רעכט, גערעכט, ריכטונג, ריכטער וכו'

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

כ'האב לעצטענס אויפגעטון עפעס אין אידיש.
היות כ'זעה יידישיסט איז יעצט דא, לאמיר עס פארלייגן.
הערט א מעשה:
צוויי מענטשן האבן זיך געקריגט, מ'האט נישט געוואוסט ווער ס'איז "גערעכט". זענען זיין אריין אין "געריכט" (מרעדט ח"ו נישט פון קיין אידן) און דער "ריכטער" האט ארויסגעגעבן א "ריכטיגן" פסק.
לכאורה איז אלעס פון איין שורש.
אין ענגליש אבער, איז גערעכט זאגט מען Right געריכט: Court ריכטער: Judge ריכטיג Right.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אלף בית האט געשריבן:כ'האב לעצטענס אויפגעטון עפעס אין אידיש.
היות כ'זעה יידישיסט איז יעצט דא, לאמיר עס פארלייגן.
הערט א מעשה:
צוויי מענטשן האבן זיך געקריגט, מ'האט נישט געוואוסט ווער ס'איז "גערעכט". זענען זיין אריין אין "געריכט" (מרעדט ח"ו נישט פון קיין אידן) און דער "ריכטער" האט ארויסגעגעבן א "ריכטיגן" פסק.
לכאורה איז אלעס פון איין שורש.
אין ענגליש אבער, איז גערעכט זאגט מען Right געריכט: Court ריכטער: Judge ריכטיג Right.


עס איז דא נאך א ווארט/ווערטער אין די סעריע וואס דאס וועט אונז אביסל בעסער קלארשטעלן און פארברייטן צום שיעור פון יידישיסט דער לערער.

ריכטונג-איך וועל זעהן אין וועלכע 'ריכטונג' עס איז געוואנדן (DIRECTION)
געריכטעט-עס איז געריכטעט צו די אנדערע זייט (DIRECTED)
באריכט - REPORT

איך וואלט געזאגט אז א 'ריכטער' אין א 'געריכט-הויז', 'ריכטעט' אין וועלכע 'ריכטוננ' די זאך ברויך ווערן 'געריכטעט', און ער האפט אז דאס וועט זיין דער 'ריכטיגער' פסק, און עס וועט 'באריכטעט' ווערן אין די צייטונגען אונטער א קלארע 'באריכט'.

אבער 'גערעכט' און האבן 'רעכט' קומט פון 'ימין ושמאל' (וואס קען זיין אז פילאלאגיש זענען זיי נאך אלס פארבינדען) און דאס זעלבע איז מיט 'רעכט-פארטיג'.

ווידער זיך 'רעכענען' מיט יענעמס געפילען איז שוין עפעס אנדערש.

(אויף ענגליש איז א ריכטער אויך א 'JUSTICE' וואס באדייט 'גערעכטיגקייט', און א פסק איז א RULING)
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

זייער ריכטיג הרב אלף-בית!

זעה דא וואו עס איז באהאנדלט געווארן די פארבינדונג צווישן "ריכטן-ריכטער-ריכטיג". דאס ווארט "געריכט" איז אוודאי פארבונדן מיט ריכטער, פונקט ווי געמיש איז פון "מישן", אדער געפיל פון "פילן". דער פרעפיקס (פארזילבע) "גע" גיט אונז דעם נאמען פון דער זאך וואס איז פארבונדן מיט דער פעולה. ווארשיינליך האט דאס ווארט "גערעכט" פאר א מענטש וואס האט רעכט אויך מיט דעם וואס ער איז ריכטיג. [דאס ווארט "רעכטס" אויף ימין איז מעגליך אויך אפשטאמיג פון דעם, אבער איך ווייס נישט אויף וואס אן אופן. קען זיין אז "רעכטס" איז דער סימבאל אויף אויסגערעכנטקייט, און דערפאר האט דאס באקומען דעם נאמען פונעם שורש פון ריכטיגקייט (הַכְוָונָה).]

צוריכטן (להכין) אדער צורישטן (צורישן) איז אויך פון דעם שורש. און פונקט ווי אויף לה"ק הייסט דאס "להכין" פונעם שורש פון "כן" (אוועקגעשטעלט, ריכטיג,) אזוי איז אויך אויף יידיש דאס צוגרייטן – צורעכטן. דער טויש צווישן "צוריכטן" און "צורישטן" איז צוליב דעם דייטשן CH וואס ווערט געווענליך א "ש" אויף אידיש, אבער אמאל אויך א "כ" (ווי דערמאנט אמאל אינעם ווארט "פארניכטן" וואס איז פונעם ווארט "נישט").
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

הרב מיללער, א פיינע רשימה געמאכט! איך מיין אז די אלע ווערטער ווערן באהאנדלט אין דעם אנגעגעבענעם אשכול. "באריכט" אלס REPORT ווערט צוגעשטעלט צו "נאכריכט" וואס הייסט אויף דייטש "א ידיעה", און דאס איז אלעס ווירקליך פונעם שורש פון ריכטן (לכוון).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יידישיסט,
איר זענט זיך אלזא מחולק מיט מיר, טענה'נדיג אז 'גערעכט' איז יא די זעלבע ווי 'געריכט', פארוואס האט ער דאן א ע'?

ע"כ נראה לפע"ד איז פונקט ווי אויף ענגליש זאגט מען You are right אזוי ווי turn right after the light דאס הייסט איז 'ימין' איז סיי 'רעכט' און סיי 'גערעכט', ווייל כל פינות שאתה פונה לא יהא אלא לימין, דאס הייסט די 'רעכטע' זייט ווערט אלס טעארעטיש באטראכט אלס די ריכטיגע מהלך, אז נישט פארסטו 'לינקס' וואס איז שוין נישט אזוי גוט.

איך רעדט שטותים?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

אסאך אירע זעצן איבער דוס ווארט יוסטיץ "גרעכטיגקייט" (למשל הרב שטיינבערג אינעם ביכל נצח קדושים - קול מבשר) דאס האט מיר צוגעברעגט צו טראכטן א אז דשאדש איז ריכטער און דשאסטיס איז גערעכטגקייט.
איז עס איין ווארט. אויסער אויב כ'וועל זאגן אז יוסטיץ איז א ווארט פאר זיך (וואס דעמאלט ווערט שווער פארוואס א ריכער הייסט נישט א יוסט)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב בית,
יוסטיץ און יוריסדיקציע זענען נישט אריגינעל אידיש, משא"כ ריכטער.

אגב, 'JUST' אויף ענגליש קען מען נוצען פאר 'פונקטליכקייט', בקיצור, עס איז נאך דא מוסיף צו זיין אינעם בנין.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

מיללער שרייבט:
יידישיסט,
איר זענט זיך אלזא מחולק מיט מיר, טענה'נדיג אז 'גערעכט' איז יא די זעלבע ווי 'געריכט', פארוואס האט ער דאן א ע'?

ע"כ נראה לפע"ד איז פונקט ווי אויף ענגליש זאגט מען You are right אזוי ווי turn right after the light דאס הייסט איז 'ימין' איז סיי 'רעכט' און סיי 'גערעכט', ווייל כל פינות שאתה פונה לא יהא אלא לימין, דאס הייסט די 'רעכטע' זייט ווערט אלס טעארעטיש באטראכט אלס די ריכטיגע מהלך, אז נישט פארסטו 'לינקס' וואס איז שוין נישט אזוי גוט.

איך רעדט שטותים?


אויב מיר זאלן צושטעלן דאס ווארט "רעכט(ס)" אלס א ריכטונג (ימין) צו דער גרופע איז יעדנפאלס זיכער נישט אז די גרופע שטאמט פון דעם, נאר עס איז ענדערש פארקערט אז דאס ווארט "רעכטס" קומט פון זיי. דעריבער לאמיר צוערשט קודם שליסן די גאנצע גרופע פון ווערטער פאר זיך מיט דעם שורש וואס האבן אן ענליכן באדייט, און דערנאך קען מען באזונדער שפעקולירן איבער "דער רעכטער זייט" וואו מען זאל אים צושטעלן.

דעריבער, צוערשט דארף מען לכאורה אפטיילן דאס ווארט "רעכט" פון דעם ווארט "רעכטס" (כאטש אין דער יעצטיגער פאזע) כאטש וואס אויף ענגליש זענען ביידע "RIGHT". די סיבה דערצו איז פשוט וויבאלד צושטעלנדיג דאס צו "ריכטיג" איז פארהאן א קלארע פארבינדונג צווישן די צוויי, א זאך וואס איז נישט אינגאנצן אזוי מיט דעם ווארט "רעכטס" אלס א ריכטונג וואס מיר זעען נישט קיין אויסערליכע קלארע שייכות צווישן דעם מיט דער גרופע.

לאמיר דאס קלארמאכן אזוי: "רעכט" דאס איז יוסטיץ (אויף אלע אייראפעאישע שפראכן - פון לאטייניש), וואס אויף לה"ק איז דאס "צדק". ווען א מענטש איז "גערעכט" (צודק) דאן איז ער אויפן ריכטיגן וועג. פון דא איז צו זען אז די ווערטער "ריכטיג-רעכט" זענען ווארשיינליך פון איין שורש. דאס זעלבע איז אויך מיט א "רעכטפארטיגער", א צדיק אויף לה"ק (משורש צדק), וואס איז אויך פון רעכט-ריכטיג.

דאס "מכוון" זיין א זאך צו א געוויסע ריכטונג הייסט אויף אידיש "ריכטן", און פון דעם איז דאס ווארט אויף מאדערנעם העברעאיש "כִּיווּן" וואס הייסט אויף אידיש "ריכטונג" (אויף לה"ק הייסט דאס א "רוח"). ווען א מענטש קלערט טיף אין א זאך ריכט ער אויך זיין מחשבה צו קלערן אויפן "ריכטיגן וועג". צוליב דעם הייסט "האלטן אין געדאנק" אויף לה"ק - "כוונה" (אינזין האבן). און טראכטן קלאר הייסט "לכוון את המחשבה" (ריכטן דעם זין צו איין זאך). פארשטייט זיך אז צוליב דעם הייסט א שופט "א ריכטער" וויבאלד ער דארף ריכטן זיין פסק צו דער ריכטיגער זייט. אויף לה"ק איז אויך פון דעם זעלבן שורש פון "כוונה" דאס ווארט "נכון" וואס חוץ פון דעם וואס דאס הייסט "צוגעגרייט" (צוגעריכטעט) באדייט דאס אויך "ריכטיג".

וואס אונז בלייבט שווער איז פארוואס די ריכטונג אויף אונזער רעכטער זייט האט דעם נאמען "רעכטס". עס איז זייער מעגליך אז די דאזיגע ריכטונג איז באטראכט געווארן אלס סימבאל פאר ריכטיגקייט, און אזוי ווי מיללער זאגט "כל פנייות שאתה פונה אל תפנה אלא ימין". דערפאר וועלן מיר פארשטיין פארוואס די רעכטע זייט האט זיך פארדינט אזא "חשובען נאמען". אין אנדערע ווערטער קענען מיר זיך פארשטעלן אז ווען איינער האט געפרעגט "אין וועלכער ריכטונג זאל איך מיך ווענדן (ריכטן)" האט דער צווייטער געענטפערט "גאנץ נאטירליך צו דער ריכטיגער ריכטונג" אדער "צו דער רעכטער ריכטונג" (הפנייה המוצדקת/הנכונה?). עס איז זייער מעגליך אז דאס האט עפעס מיט דעם. ווער ווייסט? קיין שטותים איז דאס זיכער נישט, עס איז ווארשיינליך נישט אנדערש ווי פיל אנדערע פילאלאגישע שפעקולאציעס.

אגב, 'JUST' אויף ענגליש קען מען נוצען פאר 'פונקטליכקייט', בקיצור, עס איז נאך דא מוסיף צו זיין אינעם בנין.


דאס איז פארשטייט זיך נישט פונעם לאטיינישן "JUS" אדער "JURA" וואס באדייט געזעצ/ן אדער גערעכטיגקייט. דאס איז ווארשיינליך פונעם גערמאנישן "יעצט" (JEZT) וואס האט צובאקומען א ברייטערן באדייט אויף ענגליש.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יידישיסט,
און וואס איז מיט JUSTIFY וואס באדייט 'בארעכטיגען'? איך מיין אז דאס איז יא פון JUSTICE

יעצט זעה איך אז מיר האבן טאקע ארויסגעלאזט 'בארעכטיגען' פון אונזער אידישען סעריע פון 'ריכטיג-רעכט'.
נארישער

ריכט רישט והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארישער »

אלץ איינער וואס איז נישט אזוי באהאווענט ברחבי ושבילי הקרעטשמע וועל איך ארויסברענגען דא וואס איז מיר בייגעפאלן איצטערט אין קאפ און זאלן עס שוין די טובי הקהל עס צושיקן למקומו .
די ענין איז אזוי סימיר אינטערעסאנט צו וויסן וי איז די מקור אויף די ווארט ריכט וואס מען זאגט ווען מען וויל למשל זאגן גרייט זיך צי אויף די און די זאך קען מען עס ארויסגעבן און צוויי פארמען אדער ריש זיך אדער ריכט זיך, די זעלבע זאך איז ביי למשל איינרישן אינריכטן,

יידשיסט פארשלאפן קומטי ארויס מיט אייערע שארפע אויסגעשפיצטע פענעס און זאל עס זיין זיך צו באלעקן די פינגער, מיט דאנק פון פאראויס
נארישער
נארישער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארישער »

יעצט ווען איך קוק מיר אזוי איבער די ווערטער וואס איך האב געשריבן כאפ איך זיך אז איך האב אייך נאך נישט מודיע געווען איבער מיין באזוך אין ארץ ישראל לכבוד די הילולא פון רבי שמעון, איך שרייב עס נאר משום והייתם נקיים מהשם ומישראל מען זאל נמישט מיינען אז חלילה אום שבת האב איךמיר געזעצט ביים קאמפיוטער רחמנא לישזבן מכגון דא
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

איך מיין אז א פארטיגע זאך קען מען זאגען דאס איז רעכט אדער right

אבער נישט קלאהר
איך זע אז די קענערס שוויגען.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אונזער לערער יידישיסט דערמאנט אויבן דעם ריכט/רישט ענין אלס א טייל פון די סעריע, וז"ל:
צוריכטן (להכין) אדער צורישטן (צורישן) איז אויך פון דעם שורש. און פונקט ווי אויף לה"ק הייסט דאס "להכין" פונעם שורש פון "כן" (אוועקגעשטעלט, ריכטיג,) אזוי איז אויך אויף יידיש דאס צוגרייטן – צורעכטן. דער טויש צווישן "צוריכטן" און "צורישטן" איז צוליב דעם דייטשן CH וואס ווערט געווענליך א "ש" אויף אידיש, אבער אמאל אויך א "כ" (ווי דערמאנט אמאל אינעם ווארט "פארניכטן" וואס איז פונעם ווארט "נישט").
(מיר האבן א באזונדערע אשכול דערוועגן, וואס איז ווערט צאמצושטעלן).

האב איך היינט אינאכט גענומען אז נישט נאר וואס ער איז גערעכט, נאר ווי איראניש עס קלינגט האבן מיר ביים עתיד אנגענומען דעם 'רישען' ווערסיע מיט א ש' אבער בעבר זאגען מיר 'געראכטען' מיט א כ', וואס איז באמת היינו הך.

לסיכום הדברים: ווען איינער ריכט/רישט זיך אויף עפעס איז פשט אז ער ווענדט זיין פרעדיקציע אין איין 'ריכטונג' און דאס זעלבע איז ווען ער ריכט/רישט צו א געוויסע זאך שטעלט ער עס אין א געוויסע 'ריכטונג', והוא הדין בעבר ווען איינער האט זיך 'געראכטען' אז עס וועט היינט רעגענען האט ער מן-הסתם 'צוגעריכט/צוגערישט' א שירעם/מעיל/קאלאטשען.

און היצט איז דער 'אנרעכטן, פאררעכטן' פון די זעלבע חדר, און ווען אייער אינגל'ס מלמד טייטשט די ווערטער 'יעריך אותו' ער זאל אים 'אנרעכטן' וועט איר קענען זאגען אייער אינגל וואס דער מכוון איז, און אים 'פאררעכטן' צום 'ריכטיגען' ריכטונג' אז אלעס זאל זיין 'רעכטפארטיג' (דערנאך קאנט איר 'נאכריכטען' א 'באריכט' דערפון ווי יעדער 'רעכטדענקענדער' פארשוין וועט פארשטיין איז איר זענט נישט מער ווי 'גערעכט').
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

און דער כח המשלב גייט ווייטער, די ווערטער אויף ענגליש:
,Direct, Correct, Erect, Rectangle, Rectify
איז דאך ממש ווי געגאסן; 'דיירעקט' איז פשט צו 'ריכטען' און א 'דירעקטע/ריכטיגע' 'ריכטונג', אויב אבער האט יענער נישט געפאלגט ברויך מען אים 'קארעקטן/פאררעכטן', דא קען מען אויך נוצען 'רעקטיפיי' וואס באדייט אים צושטעלן אינעם גלייכען ריכטונג.

'רעקט-ענגעל' באצייכנט א 'פיר-קאנטיגע' זאך, ווייל ער איז 'רעכט-קאנטיג' אלע זייטן זענען 'רעכט' וואס מיינט 'גלייך-אויף-גלייך.

'ערעקט' מיינט אויפשטעלן, און דאס איז ווען 'מ'ריכט' עפעס אין א 'ריכטונג' אויף ארויף.

עס איז אויך פארהאן א אומבאקנטע ווארט 'Rectitude' וואס באדייט ווען איינעמס געדאנקענגאנג איז 'רעכטפארטיג' אדער אינעם 'ריכטיגען' פאזיציע.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער, אונזער אידישיסט וואלט עס גראד צוזאמענגעשטעלט "ערכין" "מעריך" יעריך", ס'קלינגט אינגאנצן די זעלבע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאפ, גארנישט פארשלאפן! עס איז ווי א פאזל וואס ווערט צאמגעשטעלט, ואין שמחה כהתרת הספיקות.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”