שמות אנשים ונשים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

איטשע
שר האלף
תגובות: 1976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך איטשע » זונטאג מאי 31, 2020 3:58 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: אולי "מתיא און מרימר" כינוים פאר משה?


אוי ר׳ יוד! זייט מיר געזונט, כ׳וועל לאזן אנדערע ענטפערן...

גוט אזוי. כ'האב אייך געוואלט אויפמערקן אויף דער הדיוט קופץ בראש. מען דארף נישט ענטפערן אז מען ווייסט נישט



יו אר וועלקאם!

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך הסרפד » זונטאג מאי 31, 2020 3:59 pm

איטשע האט געשריבן:דער וואך געמערקט איז ׳זאב׳, איז א גוי׳שע נאמען אין נ״ך.

ביי יידן איז לכאורה געוועהן 'בנימין המכונה וואלף' לאנג איידער 'זאב' איז געוועהן א יידישער נאמן, וה"ה לגבי רוב נעמן פון חיות. (חאטשיק איך מיין אז עס ווערט געבראכט צו געבן אלץ א סגולה.)

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך שופר » זונטאג מאי 31, 2020 3:59 pm

איינע פון די נשיאים האבן געהייסן שמואל.

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך שופר » זונטאג מאי 31, 2020 4:04 pm

שופר האט געשריבן:איינע פון די נשיאים האבן געהייסן שמואל.

אין פרשת מסעי 'ולמטה בני שמעון שמואל בן עמיהוד'

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 31, 2020 4:05 pm

גרשון האט געשריבן:וועלכער חלק איז אינטערעסאנט, אז מ'האט פארצייטנס נישט געגעבן דעם נאמען יואל? וועלכער נאמען פון תרי-עשר האט מען יא געהייסן (חוץ יונה און נחום)? און דאס אז מ'האט עס צוריק מחדש געווען זע איך אויך נישט וואס דער פלא דערפון איז.

שמואל איז א חידה (אזוי צו זאגן). דאס דארף מען טרעפן.

איך הער וואס די זאגסט, מיין וואונדער איז טאקע בעיקר אויף נעמען וואס זענען שוין גאר שטארק פארשפרייט ביי די ראשונים און אין משנה וגמרא איז עס קיינמאל נישט דערמאנט, ווי אברהם און משה
ווער ברויך א אינטערשריפט?

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7895
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג מאי 31, 2020 4:07 pm

מי יחיה משמו אל?

זעה איך יעצט אז מהאט שוין געשריבן די תשובה
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7895
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג מאי 31, 2020 4:09 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:דער בעל התוס׳ וואס האט געהייסן יעקב האט אויך געהייסן ישראל!

ייש"כ קיינמאל נישט געטראכט דערפון, און וואנעט א מקור ביטע?

עי חולין קיב. תוד״ה הני מילי
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 31, 2020 4:11 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:דער בעל התוס׳ וואס האט געהייסן יעקב האט אויך געהייסן ישראל!

ייש"כ קיינמאל נישט געטראכט דערפון, און וואנעט א מקור ביטע?

עי חולין קיב. תוד״ה הני מילי

וואו; ייש"כ גדול! און דער נאמען ישראל אליינס איז אויך געברענגט ערגעץ?
ווער ברויך א אינטערשריפט?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך איטשע » זונטאג מאי 31, 2020 4:14 pm

הסרפד האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:דער וואך געמערקט איז ׳זאב׳, איז א גוי׳שע נאמען אין נ״ך.

ביי יידן איז לכאורה געוועהן 'בנימין המכונה וואלף' לאנג איידער 'זאב' איז געוועהן א יידישער נאמן, וה"ה לגבי רוב נעמן פון חיות. (חאטשיק איך מיין אז עס ווערט געבראכט צו געבן אלץ א סגולה.)

נישט לכאורה, נאר פשוט אזוי.
דער חיד״א ברענגט אוזי אין שם הגדולים.

ODOM
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך ODOM » דינסטאג יוני 09, 2020 12:55 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:מ'טרעפט כמעט נישט קיין אברהם, משה, דוד, אהרן אין ש"ס

אין גמ' בבא בתרא דף קע"ד ע"ב, איז דערמאנט א מענטש מין דעם נאמען: משה בר עצרי.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

אוועטאר
אלטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך אלטער » דינסטאג יוני 09, 2020 9:29 am

ווען האט זיך אנגעהויבן געבן 2 נעמען פאר א מענטש? יעצט אויף דער מינוט קען איך מיר נישט דערמאנען ווי מ'זעט אז איינער זאל האבן 2 נעמען
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך יודל קליין » דינסטאג יוני 09, 2020 9:38 am

אלטער האט געשריבן:ווען האט זיך אנגעהויבן געבן 2 נעמען פאר א מענטש? יעצט אויף דער מינוט קען איך מיר נישט דערמאנען ווי מ'זעט אז איינער זאל האבן 2 נעמען

אבא שאול
זה הקטן גדול יהי'

מנחם אבראמאוויטש
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2017 5:48 pm

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך מנחם אבראמאוויטש » דינסטאג יוני 09, 2020 9:42 am

אלטער האט געשריבן:ווען האט זיך אנגעהויבן געבן 2 נעמען פאר א מענטש? יעצט אויף דער מינוט קען איך מיר נישט דערמאנען ווי מ'זעט אז איינער זאל האבן 2 נעמען

אין חת"ס אבעה"ז ח"ב סי' יח זאגט ער "ועוד נ"ל דלפנים לא היו נוהגין לקרות בשני שמות בבת אחת כי חדשים
מקרוב באו".
אין תשובת נוב"י תניינא או"ח קיג זאגט ער אז ס'האט זיך אנגעהויבען מזמן הראשונים.
ס'איז דא חוקרים וואס האלטען אז נאך ס'איז ארויסגעקומען צוואת רבי יהודה החסיד אין יאר ש' בערך האט מען אנגעהויבען צוגעבען נעמען פאר בחורים אדער שווערס אז זיי זאלען נישט האבען די זעלביגער נאמען.
פון דארט איז די איבעריגע היסטאריע ווען די אייניקלעך האבען געהייסען נאך זיי.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג יוני 09, 2020 9:43 am

אלטער האט געשריבן:ווען האט זיך אנגעהויבן געבן 2 נעמען פאר א מענטש? יעצט אויף דער מינוט קען איך מיר נישט דערמאנען ווי מ'זעט אז איינער זאל האבן 2 נעמען

משה רבנו האט שוין געהאט עטליכע נעמען, וכן יתרו. מ'האט זיי נאר גערופען אויף איין
ווער ברויך א אינטערשריפט?

מנחם אבראמאוויטש
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2017 5:48 pm

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך מנחם אבראמאוויטש » דינסטאג יוני 09, 2020 9:44 am

יודל קליין האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:ווען האט זיך אנגעהויבן געבן 2 נעמען פאר א מענטש? יעצט אויף דער מינוט קען איך מיר נישט דערמאנען ווי מ'זעט אז איינער זאל האבן 2 נעמען

אבא שאול

דער נודע ביהודה וואס איך ציטיר רעדט פון אבא שאול און זאגט אז ס'איז א כינוי לכבוד

אוועטאר
אלטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך אלטער » דינסטאג יוני 09, 2020 9:44 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:ווען האט זיך אנגעהויבן געבן 2 נעמען פאר א מענטש? יעצט אויף דער מינוט קען איך מיר נישט דערמאנען ווי מ'זעט אז איינער זאל האבן 2 נעמען

משה רבנו האט שוין געהאט עטליכע נעמען, וכן יתרו. מ'האט זיי נאר גערופען אויף איין

יא אבער נישט וואס מ'האט עם גערופן
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

אוועטאר
אלטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך אלטער » דינסטאג יוני 09, 2020 9:47 am

מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:ווען האט זיך אנגעהויבן געבן 2 נעמען פאר א מענטש? יעצט אויף דער מינוט קען איך מיר נישט דערמאנען ווי מ'זעט אז איינער זאל האבן 2 נעמען

אין חת"ס אבעה"ז ח"ב סי' יח זאגט ער "ועוד נ"ל דלפנים לא היו נוהגין לקרות בשני שמות בבת אחת כי חדשים
מקרוב באו".
אין תשובת נוב"י תניינא או"ח קיג זאגט ער אז ס'האט זיך אנגעהויבען מזמן הראשונים.
ס'איז דא חוקרים וואס האלטען אז נאך ס'איז ארויסגעקומען צוואת רבי יהודה החסיד אין יאר ש' בערך האט מען אנגעהויבען צוגעבען נעמען פאר בחורים אדער שווערס אז זיי זאלען נישט האבען די זעלביגער נאמען.
פון דארט איז די איבעריגע היסטאריע ווען די אייניקלעך האבען געהייסען נאך זיי.

אדאנק פארן אויס קלארן!
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

איטשע
שר האלף
תגובות: 1976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך איטשע » דינסטאג יוני 09, 2020 10:23 am

די פראגע איז צו מען באצועט זיך צו
1. צוויי נעמען, שם וכינויו? - דאס גייט צוריק צו די צייטן פון די ראשונים, מיר געפון ר׳ יעקב ישראל, ר׳ יהודהא ליווא און ר׳ ישראל איסרליין.
2. צוויי נעמען אלס שינוי השם? - דאס האט זיך אנגעהויבן א שטיק צייט שפעטער, שוין בימי האחרונים.
3. צוויי נעמען ביים ברית? - דאס האט זיך אנגעהויבן בימי החתם סופר והגאון מוהר״ר זלמן מרגליות, ביידע דערמאנע אט דעם נייעם מנהג.

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך העלאו » זונטאג יולי 19, 2020 11:13 am

א גוטען
ווייסט אפשר איינער אויב די נאמען
דאברא
שרייבט מען דאברא אדער דאברה
יישר כח

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך אליעזר לאנדא » זונטאג יולי 19, 2020 11:49 am

איטשע האט געשריבן:די פראגע איז צו מען באצועט זיך צו
1. צוויי נעמען, שם וכינויו? - דאס גייט צוריק צו די צייטן פון די ראשונים, מיר געפון ר׳ יעקב ישראל, ר׳ יהודהא ליווא און ר׳ ישראל איסרליין.
2. צוויי נעמען אלס שינוי השם? - דאס האט זיך אנגעהויבן א שטיק צייט שפעטער, שוין בימי האחרונים.
3. צוויי נעמען ביים ברית? - דאס האט זיך אנגעהויבן בימי החתם סופר והגאון מוהר״ר זלמן מרגליות, ביידע דערמאנע אט דעם נייעם מנהג.

וואס איז מיט דער ר' חיים יצחק מחבר הפיוט חי ד' וואס מען זינגט שבת אינדערפרי, ווען האט ער געלעבט ? (איך פרעג מחסרון ידיעה)

און אז מען רעדט שוין ווער איז געוועהן דער ערשטע מיט א לשה"ק נאמען פון א חיה וואס קומט פון זיין כינוי (צבי, זאב, אריה, וכו')
האט נישט דער שאגת אריה געהייסן נאר אריה ?
לעצט פאראכטן דורך אליעזר לאנדא אום זונטאג יולי 19, 2020 6:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג יולי 19, 2020 4:05 pm

העלאו האט געשריבן:א גוטען
ווייסט אפשר איינער אויב די נאמען
דאברא
שרייבט מען דאברא אדער דאברה
יישר כח

מיט א אל"ף.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג יולי 19, 2020 5:34 pm

נא_שכל האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:א גוטען
ווייסט אפשר איינער אויב די נאמען
דאברא
שרייבט מען דאברא אדער דאברה
יישר כח

מיט א אל"ף.

קלאר אזוי, ואין מקום לפקפק או להסתפק בזה.

אבער טייל (דער גרעסערע טייל) ארץ-ישראל'דיגע רבנים וועלן מטהר זיין דעם 'דאברה' בק"ן טעמים. ואתם תלין משוגתם.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך העלאו » זונטאג יולי 19, 2020 5:42 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:א גוטען
ווייסט אפשר איינער אויב די נאמען
דאברא
שרייבט מען דאברא אדער דאברה
יישר כח

מיט א אל"ף.

קלאר אזוי, ואין מקום לפקפק או להסתפק בזה.

אבער טייל (דער גרעסערע טייל) ארץ-ישראל'דיגע רבנים וועלן מטהר זיין דעם 'דאברה' בק"ן טעמים. ואתם תלין משוגתם.


א גרויסע יישר כח
אויב איר האט עפעס א מקור וואלט איך הנאה געהאט צו הערן יישר כח

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג יולי 19, 2020 6:12 pm

ס'איז א כלל אין די שמות גיטין ספרים, אז לשה"ק'דיגע נעמען ענדיגן זיך מיט א ה', ווי צפורה, חיה, חנה, שרה, רבקה וכו'. אבער ארמ'ישע נעמען, אזוי אויך נעמען פון אנדערע שפראכן, קומען צום סוף מיט אן א', ווי זעלדא, רויזא, בריינא, דוואשא, שפרינצא, דאברא, טשארנא וכו'.

דאס איז א כלל מוסכם ביי אלע שמות גיטין ספרים.

אבער טייל פוסקים ברענגען אז "אם שינה לכתוב ה' במקום א' הגט כשר". אהה, ס'איז כשר בדיעבד, אבער אויף לכתחילה האט מען אלע דורות זייער אפגעהיטן ס'זאל נישט צוקומען דערצו. זע לדוגמא אין 'ברכת המים' ביים נאמען 'אהבה'.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: שמות אנשים ונשים

תגובהדורך העלאו » זונטאג יולי 19, 2020 6:29 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:ס'איז א כלל אין די שמות גיטין ספרים, אז לשה"ק'דיגע נעמען ענדיגן זיך מיט א ה', ווי צפורה, חיה, חנה, שרה, רבקה וכו'. אבער ארמ'ישע נעמען, אזוי אויך נעמען פון אנדערע שפראכן, קומען צום סוף מיט אן א', ווי זעלדא, רויזא, בריינא, דוואשא, שפרינצא, דאברא, טשארנא וכו'.

דאס איז א כלל מוסכם ביי אלע שמות גיטין ספרים.

אבער טייל פוסקים ברענגען אז "אם שינה לכתוב ה' במקום א' הגט כשר". אהה, ס'איז כשר בדיעבד, אבער אויף לכתחילה האט מען אלע דורות זייער אפגעהיטן ס'זאל נישט צוקומען דערצו. זע לדוגמא אין 'ברכת המים' ביים נאמען 'אהבה'.


יישר כח נישט געוויסט עס דרייען זיך דא אזעלעכע תלמידי חכמים כל הכבוד


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט