שוא נח ושוא נע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

שוא נח ושוא נע

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג יולי 23, 2009 1:44 pm

מיין רבי אין חדר האט מיך טאקע אויסגעלרנט נקודות, האט מיך אויסגעלרנט ווי סאיז דא צוויי שוא'ס איינס נאכן צווייטן איז די ערשטע א נח און די צווייטע א נע, כווייס אבער אז סאיז דא נאך כללים ווען עס איז שוא נח און ווען ס'איז נע,
עס איז א הלכה פסוקה ביי קרי"ש שלא יניח את הנד ולא ינוד את הנע, ווער ווייסט גענוי די כללים ווען איז די שוא נח און ווען איז עס נע
(איך באקום אין אימעיל די וועכנטליכע גליון פון ידידינו הקרעטשמעריסט הידוע בניקו 'אליהו' היבטים לשוניים, אויף די קריאה פון די וואך, זעה איך די וואך (פ' דברים) באצייכנט ער דאס ווארט 'וְּשְפַטְתֶּם' די די טית איז א שוא נח, כאטש סאיז שווער ארויס צו זאגן (אן אריינכאפן דעם תיו), כ'מיין אז דא זאגט מען נישט אזוי, ווער ס'ווייסט אנדערשט זאל זיך אנרופן, די זעלבע שרייבט ער אויף דעם ווארט בֵּרַכְךָ די כף פתוחה, איז א שוא נח, כאטש סאיז שווער ארויס צו זאגן, איך ברעך מיך די ציין דאס צו זאגן, ווייסט עפשער איינער אנדערש?)

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דאנארשטאג יולי 23, 2009 2:57 pm

ושפטתם איז ער גערעכט, ווייל נאר ביי די זעלבע אות צוויי מאל זאגט מען ארויס [צב"ש ירננו] משא"כ טית און תיו זענען אנדערע אותיות. אבער עכ"ז איז דאס שווער ארויסצוזאגן. [אריגינעל וואלט מען די טית געדארפט זאגן אביסל אנדערש פונעם תיו, און אויף דעם אופן קען מען עס ארויסזאגן. אבער בדיעבד, איז ענדערש צו זאגן נע במקום נח, ווי איידער עס צו מאכן פאר צוויי ווערטער "ושפט תם". ודוק].
לגבי "ברכך", איז נישט אזוי פשוט. ס'איז דא וואס האלטן אז אויך ביי דעם דארף מען זאגן שוא נע.
לגבי די כללים.
כ'האב נישט איצט קיין צייט צו שרייבן, אבער כ'בין זיכער אז אסאך וועלן דיר קענען ענטפערן דא.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20978
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 24, 2009 8:02 am

ווענדט זיך צו מען נעמט כלל אן אלע כללים פון אבגד"ה פון ר' אליהו הבחור און צו דומות איז טיייטש דומות ממש, אבער נישט ווען זיי זענען נאר ענדליך.

אלענפאלס, אונזער ניק ר' אליהו המדקדק [נישט הנ"ל] נעמט אזוי אן און ער האט עס שוין אמאל ערווענט דאהי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובהדורך ליסקא » פרייטאג יולי 24, 2009 8:53 am

איך מיין די זאלסט זוכן אין דעם אשכול

שווא הדומות איז א סך מאהל א שווא נח!!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג יולי 24, 2009 8:55 am

ליסקא האט געשריבן:איך מיין די זאלסט זוכן אין דעם אשכול

שווא הדומות איז א סך מאהל א שווא נח!!


אין וועלכן אשכול?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20978
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 24, 2009 9:05 am

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אליהו
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

תגובהדורך אליהו » זונטאג יולי 26, 2009 2:49 pm

פארשלאפען,
לא ינום ולא יישן!
יישר כח!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20978
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 27, 2009 7:34 am

כבוד ר' אליהו, איר רעדט דארט אבער פון אן אנדערע נ"ע ווען ס'איז דומה ממש, ר' יהי' כן פרעגט עפעס אנדערש, ער וויל וויסן ווי אזוי ס'איז מעגליך ארויסצוזאגן ביידע אותיות אויב זיי זענען ביידע נ"ח, מ'קאן דאך נישט?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אליהו
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

תגובהדורך אליהו » מאנטאג יולי 27, 2009 1:51 pm

אלץ אנ-עניין פון געוויינהייט, מ'דארף זיך איינגעוויינען, פריער זאגט מען יברכ-ך מיט א קליין הפסקה, שפעטער ווערט דאס נאטירליך, און אן די הפסקה.
א תימנער זאגט מר אז בא זיי איז פשוט אזוי.
דינ זעלבע (כמעט) מיט מולדתך, ולמדתם. ופקדתם ופקדתי, ווען ס' וואל געווען און מעגליך וואלט דארט גידארפט זיין א חטף אזוי ווי בא הללו סוככים וכד'.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג יולי 27, 2009 2:41 pm

אליהו האט געשריבן:אלץ אנ-עניין פון געוויינהייט, מ'דארף זיך איינגעוויינען, פריער זאגט מען יברכ-ך מיט א קליין הפסקה, שפעטער ווערט דאס נאטירליך, און אן די הפסקה.
'.

אנטשולדיג מיר, אבער איך בין שוין צו אלט צו דעם, עפשער אין נעקסטן גלגול.....

אליהו
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

תגובהדורך אליהו » מאנטאג יולי 27, 2009 3:09 pm

ועד זקנה ושיבה אני הוא.... פון "דיו כתובה על נייר ישן" קען מען אויך מאכען א ספר.
צופעליג האב איך גיהערט א שטיקל שיעור וועגען פרשת דברים אין "קול השיעורים" יענער האט גערעדט ועעגן ושפטתם און נאכער וועגן "כלל הדומות".

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג יולי 27, 2009 3:19 pm

אליהו האט געשריבן:ועד זקנה ושיבה אני הוא.... פון "דיו כתובה על נייר ישן" קען מען אויך מאכען א ספר.
צופעליג האב איך גיהערט א שטיקל שיעור וועגען פרשת דברים אין "קול השיעורים" יענער האט גערעדט ועעגן ושפטתם און נאכער וועגן "כלל הדומות".

אוואו קען מען הערן דעם שיעור? (אין חו"ל).

אליהו
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

תגובהדורך אליהו » מאנטאג יולי 27, 2009 3:38 pm

נישט קיין נ"מ,
מ'דארף זוכען דעם "אתר" site "קול השיעורים" אדער kol hashiurim מ'זוכט שיעורים אויף די פרשה אודער נאמען פון מגיד שיעור ר' אריה הרמן (אן אלטער חבר מיינער). דער שיעור איז אין א"י היברו, אבער די פסוקים זאגט ער דעם ירושלימער ליטפישן וועג.
סתם א חשובע ידיעה ס' דארטען דא אן א שיעור שיעורים אין עברית, ענגליש, אידיש, אאז"וו

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג יולי 27, 2009 3:42 pm

א שקעיאך אייך

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 11:16 am

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין די פאלגנדע שאלות
עס זענען פאראן צוויי וויכטיגע כללים אויף שוא נע, וואס איז נישט אזוי באקאנט, איינס, א שווא נאך א מתג איז א שווא נע (בדרך כלל, הגם שיש יוצא מן הכלל), צווייטנס, א שווא אויף א אות הדגוש איז א שוא נע, אין קריאת שמע, ווי די הלכה איז 'שלא יניח את הנע ול יניע את הנח' איז דא ניין שווא נע'ס וואס איז נישט אזוי באקאנט, ווייל זיי פאלן אריין אין די צוויי כללים (אויסער די באקאנטע כללים וואס מען לערנט אין חדר, שווא הדומות, ושווא בתחילת התיבה), הקיצור פארשטיי איך נישט פארוואס לערנט מען עס נישט אין חדר פאר קליינע קינדער, מילא דער ערשטער כלל, א שוא נאך א מתג, פארשטיי איך אז קינדער ווייסן נאך נישט וואס איז דאס א מתג, אין רוב סידורים איז דאס כמעט נישט געדרוקט, ווייל עס איז בגדר טעמי מקרא, וואס קליינע קינדער קענען נאך נישט, אבער א שווא אויף א דגוש אז ס'איז א שוא נע, פארוואס לערנט מען דאס נישט אין די חדרים? און אלע סידורים [עכ"פ מדויקים] איז געדרוקט די דגושים במילואם.

