אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שמואל בארג האט געשריבן:נישט קיין חילוק וואס די כוונה פון די אידן זענען, דאס קען זיין א ישועה גדולה פאר די אסטמא/עקזימע ליידענדע און סתם וואקציאנירן.

וואָקאַציאָנערן. וואקצי(א)נירן מיינט געבן א וואקצין (וואקסין).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

איר זענט גערעכט, א טעות הדפוס, גראדע זייער א הארבע פאר די מענטשן פון אריזאנע...
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

היבש אדער היפש?
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

אידיש גראמאטיק האט געשריבן:קינדערלעך:
מיר האבן דריי סארט אויסשפראכן פאר דער דאזיגער ענדונג -ליך -לעך -לאך
מאכט מען אזא פשרה -לעך, ווייל ווי מ'טרעפט אינעם כלל-אויסלייג, קען 'ע' אקצענטירט ווערן ווי אלע דריי אויבן-דערמאנטע אויסשפראכן.
אבער דער עולם איז אין דעם פרט צעטיילט צווישן א פאנעטיקער און אן אויסגעארבעטער אויסלייג, נא...!

׳לאך׳ איז לכאו׳ ארץ ישראל׳דיג, אזױ רעדן זײ עכ״פ
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:היבש אדער היפש?

היבש
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

קנאפער ידען האט געשריבן:

ײש״כ,

אױב כ׳מעג זיך װאגן צו פרעגן, פון װאנט װײסט איר? פשוט װײל אזױ האסטו אלץ געװאוסט, אדער איז דא א ראי׳ צו דעם?

אין אנדערע װערטער, די װארט, אדער דער שורש דערפון, װערט גענוצט אױף אן אנדערע פלאטץ אױך, אדער דאס איז עס?

ס׳איז עפעס אזא יוצא דופן׳דיגע װארט.. אזױ כזה ראה וקדש.. כאפסט מײן געפיל אױף דאס װארט, אדער כ׳רעד נישט צו די זאך??
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מ'שרייבט היבש.

אבער קיינער צווינגט אייך נישט...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מ'שרייבט היבש.

אבער קיינער צווינגט אייך נישט...

איך שרייב אויך היבש.

כ'האב א צייט צוריק געשריבן אן ארטיקל פאר "מאמענט", און זיי האבן געטוישט צו "היפש". זאל זיין אזוי.

די יידישיסטן שרייבן אויך היפש, ווי אין דער ליטוויש-רוסישער דיאלעקט, וועלכער פארווייעכט אלעמאל די הארטע קלאנגען. גלייך ווי זיי ניצן א ק' אנשטאט א ג'.
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:היבש אדער היפש?

היבש

ײש״כ,

אױב כ׳מעג זיך װאגן צו פרעגן, פון װאנט װײסט איר? פשוט װײל אזױ האסטו אלץ געװאוסט, אדער איז דא א ראי׳ צו דעם?

אין אנדערע װערטער, די װארט, אדער דער שורש דערפון, װערט גענוצט אױף אן אנדערע פלאטץ אױך, אדער דאס איז עס?

ס׳איז עפעס אזא יוצא דופן׳דיגע װארט.. אזױ כזה ראה וקדש.. כאפסט מײן געפיל אױף דאס װארט, אדער כ׳רעד נישט צו די זאך??

בעיקר ווייל דאס איז דער אסאך מער באנוצטער פארעם ביי שרייבער.

אבער אין German איז דא דער ווארט hübsch מיט א b (נישט ממש דער זעלבער דעפינישאן ווי אונז נוצמיר היבש, אבער א שטארק מסתבר'דיגע שורש דערפון.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

קנאפער ידען האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:היבש אדער היפש?

היבש

ײש״כ,

אױב כ׳מעג זיך װאגן צו פרעגן, פון װאנט װײסט איר? פשוט װײל אזױ האסטו אלץ געװאוסט, אדער איז דא א ראי׳ צו דעם?

אין אנדערע װערטער, די װארט, אדער דער שורש דערפון, װערט גענוצט אױף אן אנדערע פלאטץ אױך, אדער דאס איז עס?

ס׳איז עפעס אזא יוצא דופן׳דיגע װארט.. אזױ כזה ראה וקדש.. כאפסט מײן געפיל אױף דאס װארט, אדער כ׳רעד נישט צו די זאך??

בעיקר ווייל דאס איז דער אסאך מער באנוצטער פארעם ביי שרייבער.

אבער אין German איז דא דער ווארט hübsch מיט א b (נישט ממש דער זעלבער דעפינישאן ווי אונז נוצמיר היבש, אבער א שטארק מסתבר'דיגע שורש דערפון.)

אקעי, אין ענגליש איז דא pretty װאס האט 2 באזונדערע דעפינישנס, היבש און שײן (בערך) סאו די דײטשע hubsch קוקט אױס לױט גאגל מײנט די צװײטע pretty, די שורש פון די צװײ האבן דען א שײכות? װײסעך נישט
כ׳טראכט סתם יעצט בד״װ צו דער אונגארישער ׳האָבאָש׳ האט אפשר אױך א שײכות

בכל אופן א גרױסן ײש״כ פאר די ידיעות, ס׳איז גארנישט אזױ קנאפ.. ס׳איז ענדערשט היבש..
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

דאס שטייט אין די מפתח
אידיש

עטליכע כללים אויף די אידישע שפראך
(א לענגערע אשכול אין קרעטשמע שבהיידפארק, באהאנדלט: און/אין, דו/די, זון/זוהן/זיהן, א/אן, ווי/וואו, צי/צו/ציה, אונז-האמיר/מיר-האבן/אונז-האבן-מיר/אונז-האמער, טוט/טוהט/טיהט, גוט/גיט/גיבט/געט, עטץ/איר/ענק, געטאן/געטוהן, שטומע ה'ס (צום ביישפיל: זוהן, טוהן, פליעהן), פוס/פיס, פאראן/פארהאן/פארהאנען/פארהאנדן, אדער/אבער, מעג/טאר, הונדערט/הונדרעט, געווינען/געוואונען, פארשווינדן/פארשוואונדן, ["מענטשעלע" דרוקט זיך אויס: די בעסטע פרימע מקורות צו לייענען אידיש אויסגעהאלטן געשריבן זענען 1) "דאס אידישע ווארט", 2) "מעלות"], פיל/פול/פיהל, געפיהל, (לה"ק: פיל/פול), [די חילוק צווישן א קאמע "," און סעמי-קאלאן ";"], (לה"ק: בלע"ז/בלעז, ודו"ק/ודוק), צען/ציין/ציינער, גאנצע/גאנצעטע, טשעפן/טשעפענען, (ענגליש: בוטס/בוטסעס), דעריבער/דעראיבער, [וואו לייגט מען דעם פינטל ".", בעפאר די איינגערינגלטע ".)" אדער דערנאך ").", די זעלבע ביי ציטאטן ." אדער ".], דאקטערס/דאקטוירים, ריכטיג/ריכטיק, הייליג/הייליק, SO/טא, ווען/וועין, עמי-הארץ/הארצות, ביימער/בוימער, געווענטליך/געווענליך, דערום/דעריבער, [אידישע כללים: אנשטאט ב'/וו', ח'/כ', כל'/ק', שע'/ס', תל'/ט'], אויבן/אויוון, [שפראך כללים: שם הפועל, שם עצם, פעלי עזר, שם אחיזה, געפיהל ווערטער], כללים פון די/דער/דעם, דיעזע/דאזיגע, אנגעהויבן/אנגעפאנגן, געענדיגט/געפארטיגט/געקאנטשעט, צענדליגער/צעהנדליגער, ס'טייטש/ס'טייטשט, פרייליך/פריילעך, לאמיר/לאמיך, אזש, אפשיי, וואספארא/סארא).

אידיש
(נאך אן אשכול פון אלט קרעטשמע. באהאנדלט: אנונג/מושג, היי-יאר/היי-וואך, אייער-נעכטן/איבער-מארגן, יענע-וואך/פאריגע-וואך, [לה"ק: דויד, נין/נכד]).

הויכע יידישע ווערטער-בוך = לעקסיקאן
(באהאנדלט הויך-אידישע ווערטער, צב"ש: פראוואצירט, פראוואקאציע, פרעצעדענט, לעקסיקאן, אדיוטאנט, יאווע, ארכי, פארדושנעט, וואקאל, קאלאמוטנע, בערייט, פארגייט, נאסטאלגיע, עראינערן, אינטימליכע, אפלאדיסמענט, [בדרך אגב ווערט אויסגעשמועסט די נאכזילבע פון פילס/פילען], אויסגעשפראכן, געמיינזאמער/אלגעמיינער, מונדליך, רעטאריק, לייסטונג, ביישטייערונג,

מיין פילטער לאזט עס נישט דורך איז נאך א וועג צו צו קומען דערצו ?
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

די לינקס אינעם מפתח זענען צו ivelt.com, וואס דיין פילטער בלאקט מסתמא. ווען דו קליקסט אויפ'ן לינק, טויש עס אינעם אדרעס באר צו ivelt.com.
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:די לינקס אינעם מפתח זענען צו ivelt.com, וואס דיין פילטער בלאקט מסתמא. ווען דו קליקסט אויפ'ן לינק, טויש עס אינעם אדרעס באר צו ivelt.com.

ok
אבער איך קום נישט אן צו די ענינים פון ספעלינג וואס אויף דעים איז די לינק
איך קום אן צו אנפאנג פון די סייט נאך אמאל
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ווענדט זיך ביי וועלכע לינק.

ס'איז טאקע דא לינקס וואס ארבעטן שוין נישט.
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווענדט זיך ביי וועלכע לינק.

ס'איז טאקע דא לינקס וואס ארבעטן שוין נישט.

גם זו לטובה
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

וויאזוי שרייבט מען This אין אידיש? ווי למשל "This voting place".

איך שרייב "דיע", וואס איז די ריכטיגע ווארט?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואס טוט זיך האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען This אין אידיש? ווי למשל "This voting place".

איך שרייב "דיע", וואס איז די ריכטיגע ווארט?

דער, דאס, די, אדער דעם, געוואנדן אינעם דזשענדער (לשון זכר, לשון נקיבה, נייטראל), צאל (לשון רבים/יחיד), און גראמאטיק (בייגפאל, case). פלאץ איז לשון זכר, קומט אלזא "דער שטים פלאץ".

כ'מיין אז ס'איז נישט דא קיין געהעריגער חילוק צווישן דעם ענגלישן the און this. העכסטנס קען מען זאגן דער דאזיגער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

וואס טוט זיך האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען This אין אידיש? ווי למשל "This voting place".

איך שרייב "דיע", וואס איז די ריכטיגע ווארט?

ווי גרשון האט געשריבן, מע קען שרייבן דעם באשטימטן ארטיקל (מע זאגט עס ארויס מיט דעם טראפ). פונדעסטוועגן זענען דא ספעציעלע ווערטער וואס מען שרייבט ביי דעם באשטימטן ארטיקל בפירושדיק: אָט, אָ (אדער צוזאמען: אָטאָ), דאזיקער (סע בייט זיך ווי דאזיקע אא"וו). מען קען קאמבינירן זיי כדי צו פארשטארקן אז מען מיינט ממש די זאך.

צום ביישפל:
"דעם דאזיקן מענטש זע איך"
שטארקער: "אט דעם מענטש זע איך"
נאך שטארקער: "אט דעם מענטש זע איך"
...
סאמע שטארקסטער: "אט א דעם דאזיקן מענטש זע איך"
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קרעטשמער האט געשריבן:די "שטי"ם בודקע" (קומט עס דען מיט א יו"ד?)

יא, מלשון שטימע. זאלסט נאר נישט שרייבן שטום בודקע, ווייל דעמאלטס וועט מען פארלירן דעם חוש הדיבור ווי נאר מ'טרעט אריין אינעם ביידל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

כ'האב שוין געענטפערט דארט.
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

כ'האפ אז איך פרעג אין דעם ריכטיגע אשכול.

ווייסט איינער וואס מיינט די דריי ווערטער?
א. פאוויאטאווע
ב. הנאטשאלסטווא
ג. בעדנארקע
אטעטשמענטס
unnamed.png
unnamed.png (34.92 KiB) געזען 913 מאל
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

פוילישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

פאוויאטאווע זעהט אויס צו זיין די נאמען פון די שטאט.

נאטשאלסטווא מיינט די פירערשאפט (טראכט פון נאטשאלניק = פירער). https://glosbe.com/pl/en/naczalstwo

בעדנארקע הייסט אין ענגליש stave. https://translate.google.com/#view=home ... t=bednarka
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

להודות ולהלל האט געשריבן:כ'האפ אז איך פרעג אין דעם ריכטיגע אשכול.

ווייסט איינער וואס מיינט די דריי ווערטער?
א. פאוויאטאווע
ב. הנאטשאלסטווא
ג. בעדנארקע

סע דאכט זיך מיר אז פאוויאטאווע איז אפשר Powiatowe, א מין ראיאן אין פוילן.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

פארוואס שרייבן אסאך מענטשן אן אומנויטיגע ע' ביי פילע ווערטער? למשל:
משה האט געבויעט
משה האט געהאט וואס לייענען
משה האט געטוען צום זאך
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

בעל הנס האט געשריבן:פארוואס שרייבן אסאך מענטשן אן אומנויטיגע ע' ביי פילע ווערטער? למשל:
משה האט געבויעט
משה האט געהאט וואס לייענען
משה האט געטוען צום זאך

די פוילישע/גאליציאנע רעדן אייגנטליך אזוי, זיי זאגן ארויס דעם ע'
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”