריי-צעירעי, קומעץ-קאהמעץ, מעליפם-מעלופם, א.א.וו.) איז דא אן אינטערעסאנטע ערשיינונג ביים "חולם".
ידוע אז די עכט ליטווישע זאגן דעם חולם מיט אן "עי", "געי קעיף א ברעיט" ר' יו"ט ערליך ז"ל רעדט צו אונז כסדר אזוי, און ער זינגט "כי לעעילאם חסדו".
ביי די גאליציאנער קען מען הערן אנשטאט דעם אונגארישן וכו' "אויגעלעך", אדער דאס רוסיש "עיגעלעך" אדער ירושלים'ער "עיגאלאך" הערט מען גאר "אייגעלעך"
און אין אנדערע ווערטער, פון דעם רוסיש ליטוויש "כעילאם" איז געווארן א "כיילעם"

אינטערעסאנט.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דער שינוי פון 'אויג' צו 'אייגעל' איז א כלל פון'ם דייטש'ן שפראך (על דרך בוים > ביימל) און האט גארנישט מיט די שינוי אין הברות. (איך גלייב נישט אז עס דא איין 'אונגארישען' דיאלעקט פון יידיש וואו מען זאגט 'אויגעלעך'; דאס איז זיכער א היינטיגע טעות.)
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

מויד מיידל. הויז הייזל, ו הרבה כמוהו. ועל זו הדרך אויג אייגעלע
ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי האלט איך דא »

אין פארוואס ווערט ביי גאליציאנער פון דוד המלך דוד המיילעך אין נועם אלימילך נועם אלימעלעך ?
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

די גאליציאנע פלעגן מאכן פון סגול א צירי
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

ווי האלט איך דא האט געשריבן:אין פארוואס ווערט ביי גאליציאנער פון דוד המלך דוד המיילעך אין נועם אלימילך נועם אלימעלעך ?


פארקערט! די אמת׳ע וועג איז צו זאגן אלימעילך
אין דער ״מיילעך״ איז א גאליציאנער אויסשפראך.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

הסרפד האט געשריבן:דער שינוי פון 'אויג' צו 'אייגעל' איז א כלל פון'ם דייטש'ן שפראך (על דרך בוים > ביימל) און האט גארנישט מיט די שינוי אין הברות. (איך גלייב נישט אז עס דא איין 'אונגארישען' דיאלעקט פון יידיש וואו מען זאגט 'אויגעלעך'; דאס איז זיכער א היינטיגע טעות.)
בראשית ברא האט געשריבן:מויד מיידל. הויז הייזל, ו הרבה כמוהו. ועל זו הדרך אויג אייגעלע

רעכט, טעיתי, קבלתי דבריכם.

לאמיר ג'יין ווייטער, וואס וועט מיינען "גלויבן" (עצם), "גלייבן" (פועל)?

ומאי הוא עלה הא דאמרן; דער שריפטליך "אויבערשטער" און דער מונדליך אייבערשטער"?
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

בעאבאכטער האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:דער שינוי פון 'אויג' צו 'אייגעל' איז א כלל פון'ם דייטש'ן שפראך (על דרך בוים > ביימל) און האט גארנישט מיט די שינוי אין הברות. (איך גלייב נישט אז עס דא איין 'אונגארישען' דיאלעקט פון יידיש וואו מען זאגט 'אויגעלעך'; דאס איז זיכער א היינטיגע טעות.)
בראשית ברא האט געשריבן:מויד מיידל. הויז הייזל, ו הרבה כמוהו. ועל זו הדרך אויג אייגעלע

רעכט, טעיתי, קבלתי דבריכם.

לאמיר ג'יין ווייטער, וואס וועט מיינען "גלויבן" (עצם), "גלייבן" (פועל)?

ומאי הוא עלה הא דאמרן; דער שריפטליך "אויבערשטער" און דער מונדליך אייבערשטער"?


פארוואס לייגסטו א שטרעכל נאכ'ן גימל? עס איז דאך נישט קיין J
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

כדי זאלסט ליינען וואס כ'האב געשריבן....

דאס האבן מיינע פינגער אנגעמאכט קאנטראל-לאז.

(צ"ל G, ודו"ק)
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

פוילן - פולין ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

איך מוטשע מיר שוין לאנג וויאזוי קומט עס ריכטיג?

פוילן (אזוי מיין איך).

פולין (אזוי זעה איך אסאך מאל).

פוילין :?

אדער?

אגב איך רעד פון די לאנד, יא נישט פון פוילעצן..

א דאנק
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אין פוילן פלעגט מען שרייבן פולין
דאכט זיך אז היינט שרייבט מען פוילן
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

א דאנק
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

איך האב זיך אויך געמוטשעט מיט דעם אויסלייג פראגע, איז דאס שרייבן פוילן די וועג וויאזוי אלע שרייבן דאס היינט צוטאגס? (אויסער אין א"י פארשטייט זיך...)
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4704
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

דאס 'ווייס' איך אז מען שרייבט "וויסן",(אזוי מיין איך...)
אבער דאס וויל איך וויסן:
'געוויסט' אדער 'געוואוסט'?
אני כשלעצמי שרייב 'געוואוסט', אבער איך טרעף אסאך 'געוויסט'.
די זעלבע איז מיט 'פארשווינדן' אדער 'פארשוואונדן'.
וכדו'
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

הודו להשם האט געשריבן:'געוויסט' אדער 'געוואוסט'?
'פארשווינדן' אדער 'פארשוואונדן'.
וכדו'

איז אזוי, ביי אנדערע זענען דא כללים, אז י' איז עתיד און הוה, ו' איז אויפן עבר.
למשל: געווינען - האלטסט אז איך גיי געווינען די לאטערי?, געוואונען - איך האב געוואונען א סעט ש"ס אין חדר.
געפינען - מען געפינט נישט אין גאנץ תנ"ך אזא פסוק/וואו קען איך געפינען מיין זייגער, געפונען - איך האב עס שוין פונלאנג געפונען.

פארשוואונדן האט לכאורה די זעלבע כללים, געוואוסט מיין איך אז מען שרייבט אייביג אזוי, (קען זיין ווייל אין דעם איז נישט שייך קיין לשון עתיד).
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

הודו להשם האט געשריבן:'געוויסט' אדער 'געוואוסט'?
'פארשווינדן' אדער 'פארשוואונדן'.
וכדו'

די תירוץ לפענ"ד הרחבה איז:
מ'קוקט וויאזוי די ליטוויש רעדענדע זאגן עס, א חיריק צו א מלאופו"ם, איך קען נישט ארויפלייגן סאונ"ד דא, אבער איך מיין אז ס'איז פארשטענדליך, די חילוק צווישן הוא מיט היא.
א חיריק איז: ווי אזוי איז עס געווען?
א מלאופום איז: וואו איז ער געווען?
וכן להלאה
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

אמאהל צו אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

רבותי איך בין מודה ומתודה אז כ'בין ניי דא אין דעם אשכול, איז קען זיין מ'האט שוין גערעדט פון די ווערטער בעבר, דעאמלץ זייטס מיר מוחל.
וויאזוי 'שרייבט' מען:
אמאהל צו אמאל
דעמאלטס, דעמאלט, אדער גאר ריכטיג איז דעמאלץ
איהם, אים, עהם
צופיל, צופיהל - וכן: געפיל, געפיהל
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”