נאכדעם העטעך געוואלט וויסן חוו"ד פון ידידינו פה, ווי אזוי זאגט מען אין קרי"ש די ווערטער וְלִמַדְתֶּם און וְאַבַדְתֶּם, דער דלת איז א שוא נע אדער א נח, לכאורה א נח, ציוואס זאל עס זיין א שוא נע, למעשה וועסטו הערן פון רוב מענטשן זאגן עס א שוא נע, אפשר ווייל ס'איז שווער צו זאגן אלס א נח?, דארפן די מדקדקים בהלכה עכ"פ מדקדק זיין עס צו זאגן אלס א נח, נישט א נע, נישט אזוי?, ווער ס'ווייסט עפעס דערוועגן, ילמדינו רבותינו

אליהו
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

תגובהדורך אליהו » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 1:42 pm

איין קשיא איז אויף די מלמדים. גוט.
וואס איז מיטן כלל אנהויב ווארט ש-מע shema און נישט shma?
היינט איז דא כמעט אין אללע סידורים סימנים ווי צו דערקענען.
מ'דארף פאר די קליינע דרוקען אן טראפ און מאכען דעם אות מיט שוא נע רויט, און שוא נח למשל בלויא.
ולמדתם ועבדתם מולדתך וכו' זענען פארשטייט זיך אלע שוא נח.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20978
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 1:56 pm

אליהו האט געשריבן:וואס איז מיטן כלל אנהויב ווארט ש-מע shema און נישט shma?

כבוד ר' אליהו לויט טייל מדקדקים איז די צווייטע מער ריכטיג, עיין בערוה"ב לר"ש ארקולטי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 2:14 pm

בלייבט עס ביי דעם
גיימער מאכן א קאמפיין (אריינלייגן אין דבר יום ביונה) דער עולם זאל זיך נעמען זאגן ואבדתם ולמדתם דער דלת א שוא נח!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20978
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 2:28 pm

על אף וואס איך ווייס אז אזוי וואלט מען ווען געדארפט צו זאגן, וועל איך נישט בייטן פון וואס אונזער עלטערן האבן געזאגט, אבותינו ימליצו בעדינו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דערציילער
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 8:13 am
לאקאציע: Boro Park
פארבינד זיך:

לאמיר צוריק גיין אין חדר

תגובהדורך דערציילער » דינסטאג מארטש 06, 2012 6:13 am

ווייסט איר א חילוק פון א שְׁוָא נָע, אדער א שְׁוָא נָח?
מיט אינץ האט מען דאס קיינמאל נישט געלערענט.
מיינע קינדער לערנען דאס און איך שעם זיך אז איך בין אזא גערויסע עם הארץ אין די נושא.
איך וועל דא אראפ ברענגען אפאר כללים וואס מיין זין האט אהיים געברענגט פון חדר, דאס איז נישט אלע כללים, ווער עס קען זאל ביטע ברענגען אלע אנדערע כללים.

1) א שְׁוָא אנהייב ווארט = שְׁוָא נָע
2) א שְׁוָא ביי די ענדע פון א ווארט = שְׁוָא נָח
3) א שְׁוָא אינמיטן פון א ווארט = שְׁוָא נָח
4) ווען עס איז דא צוויי שְׁוָא'ס איינער נעבן די אנדערע אינמיטן פון א ווארט = די ערשטע איז א שְׁוָא נָח און דער צווייטער איז א שְׁוָא נָע
ווען עס איז דא צוויי זעלבע "אותיות" און איינער פון זיי האט א שְׁוָא = אויב די שְׁוָא איז ביי די ערשטע אות איז דאס א שְׁוָא נָע (לדוגמא: הַלְלוּ)
5) ווען עס איז דא א שְׁוָא מיט א דגוּש אין דעם אות = איז דאס א שְׁוָא נָח מיט א שְׁוָא נָע (לדוגמא: עַמְּךָ דארף מען ליינען אזוי עַמְּ-מְּךָ, מען זאגט ארויס צוויי מאל די "מ")
6) צוויי שְׁוָא'ס ביי די ענדע פון א ווארט = זענען ביידע א שְׁוָא נָח


ווער עס קען זאל ביטע ברענגען אלע אנדערע כללים.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג מארטש 06, 2012 6:16 am

שוא נע - מיט אן ע' צו סוף
מען האט עס מיט דיר אויך געלערנט, נאר די האסט פשוט פארגעסן....

7) אן אות מיט א פינטל = איז אלעמאל א שְׁוָא נָע

דערציילער
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 8:13 am
לאקאציע: Boro Park
פארבינד זיך:

תגובהדורך דערציילער » דינסטאג מארטש 06, 2012 6:20 am

איטשע האט געשריבן:
7) אן אות מיט א פינטל = איז אלעמאל א שְׁוָא נָע

די מיינסט מיט א דגוש? דאס איז 5)

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג מארטש 06, 2012 6:55 am

דערציילער האט געשריבן:5) ווען עס איז דא א שְׁוָא מיט א דגוּש אין דעם אות = איז דאס א שְׁוָא נָח מיט א שְׁוָא נָע (לדוגמא: עַמְּךָ דארף מען ליינען אזוי עַמְּ-מְּךָ, מען זאגט ארויס צוויי מאל די "מ")

חלילה וחס, מען זאגט דאס נאר איינמאל, עס איז "כאילו" עס שטייט צוויי מאל (כן מבואר ברש"י עה"ת עשרת מונים).

דערציילער
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 8:13 am
לאקאציע: Boro Park
פארבינד זיך:

תגובהדורך דערציילער » דינסטאג מארטש 06, 2012 7:29 am

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
דערציילער האט געשריבן:5) ווען עס איז דא א שְׁוָא מיט א דגוּש אין דעם אות = איז דאס א שְׁוָא נָח מיט א שְׁוָא נָע (לדוגמא: עַמְּךָ דארף מען ליינען אזוי עַמְּ-מְּךָ, מען זאגט ארויס צוויי מאל די "מ")

חלילה וחס, מען זאגט דאס נאר איינמאל, עס איז "כאילו" עס שטייט צוויי מאל (כן מבואר ברש"י עה"ת עשרת מונים).


איז וואס מיינט אז דאס איז א שְׁוָא נָח מיט א שְׁוָא נָע? אויב זאגט מער עס נאר איינמאל וואלט עס געדארפט הייסען א שְׁוָא נָע
(די דוגמא וואס איך האב אראפ געברענגט אז "עַמְּךָ דארף מען ליינען אזוי עַמְּ-מְּךָ" איז פון מיין זון'ס רבי, איך האב צוגעלייגט אז מען זאגט צוויי מאל די "מ")

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג מארטש 06, 2012 7:51 am

די הגדרה "שוא נח מיט שוא נע" איז בכלל נישט ריכטיג, עס איז בלויז א שוא נע.

(מעגליך אז די מלמד האט געוואלט זאגן אז מען זאל דאס מדגיש זיין, דהיינו אויסציען די אות, וממילא אויטאמאטיש ווערט דאס א נח מיט א נע, ווייל די נע קען נישט אויסציען, עס זאגט זיך בלויז די לעצטע סעקונדע, ודוק. אבער אף לפי"ז איז דאס נאכאלץ בלויז א שוא נע מיט א דגוש).


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט