בלאט 1 פון 1

מענדל אדער מענדיל?

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 5:46 pm
דורך כתר ישועה
ס'איז באקאנט דו פירונג אז און חב"ד שרייבט מען "מענדל" חסר יו"ד און אין ויזשניץ שרייבט מען דייקא "מענדיל" מיט א יו"ד. און דייקא וועגען דעם הייסט דער הייליגע לויבאוויטשער רבי ר' מנחם מענדל 'דער צמח צד"ק' [נוט' מענדל] און דער הייליגער ויזשניצער רבי הייסט 'דער צמח צדי"ק' [נוט' מענדיל].

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 6:17 pm
דורך יודל מענדלזאהן
סארא פראגע... פוק חזי מאי עמא דבר...

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 6:27 pm
דורך שמערי בערי
עס ווענדעט זיך לויט די מקומות וואו זיי האבן געוואווינט, וויאזוי דארט איז געווען איינגעפירט

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 7:20 pm
דורך למדן
הרה"ק רבי מנחם מענדל פון דעעש זי"ע האט זיך אויך געשריבן חסר יו"ד, און זיינע ספרים זענען טאקע: מעגלי צד"ק [עה"ת] און [שו"ת] שערי צד"ק

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 7:21 pm
דורך שמיציגער
דוכט זיך מיר אז ס'איז שוין דא מדובר דערין אין לעצטערע יארן צווישן צדיקים וויזוי הרה"ק ר' מענדעלע מרימונוב האט זיך אונטער געשריבן, מענדל אדער מענדיל!
ווער עס ווייסט מער פרטים דערין קען עס דא אריינשרייבן. ולמצוה גדולה יחשב.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 7:29 pm
דורך למדן
שמיציגער האט געשריבן:דוכט זיך מיר אז ס'איז שוין דא מדובר דערין אין לעצטערע יארן צווישן צדיקים וויזוי הרה"ק ר' מענדעלע מרימונוב האט זיך אונטער געשריבן, מענדל אדער מענדיל!
ווער עס ווייסט מער פרטים דערין קען עס דא אריינשרייבן. ולמצוה גדולה יחשב.


איינס פון די ראיות אז הרה"ק מרימנוב האט זיך געשריבן 'מענדל' חסר יו"ד, איז טאקע פון ר' מענדל'ע דעעשער וועלכער האט לכאורה געהייסן נאך אים, כידוע אז זיין פאטער הרה"ק המראה יחזקאל זי"ע איז דאך געווען זיינס א תלמיד, און לכאורה האט ער געגעבן א נאמען פאר'ן זון על שמו פון זיין גרויסן רבין זי"ע, [עס שטימט לויט די יארן פון שנת פטירת הרה"ק מרימנוב און שנת לידת המעגלי צדק, ודוק]

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 8:14 pm
דורך זיס
דאס איז נישט קיין ראיה, ווייל פיל אייניקלעך פון הרה"ק בעל צמח צדיק, שרייבן חסר י' טראצדעם וואס זיי הייסן נאך א זיידן וואס האט זיך יא געשריבן מיט א י'

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 9:01 pm
דורך שמיציגער
דאס איז אמת אז ר' מענדעלע דעעשער האט געהייסן נאך ר' מענדעלע מרימונוב, אבער דוכט זיך אז ס'איז אויך דא א מדובר ווי אזוי ר' מענדעלע דעעשער האט זיך אונטערגעשריבן.

געשריבן: מיטוואך יוני 24, 2009 9:34 am
דורך בן בוזי
זיס האט געשריבן:דאס איז נישט קיין ראיה, ווייל פיל אייניקלעך פון הרה"ק בעל צמח צדיק, שרייבן חסר י' טראצדעם וואס זיי הייסן נאך א זיידן וואס האט זיך יא געשריבן מיט א י'

אסאך אייניקלעך פונעם צמח מוויזניץ זענען טאקע דעעשער אייניקלעך, ס'ווענדט זיך וואס דער באבע האט געהייסן....

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 2:09 am
דורך שוועמל
די וואס שרייבן 'מנדל' איז לכאורה נישט אהער נישט אהין.

געשריבן: פרייטאג פעברואר 24, 2012 12:19 pm
דורך ואם תאמר
שמיציגער האט געשריבן:דוכט זיך מיר אז ס'איז שוין דא מדובר דערין אין לעצטערע יארן צווישן צדיקים וויזוי הרה"ק ר' מענדעלע מרימונוב האט זיך אונטער געשריבן, מענדל אדער מענדיל!
ווער עס ווייסט מער פרטים דערין קען עס דא אריינשרייבן. ולמצוה גדולה יחשב.


וואס איז שייך א מדובר. ניתי ספר ונחזי. לפי מיעוט ידיעתי זעהט מען אויף אלע בריווען און הסכמות דער חתימה מיט א י', מענדיל.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:52 am
דורך איטשע
לדעתי איז נישט קיין ראי' פון א חתימה, ווייל מען האט אפיציעל נישט מדייק געווען ביים שרייבן בריוון אז דער נאמען זאל זיין פונקטליך גע'ספעלד.
ווי מען דארף קוקן איז אין בית שמואל הל' גיטין.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2012 6:13 pm
דורך ואם תאמר
איך האב געשריבן נאר בנוגע רבי ר' מענדילי מרימנוב זי"ע, וויאזוי ער האט זיך אונטערגעשריבען, אבער נישט וויאזוי עס ווערט גע'פסק'נט.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:09 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
ווי אזוי שטייט אויפן מציבה?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:18 pm
דורך ואם תאמר
פארשטייט זיך מיט א י'.
viewtopic.php?f=31&t=16817&hilit=%D7%A8%D7%99%D7%9E%D7%A0%D7%95%D7%91

און זעה דא די נוסח המציבות פון זיינע קינדער און אייניקליך.
viewtopic.php?f=63&t=15627&p=489677&hilit=%D7%91%D7%A8%D7%99%D7%9E%D7%A0%D7%95%D7%91#p489677

געשריבן: פרייטאג אפריל 20, 2012 2:24 am
דורך טייבעלע
בספר שמות בשם המהרש"ל ובשם ספר זכרון משה, ובספר נחלת שבעה כתבו, מענדל עי"ן אחר המ"ם, וחסר יו"ד אחר הדלי"ת.

געשריבן: זונטאג יולי 28, 2019 4:02 am
דורך גלאזער
דער בית שמואל שרייבט אויך בלי יוד