אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וועלטניק האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:אבער ס׳איז דא ווערטער וואס ווערן געטוישט מיט די צייט
ס׳איז דא מענטשן וואס וועלן זאגן מענטשען
ב. זאכן מיט כללים ווערן נישט אזוי שנעל געטוישט, ווייסט פון עפעס וואס טוישט זיך? איך רעד פונעם היינטיגן אידיש

ווי געשריבן, זענען אין דעם פאל די כללים געוואנדן אין וויאזוי עס ווערט ארויסגעזאגט, דעריבער קען זיך עס טאקע נישט טוישן, אבער צו כללים ווערן פארנאכלעסיגט? אודאי! וויפיל מענטשן קענסטו וואס זענען "ביים רעדן" מחלק צווישן "די", "דאס", און "דער"? און צו קענסטו איינעם וואס ניצט "האנט" בל' יחיד?

וואספארא חלק פון מיין תגובה פארשטייסטו נישט?

איך האב גראדע יא פארשטאנען, נאר אפשר אומריכטיג... אז ביי א זאך וואס האט אוועקגעשטעלטע כללים, וועט דער עולם זיך האלטן דערצו, און עס וועט נישט אזוי גרינג פארגרייזט ווערן.
אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריוועלע »

איינס האט געשריבן:אה, פארגעסן.
מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב!

דארפסט נישט ציילן (ציילען) ס׳איז 100

ברוכים תהיו "איינס"!
א שיינעם דאנק פאר אייערע פילע וואונטשען פאר בריוועלע
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)
אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריוועלע »

א גרויסן יישר כח פאר אלע חברים וואס האבן זיך אנגערופן און פארענטפערט מיין פראגע.
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

צו ער ציהט עס צו זיך צושטארק, צו ער ציהט עס נישט אזוי שטארק.
איך בין שוין אינגאצן צימישט!

קען איינער מאכן סדר ווען זאגט מען צו און ווען צי

ציה [צי] = שלעפן, משיכה
צו = ל (to)
צי = סיי, בין
צו = זייער, מאוד (too)

איך זעה אז נאר משיכה און ל.. האבן נישט נאך א טייטש אין אידיש
לעצט פארראכטן דורך איינס אום פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

'למשה' קען מען אויך זאגן 'פאר משה', אזוי ווי אל משה.

'משיכה' קען מען אויך זאגן שלעפן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איינס האט געשריבן:צו ער ציהט עס צו זיך צושטארק, צו ער ציהט עס נישט אזוי שטארק.
איך בין שוין אינגאצן צימישט!

קען איינער מאכן סדר ווען זאגט מען צו און ווען צי

ציה [צי] = משיכה
צו = ל (to)
צו = סיי, בין
צו = זייער, מאוד (too)

איך זעה אז נאר משיכה און ל.. האבן נישט נאך א טייטש אין אידיש

די דירטע איז 'צי'. אזוי צי אזוי
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:'למשה' קען מען אויך זאגן 'פאר משה', אזוי ווי אל משה.
'משיכה' קען מען אויך זאגן שלעפן.

דו אפטייטש פון משיכה איז שלעפן,
אבער קיינער זגאט נישט:
ער ציהט עס שלעפן זיך,
אנשטאט: ער ציהט עס צו זיך

ציהט און שלעפן האבן [כמעט] די זעלבע משמעות אבער ס'ריפלעיסט נישט דעם פועל עזר :"צו"

די חילוק צווישן שלעפן און ציהען איז לכאורה, אז שלעפן איז מדורך א חפץ, מיט א שטריק אדער אז איך שלעפ איהם פיזיש
און ציען איז מיט א כח.
א מענטש שלעפט א טיש, און וועקיום קלינער ציהט שמוץ
אויך וועט מען זאגן אז דער מענטש ציהט א טיש מיט אשטריק, וואס דער שטריק שלעפט די טיש.
[דעתי העניה]
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:כבר דשו בה רבים...
צי/צו

איך וויל מיך לערנען אידיש שרייבן

ישר כח
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך פארשטייי נישט פונקטליך וואס דו ווילסט ארויסברענגען, אבער פארוואס נישט `ער שלעפט דעם שטריק צו זיך`?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ציען מיין איך, נוצט מען אויף א זאך וואס ציט זיך אויטאמאטיש, ער ציט צו זיך. שלעפן איז ווען מען דארף עס טון.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך פארשטייי נישט פונקטליך וואס דו ווילסט ארויסברענגען, אבער פארוואס נישט `ער שלעפט דעם שטריק צו זיך`?

האסט דאך געשריבן אויך צו
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איינס האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך פארשטייי נישט פונקטליך וואס דו ווילסט ארויסברענגען, אבער פארוואס נישט `ער שלעפט דעם שטריק צו זיך`?

האסט דאך געשריבן אויך צו

איך האב אויך געשריבן אז לא זכיתי להבין וואס דיין כונה מיט דעם איז. דו זוכסט דאס צו שרייבן אן דאס וווארט צו?

ער שלעפט דעם שטריק אויף זיין ריכטונג
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ציען מיין איך, נוצט מען אויף א זאך וואס ציט זיך אויטאמאטיש, ער ציט צו זיך. שלעפן איז ווען מען דארף עס טון.

דו ביסט מסביר די זעלבע ווי איך האב מסיר געווען נאר מיט א נדערע ווערטער.

אטאמאטיש רופט מען א זאך וואס שאפט זיך מיט א כח, נישט מיט א חומר. כאטש וואס ביים סוף זענען זיי די זעלבע און מ'וואלט טאקע געקענט נוצן ביי ביידע סיי ציהען און סיי שלעפן.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

ווי איז די מקור פון ״דאס צי (אדער) דאס״? ווער זאגט בכלל עס קומט מיט א יוד? כ׳האב אן ערנסטן חשד אז ס׳קומט יא מיט א ואו, אדרבא אויב קען עס איינער קלאר מאכן ווי וויל אפרישיעיט
אגב איינס א דאנק פארן ארויסברענגען די חילוק פון שלעפן און ציען, קיינמאל אריינגעטראכט דערין, זייער קלאר
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

איינס האט געשריבן:צו ער ציהט עס צו זיך צושטארק, צו ער ציהט עס נישט אזוי שטארק.
איך בין שוין אינגאצן צימישט!

קען איינער מאכן סדר ווען זאגט מען צו און ווען צי

ציה [צי] = שלעפן, משיכה
צו = ל (to)
צי = סיי, בין
צו = זייער, מאוד (too)

איך זעה אז נאר משיכה און ל.. האבן נישט נאך א טייטש אין אידיש

צו איז ווען מען רעדט צו איינעם.
צי איז ווען מען פרעגט א פראגע; מ'איז מסופק צי יענקל איז למעשה יא געשלאפן אדער צי ער גייט גיין שלאגן כפרות.

בנוגע צומישט און צעמישט איז פארהאן א שטיקל מחלוקת הפוסקים, צצושין א. ראטה און אנדערע בארימטע רעדאגירער.
געווענליך שרייבט מען צומישט; צובראכן; צוזייעט אא"וו.
אבער מרת א. ראטה טענה'ט, אז ווען די רעדע איז ווען מען וויל שילדערן איבער א חורבן וכודמה, לייגט מען אריין אן ע' נאך די ערשטע אות. א שטייגער ווי צעבראכן, צעמישט אא"וו
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

א. ראטה זאגט אז געוויסע מאכן אזא חילוק, ס'נישט קלאר און יעדער קען שרייבן וויאזוי מען וויל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:א. ראטה זאגט אז געוויסע מאכן אזא חילוק, ס'נישט קלאר און יעדער קען שרייבן וויאזוי מען וויל.

דעריבער האב איך געשריבן אז עס איז א מחלוקת הפוסקים, און יעדער קען טוהן ווי זיין הארץ באגערט
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

נישט ממש, למעשה רוב וועלט שרייבט יא "צו-"
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

משה כהן האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א. ראטה זאגט אז געוויסע מאכן אזא חילוק, ס'נישט קלאר און יעדער קען שרייבן וויאזוי מען וויל.

דעריבער האב איך געשריבן אז עס איז א מחלוקת הפוסקים, און יעדער קען טוהן ווי זיין הארץ באגערט

א. ראטה אליין איז אויך מודה אז ס'איז מחלוקת הפוסקים, און איך מיין אז געווענליך שרייבט זי יא מיט א ו', נאר אינעם ווערטערבוך האט זי ליבערשט אנגענומען "צע-" כדי מען זאל גרינג דערקענען א חילוק צווישן "צואווארפן א ביינדל" און "צעווארפן א בנין" וכדומה.
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א. ראטה זאגט אז געוויסע מאכן אזא חילוק, ס'נישט קלאר און יעדער קען שרייבן וויאזוי מען וויל.

דעריבער האב איך געשריבן אז עס איז א מחלוקת הפוסקים, און יעדער קען טוהן ווי זיין הארץ באגערט

א. ראטה אליין איז אויך מודה אז ס'איז מחלוקת הפוסקים, און איך מיין אז געווענליך שרייבט זי יא מיט א ו', נאר אינעם ווערטערבוך האט זי ליבערשט אנגענומען "צע-" כדי מען זאל גרינג דערקענען א חילוק צווישן "צואווארפן א ביינדל" און "צעווארפן א בנין" וכדומה.

זי שרייבט אבער ווי אויבנדערמאנט, אז ווען מען וויל שרייבן אדער שילדערן איבער א זאך וואס האט געבערנגט א חורבן וכדומה לייגט מען צו אן ע'
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

וויאזוי לייגט מען אויס די ווארט?

למשל דעם מענטשע'ס תכלית אויף די וועלט איז .....

מענטש'ס
מענטשע'ס
מענטשענ'ס

משום סיבה קען מען נישט שרייבן די תכלית פונעם מענטש אויף די וועלט......
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איד'ס תכלית
מענטש'נס אדער מענטש'ס
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

יישר כח!
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

זכאי האט געשריבן:וויאזוי לייגט מען אויס די ווארט?

למשל דעם מענטשע'ס תכלית אויף די וועלט איז.....

מענטש'ס
מענטשע'ס
מענטשענ'ס

משום סיבה קען מען נישט שרייבן די תכלית פונעם מענטש אויף די וועלט......

מענטשנ'ס (תכלית אויף דער וועלט איז)
---
דאס ווארט 'מענטש' באקומט צו דעם אות נ' און עס ווערט א חלק פונעם ווארט.
ווייל עס איז אין אייגנטימערשאפט פארמאט, ממילא נעמט עס אן א דאטיוו, און געוויסע ווערטער וועלן באקומען דעם נ' אלס דאטיוו, ווי למשל: טאט(ע)ן (דא נעמט מען אויך אוועק דעם ע'), רבי'ן, (דאס אויבערשטרעכל איז צוליב דעם געמיש פון א לשה''ק ווארט מיט אידיש).
דער אות נ' ווערט פיל מאל צוגעלייגט צו ווערטער אין דאטיוו, ווי למשל: אנדערן, יעדן, וועלכן.

די נאכזילבע 'ס איז אלס אייגנטימערשאפט, ממילא קומט אויס:
מענטש +נ +'ס
זייד (-ע) +נ +'ס
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”