אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

זאג א גוטס האט געשריבן:קומט לכאורה יא "דער" ווייל ס'גייט ארויף אויפן צוזאג - כאילו ס'וואלט געשטאנען "דער צוזאג פון דעם פרעזידענט"

ווען עפעס באלאנגט פאר א זאך האט עס דעם זעלבן כלל ווי דאטיוו און מ'דארף שרייבן "דעם" אנשטאט "דער" איז אזוי ווי דא רעדט מען פון א צוזאג וואס באלאנגט פארן פרעזידענט (דעם פרעזידענט'ס צוזאג) דארף מען שרייבן "דעם"
לעצט פארראכטן דורך למדן וצדיק אום דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 5:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3285
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

צום שמועס,
מ'שרייבט גראדע "ווערטלאז" און נישט "ווערדלאז"
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גראדע א. ראטה אין איר ביכל שרייבט אויך "ווערדלאז"
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

זאג א גוטס האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:האפענטליך וועלן זיי עס נישט שרייבן ווייל אויב עפעס דארף מען שרייבן "דעם" פרעזידענט'ס..

עניוועיס ש'כח פאר אלע וואס האבן געענטפערט און אויב כ'מעג אזויפיל משוגע מאכן וואס טוט זיך מיט "געוואר ווערן" און "געוואויר ווערן"

קומט לכאורה יא "דער" ווייל ס'גייט ארויף אויפן צוזאג - כאילו ס'וואלט געשטאנען "דער צוזאג פון דעם פרעזידענט"

ס'גייט יא ארויף אויפ'ן פרעזידענט, וויבאלד דאס שטייט פארדעם. מ'קען ארומדרייען דעם זאץ, דעמאלטס וועט עס ארויפגיין אויפ'ן צוזאג.

געוואויר מיט'ן וי איז מער אנגענומען.

אגב, דו מאכטס קיינעם נישט משוגע. ווער ס'וויל נישט מוז נישט ענטפערן; די וואס ענטפערן האבן מסתמא הנאה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

א ריזיגן ייש"כ נאכאמאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

גרשון האט געשריבן:אגב, דו מאכטס קיינעם נישט משוגע. ווער ס'וויל נישט מוז נישט ענטפערן; די וואס ענטפערן האבן מסתמא הנאה.

טיפיקל גרשון. ;l;p-
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

למדן וצדיק האט געשריבן:
קוק נאך אין אלע ווערטערביכער שטייט "ווערט", קענסט אויך מאכן א סיערטש אויף היברובוקס וועסטו זען
https://en.wiktionary.org/wiki/%D7%95%D ... 7%A8%D7%98
וואס איז מיט ווירדע? דאס קומט לכאורה פון ווערד - שוויות.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל

זאג א גוטס האט געשריבן:צום שמועס,
מ'שרייבט גראדע "ווערטלאז" און נישט "ווערדלאז"

דאס זעלבע מיט ווערטפול. ס'איז אבער נישט קיין סתירה צו שרייבן ווערד און ווערטלאז. בלויז אפצוטיילן צווישן ווערט און ווערד, איז עס ווערד.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גרשון האט געשריבן:אגב, דו מאכטס קיינעם נישט משוגע. ווער ס'וויל נישט מוז נישט ענטפערן; די וואס ענטפערן האבן מסתמא הנאה.

אמת, איך בין שוין משוגע.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
קוק נאך אין אלע ווערטערביכער שטייט "ווערט", קענסט אויך מאכן א סיערטש אויף היברובוקס וועסטו זען
https://en.wiktionary.org/wiki/%D7%95%D ... 7%A8%D7%98
וואס איז מיט ווירדע? דאס קומט לכאורה פון ווערד - שוויות.
און וואס איז מיט ווערדיג? זאל זיך MBD טוישן זיין נאמען צו ווערטיגער? און וואס איז מיט אומווערדיג?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

חוץ די אויבנדערמאנטע ווערטער איז אויך דא א ווארט אין די ווערטערביכער "ווערדע"
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

values אין אידיש איז "ווירדן" מיט א דל"ת, אין האכדויטש איז עס טאקע "Werte", לויט רבי שמעון וואלט מען באדארפט צו שרייבן "ווירטן".
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

לויט אים דארף מען דאס בכלל נישט שרייבן ס'איז בכלל נישט קיין אידישע ווארט אין קיין איין ווערטערבוך שטייט עס נישט.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

ר' שמעון נוצט טאקע נישט דעם ווארט? וואס נוצט ער אנשטאט?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

שפראכן טוישן זיך מיט די צייט, אזויווי ר' שמעון האט טאקע דארט אויסגעשמועסט, ערגעץ אין די לעצטע טויזענט יאר האבן אידן אנגעפאנגען עס צוצולייגן ביז צוביסלעך איז עס געווארן אן אפיציעלע חלק פון די שפראך.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

חלב ישראל האט געשריבן:ר' שמעון נוצט טאקע נישט דעם ווארט? וואס נוצט ער אנשטאט?

לכאורה "דאס איז נישט קיין אידישע ווירדע"- "דאס איז נישט אידישליך"
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

און אז מ'רעדט שוין פון ר' שמעון, פון וואו נעמט זיך די נייע דל"ת ביי דערפארונג, דערהאלטן וכו'?
די זעלבע זאך, אין אלע ווערטערביכער שטייט אזוי, דאס זיך באניצן מיטן פרעפיקס "ער־" אין אידיש איז א נייע זאך
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

למדן וצדיק האט געשריבן:לויט אים דארף מען דאס בכלל נישט שרייבן ס'איז בכלל נישט קיין אידישע ווארט אין קיין איין ווערטערבוך שטייט עס נישט.

וואס מיינט אידיש? ס'איז בכלל נישט קיין אידישע ווארט. האסט אמאל געזען "אידיש" אין א ווערטער בוך?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

פערצופאל שטייט עס יא אין די ווערטערביכער. סיי ווי אזוי צווישן "כלל יידיש" און "אידיש" איז דא אפאר באקאנטע אראפגעשטעלטע חילוקים אין אויסלייג ווי למשל אז אנשטאט יִי שרייבט מען אי. דאס מיינט נישט יעצט בכלל אז אידיש איז פרי פאר אלל און יעדער קען זיך אויפפלאפלען וואספארא ווארט ער וויל.

(דאס אלעס שרייב איך נאר לשיטתו פון ר׳ שמעון, אני הקטן שבקטנים האט קיין מיינוג אין דעם נושא).
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

די משכילים האבן געזוכט צוצופאסן אונזער מאמע לשון צו דייטש, זיך שעמענדיג מיט'ן פארדרייטן זשארגאן. זיי האבן דעריבער אריינגעברענגט אסאך "דייטשמעריזמען" אין אידיש, צווישן דעם צוריקגעטוישט דעם אידישן דער- צום דייטשישן ער-.

די שפעטערע יידישיסטן, דאגעגן, האבן געהאט א פארקערטן ציל: צו אויסדרוקן ווי ווייט מעגליך אונזער מאמע לשונ'ס אומאפהענגיקייט צו דייטש. מיר רעדן נישט קיין פארגרייזטן דייטש, מיר רעדן יידיש. זיי האבן דעריבער געזוכט צו ניצן ווי ווייט מעגליך לשה"ק'ע אדער סלאווישע ווערטער ווי איידער זייערע דייטשע סינאנאמען, אזוי אויך האבן זיך צוגעכאפט צו יעדער געלעגנהייט וואו מ'קען "פאריִידישן" א דייטש ווארט, דורך לשה"ק'ע/סלאווישע פרעפיקסן און סופיקסן. (איבריג צו זאגן אז ביידע זענען נישט געווען מיט דער כוונה לקרב ישראל לאביהם שבשמים, אבער נישט דאס איז די נושא.)

למעשה האבן מיר נישט אנגענומען די ייווא כללים (פון די אמעריקאנער יידישיסטן), און אזוי ארום געבליבן מיט פילע דייטשמעריזמען וועלכע האבן שוין קונה שביתה געווען אין אונזער שפראך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

למעשה הערשט א געוויסע צומישעניש, געוויסע ווערטער שרייבט מען מיט א דל"ת און געוויסע אן, געווענליך שרייבט מען "דער ערוואקסן אינגל דערציילט א מעשה", נישט "דער דערוואקסן אינגל ערציילט א מעשה", ס'וואלט אפשר כדאי געוועזן ווען מ'וואלט זיך געהאלטן צו איין געוויסע ליניע, נישט קיין חילוק וועלכע, ס'איז אלץ בעסער ווי אמאל אזוי און אמאל פארקערט.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

די פראבלעם איז נאר אז סדא ווערטער וואס האבן ביי אונז באקומען אנדערע מיינונגען ווי למשל ערקלערן און דערקלערן, מוועט אדער מוזן שרייבן ערקלערן א דעקלעראציע אדער דערקלערן און מסביר זיין.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

למדן וצדיק האט געשריבן:די פראבלעם איז נאר אז סדא ווערטער וואס האבן ביי אונז באקומען אנדערע מיינונגען ווי למשל ערקלערן און דערקלערן, מוועט אדער מוזן שרייבן ערקלערן א דעקלעראציע אדער דערקלערן און מסביר זיין.

וואס הייסט
לעקישבער
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקישבער »

חלב ישראל האט געשריבן:למעשה הערשט א געוויסע צומישעניש, געוויסע ווערטער שרייבט מען מיט א דל"ת און געוויסע אן, געווענליך שרייבט מען "דער ערוואקסן אינגל דערציילט א מעשה", נישט "דער דערוואקסן אינגל ערציילט א מעשה", ס'וואלט אפשר כדאי געוועזן ווען מ'וואלט זיך געהאלטן צו איין געוויסע ליניע, נישט קיין חילוק וועלכע, ס'איז אלץ בעסער ווי אמאל אזוי און אמאל פארקערט.
למדן וצדיק האט געשריבן:די פראבלעם איז נאר אז סדא ווערטער וואס האבן ביי אונז באקומען אנדערע מיינונגען ווי למשל ערקלערן און דערקלערן, מוועט אדער מוזן שרייבן ערקלערן א דעקלעראציע אדער דערקלערן און מסביר זיין.

מיינסטו אז ער וויל מזאל שרייבן אלעמאל די זעלבע די דאס דעם און דער, און און אין? ער רעדט דארט ווי סטוישט נישט דעם באדייט, למשל ערוואקסן און דערוואסקסן, וואס לפי ידיעתי מיינט עס די זעלבע זאך, אדרבה, ביטע אויף מערקן אדער אנמערקן אויב איך בין זיך טועה.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

כהאב בכלל נישט גערעדט פון דער די דאס דעם, כהאב גערעדט פונעם פרעפיקס ״דער״ און ״ער״. ער האט געזאגט אז מקען ניצן וועלכן מען וויל נאר וועלכן מניצט זאל זאל מען אייביג ניצן און נישט טוישן אמאל ״דער און אמאל ״ער״. אויף דעם ארויף זאג איך אז למשל דאס ווארט ״קלערן״ מיטן פרעפיקס ״דער״ האט באקומען ביי אונז אן אנדער מיינונג ווי מיטן פרעפיקס ״ער״. דערקלערן מיינט ״דערקלערן א דעקלעראציע״ און ״ערקלערן״ מיינט מסביר זיין. אשר על כן מוז מען על כרחך ניצן ביי אונז אמאל ״דער״ און אמאל ״ער״.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”