שמות אנשים ונשים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » זונטאג מארטש 24, 2019 11:50 am

עס'קען זיין בעסער האט געשריבן:הערליכע שיינע ידיעות איבער די נעמען
ווייסט איינער עפעס א מקור/שורש צום מיידל נאמען דבושה/דבושא??
אפשר קומט עס פון דבורה?
א יישר כח פאר דער וואס קען מיך העלפן!

אין די ספרי השמות ברענגען זיי אז דאס איז א קיצור השם פון דבורה, אבער אין רוב ספרים שטייט דוואסא נישט דוואשא, און אין שם עולם אופן טיב גיטין, אויך דער פתחי תשובה און אהלי שם ברענגען אראפ דעם נאמען דוואשא, נישט דבאשע.

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » זונטאג מארטש 24, 2019 12:34 pm

פון ווי שטאמט די נאמען יכט ?

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » זונטאג מארטש 24, 2019 12:54 pm

גם זה יעבור האט געשריבן:פון ווי שטאמט די נאמען יכט ?

אין די ספרי השמות שטייט אז ס'איז א שם לע"ז, און בדרך כלל איז עס א צו נאמען צו יוכבד, עפעס אזוי ווי א כינוי אין די גויש'ע שפראך, אין ספרי השמות ווערט געברענגט אויך אז אנדערע האבן געשריבן יכד מיט א ד', דאס אליין איז א ראיה אז ס'איז א שם לע"ז וואס פארבייט פון ט מיט ד, אזוי ווי אין ענגליש.
און אזוי שרייבט דער ברי חיים
שו"ת דברי חיים אבן העזר חלק ב סימן קכט
והנה לפי זה בנידון דידן אשר שם יכט בשבא אינו מצוי ושם יכט על הרגל לשונינו בודאי יקרא הקורא יכט בפתח ולא בשבא ואין לכתוב יאכט באלף דיטעו לקרותו יאכט בקמץ דשכיח שם יאכט בסביבותינו וכמדומה ששמעתי ליוכבד שקורין העולם יאכווד שיש קורין יאכד ולכן בודאי יותר נכון לכתוב בלא אלף ובפרט שכן נוסח הבית שמואל בסידורו ובספר שמות אין לשנות

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » זונטאג מארטש 24, 2019 1:57 pm

איינער האט אמאל געהערט א פרוי זאל הייסן 'שלימה זלמה'?
איך ווייס ס'איז דא די נעמען אין בית שמואל, איך וויל וויסן אויב איינער האט שוין געהערט בפועל אזא נאמען

נפלאות_הבורא
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 21, 2019 6:44 pm

תגובהדורך נפלאות_הבורא » מאנטאג מארטש 25, 2019 5:33 am

איך האב געקענט א פרוי מיטן נאמען נחמה יוספה...

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » מאנטאג מארטש 25, 2019 11:39 am

דער סטייפעלער הגאון בעל קהלות יעקב זצוק"ל האט געהאט א טאכטער יוספה (ברזם).
צוגעלייגטע
יוספה ברזם.jpg
יוספה ברזם.jpg (182.76 KiB) געזעהן 3822 מאל

65th
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2019 2:39 pm

תגובהדורך 65th » מיטוואך מארטש 27, 2019 11:37 am

יעך האב גיהערט אז דער באבובער רבי דער קדושת ציון זצוקל האט גיגעבן א נאמען פאר א טאכטער וואס איז גיבוירען תשעה באב
נחמה גאלדע
נחמה וועגען די טרויער פין די 9 טעג
גאלדא ווייל זיא גייט האבען אסאך $
איר ערשטער מאן איז גיוועהן משה סטעמפל הי״ד
דער צווייטער מאן איז גיוועהן יושע פרישוואסער ע״ה

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » מאנטאג יולי 01, 2019 2:25 pm

אבא חייא.gif
אבא חייא.gif (71.92 KiB) געזעהן 3278 מאל

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג יולי 01, 2019 2:46 pm

ברענגסט וועגן אבא חייא...
דאס דערמאנט מיר וואס כ'האב אמאל געפרעגט א זון פון הרב אבא חייא טויבער: וויאזוי זאגסטו פסח ביינאכט טאטע לעבן?...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » מאנטאג יולי 01, 2019 2:57 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:ברענגסט וועגן אבא חייא...
דאס דערמאנט מיר וואס כ'האב אמאל געפרעגט א זון פון הרב אבא חייא טויבער: וויאזוי זאגסטו פסח ביינאכט טאטע לעבן?...


:lol: :lol: און וואס נאט ער ג'ענטפערט?

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג יולי 01, 2019 3:02 pm

געשיקטער האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:ברענגסט וועגן אבא חייא...
דאס דערמאנט מיר וואס כ'האב אמאל געפרעגט א זון פון הרב אבא חייא טויבער: וויאזוי זאגסטו פסח ביינאכט טאטע לעבן?...


:lol: :lol: און וואס נאט ער ג'ענטפערט?

אז ס'איז אים קיינמאל נישט איינגעפאלן...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:02 pm

Gur Arye Herzig איז אן אפטער שרייבער אין די ענלישע צייטשריפטען
איך האב אלעמאל געמיינט אז דאס איז א פעדער נאָמען
דעם ש"ק הער איך ווי מען רופט אויף א אינגערמאן ר' ,, בן ר' גור ארי'
נאכען דאווענען פרעג איך אים "דיין טאטע איז ר' גור ארי' דער שרייבער "
זאגט ער יא
פרעג איך אים פון ווי שטאמט דער נאמען? א מאורע? א זיידע?
דערציילט ער מיר
מיין טאטע נ"י הייסט נאך א זיידע וואס איז געבוירען געווארען נאך 7 קינדער
וואס זענען נעדר געווארען ר"ל די נאכט פאר דעם ברית קומט אין חלום צי
דעם בעל ברית א איד און זאגט אים "גיב דעם קינד א נאמען "גור ארי'" נאך מיר"

info
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 17, 2019 10:45 am

תגובהדורך info » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:14 pm

פון ווי שטאמט די נאמען "יכט"?

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:28 pm

info האט געשריבן:פון ווי שטאמט די נאמען "יכט"?

איך האב נישט קיין ידיעה אין דעם, אבער איך האב מיך א סך מאהל געוואונדערט צי עס שטאמט פון א קיצור פון 'יוכבד', ווייל עס איז קלאהר אז מען פלעג א מאהל זאגן 'יאַכוועט' אנשטאט יוכבד.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:35 pm

הסרפד האט געשריבן:
info האט געשריבן:פון ווי שטאמט די נאמען "יכט"?

איך האב נישט קיין ידיעה אין דעם, אבער איך האב מיך א סך מאהל געוואונדערט צי עס שטאמט פון א קיצור פון 'יוכבד', ווייל עס איז קלאהר אז מען פלעג א מאהל זאגן 'יאַכוועט' אנשטאט יוכבד.

שוין געווען
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:43 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
info האט געשריבן:פון ווי שטאמט די נאמען "יכט"?

איך האב נישט קיין ידיעה אין דעם, אבער איך האב מיך א סך מאהל געוואונדערט צי עס שטאמט פון א קיצור פון 'יוכבד', ווייל עס איז קלאהר אז מען פלעג א מאהל זאגן 'יאַכוועט' אנשטאט יוכבד.

שוין געווען

איך דארף בעסערע ברילן... ייש"כ

info
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 17, 2019 10:45 am

תגובהדורך info » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:03 am

פון ווי שטאמט די נאמען/נעמען צערקא/סערקא?

להודות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך להודות » מיטוואך פאברואר 05, 2020 11:01 pm

די נעמען געפונען זיך ביי רבי'שע משפחות.
זענען זיי געווען מצוי פאר דעם? האבן די אריגינעלע געהייסן נאך איינעם? אויב נישט, פארוואס האט מען געגעבן אזעלכע נעמען? וואס נאך אזעלכע מין נעמען איז דא?
עצה טובה! נישט צו נעמען אדווייז פון א ניק אונטער 100 תגובות... קרעדיט: קאכעדיגע

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 12:49 am

כייב נישט אן צו פארשטיין דעם שאלה,

יהוסף איז יוסף, זוי ווי יהודה מיט יודא, (אפשר ביי די רבי'שע האט מען מער מקפד געווען ארויסצוזאגן דעם נאמען)

ישורון און סיני זענען פינקט אזאנע נאמען ווי ברוך אברהם יחזקאל מנשה אליהו ישראל דוב אלימלך יעקב יצחק משה אלעזר יקותואל יהודה חנני' יו"ט חיים צבי יואל אהרן מנחם וכו'

אויף ישורון דרייט זיך ארום א מעשה ביי די כהנא'ס מיט עפעס א חלום מ'זאל א נאמען געבן נאך יעקב אבינו,
אנדערע פארציילן אז דער קורא שם האט זיך ציפייערט אויפן זידיטשויבער נוסח "וקרא שמו בישראל יעקב ישראל וישורון" און ווען נישט מ'שטעלט איהם אפ באצייטנס, הייסט ער ווען 'לפיכך'...

סיני איז דא אין די סיגוטער משפחה וואס גיבן נאך ר' אלעזר 'ניסן' 'סיני', כווייס נישט וואס פשט דערפון אבער כך שמעתי..

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מאנטאג פאברואר 10, 2020 4:49 pm

מענטשאלע האט געשריבן:
גם זה יעבור האט געשריבן:פון ווי שטאמט די נאמען יכט ?

אין די ספרי השמות שטייט אז ס'איז א שם לע"ז, און בדרך כלל איז עס א צו נאמען צו יוכבד, עפעס אזוי ווי א כינוי אין די גויש'ע שפראך, אין ספרי השמות ווערט געברענגט אויך אז אנדערע האבן געשריבן יכד מיט א ד', דאס אליין איז א ראיה אז ס'איז א שם לע"ז וואס פארבייט פון ט מיט ד, אזוי ווי אין ענגליש.
און אזוי שרייבט דער ברי חיים
שו"ת דברי חיים אבן העזר חלק ב סימן קכט
והנה לפי זה בנידון דידן אשר שם יכט בשבא אינו מצוי ושם יכט על הרגל לשונינו בודאי יקרא הקורא יכט בפתח ולא בשבא ואין לכתוב יאכט באלף דיטעו לקרותו יאכט בקמץ דשכיח שם יאכט בסביבותינו וכמדומה ששמעתי ליוכבד שקורין העולם יאכווד שיש קורין יאכד ולכן בודאי יותר נכון לכתוב בלא אלף ובפרט שכן נוסח הבית שמואל בסידורו ובספר שמות אין לשנות

אזוי שרייבט אויך דער חתם סופר:
בהגהות חת"ס בשמות גיטין שכתב על נדפס בסוף השו"ע בגליון לשכת הסופרים ובספר לקוטי חבר בן חיים ח"ד דף לח ע"א וח"ח דף לב ע"ב
"השם יכט ובמדינתינו יאכד"

great
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

תגובהדורך great » דינסטאג פאברואר 11, 2020 11:35 am

איטשע האט געשריבן:כ׳האב נישט קיין קשיא.
יהודה אריה און לייב, זענען נאך ״איין ״ נאמען.
״היינטיגע צייטן, פירט מען זיך ״יא״ צו געבן ״איין״ נאמען פאר עטליכע קינדער, און שולדיג זענען דערין די וואס טיילן נעמען און ״ווייסן נישט״ אז ס׳איז אלס בלויז ״איין״ נאמען״, זאגענדיג: יהודה און אריה זענען דאך ״אנדערע״ נעמען...

איז דא א מקור?

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג פאברואר 11, 2020 11:45 am

יהודה און אריה איז נישט איין נאמען ביידע זענען לשה"ק נעמען
סאיז אזוי ווי דו וועסט זאגן אז בנימין און זאב זענען איין נאמען

לייב איז יא איין נאמען ווייל סאיז א אידישע נאמען אויף יהודה

דענק איך נישט יעצט די מקור (אדער חת"ס אדער בשם דברי יואל) אז ביים עולה זיין זאל מען נאר רופן די לשה"ק נאמען און אפילו אויב מהאט געגעבן ביים ברית לדוגמא משה לייב זאל מען איהם רופן משה יהודה
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
אלטער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5250
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

תגובהדורך אלטער » דינסטאג פאברואר 11, 2020 12:10 pm

ווייס איך פון איינעם וואס הייסט לייב און האט א זין יהודה איז די שאלה צו דארף מען אויסריפן יהודה בן יהודה (איך מיין אז יענער טוט נישט אזוי)
שעהם זיך נישט ווער דו ביסט
דער הייליגער קאצקער גיט צו פארשטיין
די בעסטע שענסטע פיינסטע זאך צו זיין איז
זיי זיך אליין!

ווען גייט זיין די וואלן?
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג פאברואר 11, 2020 12:19 pm

אלטער האט געשריבן:ווייס איך פון איינעם וואס הייסט לייב און האט א זין יהודה איז די שאלה צו דארף מען אויסריפן יהודה בן יהודה (איך מיין אז יענער טוט נישט אזוי)

ער טוט נישט איז נישט קיין ראי'
אויב טוט ער נישט ווייל ער האט געפרעגט איז עפעס אנדערש

אבער יתכן מאוד אז ער דארף איהם רופן יהודה בן יהודה
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
אלטער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5250
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

תגובהדורך אלטער » דינסטאג פאברואר 11, 2020 12:28 pm

איינס האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:ווייס איך פון איינעם וואס הייסט לייב און האט א זין יהודה איז די שאלה צו דארף מען אויסריפן יהודה בן יהודה (איך מיין אז יענער טוט נישט אזוי)

ער טוט נישט איז נישט קיין ראי'
אויב טוט ער נישט ווייל ער האט געפרעגט איז עפעס אנדערש

אבער יתכן מאוד אז ער דארף איהם רופן יהודה בן יהודה

מיין איך אז אדמו"ר מסאטמער מהר"א האט עם אזוי געזאגט (סיי מיט די נעמען צו געבן און סיי ווי אזוי אויסצוריפן), כקען עם איבער פרעגן און לאזן וויסן דא בל"נ
שעהם זיך נישט ווער דו ביסט
דער הייליגער קאצקער גיט צו פארשטיין
די בעסטע שענסטע פיינסטע זאך צו זיין איז
זיי זיך אליין!

ווען גייט זיין די וואלן?
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט