שמות אנשים ונשים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » זונטאג מארטש 24, 2019 11:50 am

עס'קען זיין בעסער האט געשריבן:הערליכע שיינע ידיעות איבער די נעמען
ווייסט איינער עפעס א מקור/שורש צום מיידל נאמען דבושה/דבושא??
אפשר קומט עס פון דבורה?
א יישר כח פאר דער וואס קען מיך העלפן!

אין די ספרי השמות ברענגען זיי אז דאס איז א קיצור השם פון דבורה, אבער אין רוב ספרים שטייט דוואסא נישט דוואשא, און אין שם עולם אופן טיב גיטין, אויך דער פתחי תשובה און אהלי שם ברענגען אראפ דעם נאמען דוואשא, נישט דבאשע.

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » זונטאג מארטש 24, 2019 12:34 pm

פון ווי שטאמט די נאמען יכט ?

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » זונטאג מארטש 24, 2019 12:54 pm

גם זה יעבור האט געשריבן:פון ווי שטאמט די נאמען יכט ?

אין די ספרי השמות שטייט אז ס'איז א שם לע"ז, און בדרך כלל איז עס א צו נאמען צו יוכבד, עפעס אזוי ווי א כינוי אין די גויש'ע שפראך, אין ספרי השמות ווערט געברענגט אויך אז אנדערע האבן געשריבן יכד מיט א ד', דאס אליין איז א ראיה אז ס'איז א שם לע"ז וואס פארבייט פון ט מיט ד, אזוי ווי אין ענגליש.
און אזוי שרייבט דער ברי חיים
שו"ת דברי חיים אבן העזר חלק ב סימן קכט
והנה לפי זה בנידון דידן אשר שם יכט בשבא אינו מצוי ושם יכט על הרגל לשונינו בודאי יקרא הקורא יכט בפתח ולא בשבא ואין לכתוב יאכט באלף דיטעו לקרותו יאכט בקמץ דשכיח שם יאכט בסביבותינו וכמדומה ששמעתי ליוכבד שקורין העולם יאכווד שיש קורין יאכד ולכן בודאי יותר נכון לכתוב בלא אלף ובפרט שכן נוסח הבית שמואל בסידורו ובספר שמות אין לשנות

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » זונטאג מארטש 24, 2019 1:57 pm

איינער האט אמאל געהערט א פרוי זאל הייסן 'שלימה זלמה'?
איך ווייס ס'איז דא די נעמען אין בית שמואל, איך וויל וויסן אויב איינער האט שוין געהערט בפועל אזא נאמען

נפלאות_הבורא
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 21, 2019 6:44 pm

תגובהדורך נפלאות_הבורא » מאנטאג מארטש 25, 2019 5:33 am

איך האב געקענט א פרוי מיטן נאמען נחמה יוספה...

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » מאנטאג מארטש 25, 2019 11:39 am

דער סטייפעלער הגאון בעל קהלות יעקב זצוק"ל האט געהאט א טאכטער יוספה (ברזם).
צוגעלייגטע
יוספה ברזם.jpg
יוספה ברזם.jpg (182.76 KiB) געזעהן 2269 מאל

65th
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2019 2:39 pm

תגובהדורך 65th » מיטוואך מארטש 27, 2019 11:37 am

יעך האב גיהערט אז דער באבובער רבי דער קדושת ציון זצוקל האט גיגעבן א נאמען פאר א טאכטער וואס איז גיבוירען תשעה באב
נחמה גאלדע
נחמה וועגען די טרויער פין די 9 טעג
גאלדא ווייל זיא גייט האבען אסאך $
איר ערשטער מאן איז גיוועהן משה סטעמפל הי״ד
דער צווייטער מאן איז גיוועהן יושע פרישוואסער ע״ה

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » מאנטאג יולי 01, 2019 2:25 pm

אבא חייא.gif
אבא חייא.gif (71.92 KiB) געזעהן 1725 מאל

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג יולי 01, 2019 2:46 pm

ברענגסט וועגן אבא חייא...
דאס דערמאנט מיר וואס כ'האב אמאל געפרעגט א זון פון הרב אבא חייא טויבער: וויאזוי זאגסטו פסח ביינאכט טאטע לעבן?...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » מאנטאג יולי 01, 2019 2:57 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:ברענגסט וועגן אבא חייא...
דאס דערמאנט מיר וואס כ'האב אמאל געפרעגט א זון פון הרב אבא חייא טויבער: וויאזוי זאגסטו פסח ביינאכט טאטע לעבן?...


:lol: :lol: און וואס נאט ער ג'ענטפערט?

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג יולי 01, 2019 3:02 pm

געשיקטער האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:ברענגסט וועגן אבא חייא...
דאס דערמאנט מיר וואס כ'האב אמאל געפרעגט א זון פון הרב אבא חייא טויבער: וויאזוי זאגסטו פסח ביינאכט טאטע לעבן?...


:lol: :lol: און וואס נאט ער ג'ענטפערט?

אז ס'איז אים קיינמאל נישט איינגעפאלן...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:02 pm

Gur Arye Herzig איז אן אפטער שרייבער אין די ענלישע צייטשריפטען
איך האב אלעמאל געמיינט אז דאס איז א פעדער נאָמען
דעם ש"ק הער איך ווי מען רופט אויף א אינגערמאן ר' ,, בן ר' גור ארי'
נאכען דאווענען פרעג איך אים "דיין טאטע איז ר' גור ארי' דער שרייבער "
זאגט ער יא
פרעג איך אים פון ווי שטאמט דער נאמען? א מאורע? א זיידע?
דערציילט ער מיר
מיין טאטע נ"י הייסט נאך א זיידע וואס איז געבוירען געווארען נאך 7 קינדער
וואס זענען נעדר געווארען ר"ל די נאכט פאר דעם ברית קומט אין חלום צי
דעם בעל ברית א איד און זאגט אים "גיב דעם קינד א נאמען "גור ארי'" נאך מיר"

info
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 17, 2019 10:45 am

תגובהדורך info » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:14 pm

פון ווי שטאמט די נאמען "יכט"?

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:28 pm

info האט געשריבן:פון ווי שטאמט די נאמען "יכט"?

איך האב נישט קיין ידיעה אין דעם, אבער איך האב מיך א סך מאהל געוואונדערט צי עס שטאמט פון א קיצור פון 'יוכבד', ווייל עס איז קלאהר אז מען פלעג א מאהל זאגן 'יאַכוועט' אנשטאט יוכבד.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:35 pm

הסרפד האט געשריבן:
info האט געשריבן:פון ווי שטאמט די נאמען "יכט"?

איך האב נישט קיין ידיעה אין דעם, אבער איך האב מיך א סך מאהל געוואונדערט צי עס שטאמט פון א קיצור פון 'יוכבד', ווייל עס איז קלאהר אז מען פלעג א מאהל זאגן 'יאַכוועט' אנשטאט יוכבד.

שוין געווען
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:43 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
info האט געשריבן:פון ווי שטאמט די נאמען "יכט"?

איך האב נישט קיין ידיעה אין דעם, אבער איך האב מיך א סך מאהל געוואונדערט צי עס שטאמט פון א קיצור פון 'יוכבד', ווייל עס איז קלאהר אז מען פלעג א מאהל זאגן 'יאַכוועט' אנשטאט יוכבד.

שוין געווען

איך דארף בעסערע ברילן... ייש"כ

info
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 17, 2019 10:45 am

תגובהדורך info » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:03 am

פון ווי שטאמט די נאמען/נעמען צערקא/סערקא?


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט