שמות אנשים ונשים
די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5577
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
איטשע האט געשריבן:הלכה׳דיג איינער וואס הייסט אלי׳, איז זיין נאמען אליה און נישט אליהו!
ווענט זיך ווי אזוי מען זאגט ביים ברית,
אבער איך האב נאך נישט געהערט איינער וואס זאל הייסן אלי' נישט אליהו
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
איטשע האט געשריבן:יתכן טעיתי, קוק נאך די מקורות:
שו"ת ב"ח החדשות סי' ע"ז, שו״ת שארית יוסף סי' מב
דאס האב איך געטראפען אין שו"ת הבח החדשות
דעם שארית יסוף איז זייער שווער ליינען
קען גאר זיין אז עס נישט אלי' נור שלו'
עס איז דא אזא נאמען, ראה אבה"ע קכ"ט כ"ב אבער געווענדליך איז יא די נאמען אליהו.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 489
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
- לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!
לבנת הספיר האט געשריבן:טריסקער האט געשריבן:לבנת הספיר האט געשריבן:איינער פין ר" אהרן טשערנאביל"ע אייניקלעך האט געהייסען בן ציון אלס סגולה אויף אריכת ימים
איך ווייס פון לכה"פ 2:
רבי שלמה בן ציון מטשערנאביל
רבי ברוך בן ציון מלויאב - אומאן
וועלכער מיינסטו?
דאכט זיך מיר ר ברוך בן ציון כ"דארף נאכקוקען
אין ספר עיר מלוכה טשערנאביל ווערט געברענגט אויף הגה"ח ר' ברוך בנציון (בן ציון?) טשאפאוויטש ז"ל בעמח"ס שתי המערכות ועוד, אז אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין די הסכמות אויפן ספר פון אדמו"רי בית טשערנאביל קומט ער פון טשערנאביל, און לויט די באווייזונגען איז ער געבוירן אין די תר"כ יאהרן, די זעלבע יאהרן פון רבב"צ מלאיעוו, קען זיין אז רבי אהרן טשערנאבלער האט געהייסן געבן דעם נאמען.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 391
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
פייערמאן האט געשריבן:עס איז דא אזא נאמען, ראה אבה"ע קכ"ט כ"ב אבער געווענדליך איז יא די נאמען אליהו.
לשון שו"ת חתם סופר אה"ע חלק ב סי' כו:
היום אני טרוד מאוד בסדור גט לחיים בן אלי' וכל העולם קוראי' לו אלי' בלי וי"ו רק החזנים קורי' לו לתורה אליהו וחקרתי מאיזה משפחה נולד לו זה השם ואמר לי שנקרא כן על שם זקנו הגאון בעל אלי' רבה ואלי' זוטא והנה ראיתי בספרו אלי' זוטא שהוא עצמו הביאו לדפוס שם כתוב כמה פעמים אלי' בלי ויו ובשגם נדפס שיר מאביו הגאון מה' וואלף שפירא ז"ל וראשי חרוזות אלי' בלי ויו, על כן החלטתי דהכא שם אלי' בלי ויו העיקור.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט