חידושים אין שפראך

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אבער נישט פשוט איז וועלכע קומט פון וועלכע
שטייט חרוב אין די תורה
בזכרוני איז דאס לשון משנה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אינטערסאנט אז דער תפארת ישראל רופט אן "באקסער" "באקס-אויערן", מסתמא זעהט עס אויס ווי די אויערן פון א באק.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

Bucks-ear..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

לויט ווי איך געדענק שטייט באקס הארען [נישט אויערן מלשון אזניים]
וואס מיינט פון די הערנער אזוי ווי קרניים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גערעכט, יעצט געזען אין עוקצין פ"א מ"ו באקס הארן
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

פייט - poet.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז אדרבה פיוט קומט פון פאעטרי
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סוף קידושין זאגט די משנה אז ווער עס איז געווען גע'חתמ'ט אין די 'ערכי הישנה של ציפורי' איז א מיוחס.

אויף די אפשטייטש פון 'הישנה' זאגט רש"י און אנדערע מפרשים אז דאס איז א געגנט אין ציפורי וואס האט געהייסן 'ישנה' (ועיי"ש בתפאר"י שעפי"ז הגירסא צ"ל ישנה ולא הישנה וכעי"ז כתב הגר"י ענגיל עפ"י דברי הראב"ע בענין ה"א הידיעה אבל אכמ"ל)

אבער אויפן ווארט 'ערכי' שטעלט מען זיך נישט געהעריג נאר דער מלאכת שלמה ברעגנט א גירסא ב'ארכי' מיט אן אל"ף און זאגט אז אותיות ע' וא' מתחלפים.

ולי הפעוט לולא דמיסתפינא נראה שהכוונה למילת 'ארכיווען' Archives

מאכט סענס סט.?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:סוף קידושין זאגט די משנה אז ווער עס איז געווען גע'חתמ'ט אין די 'ערכי הישנה של ציפורי' איז א מיוחס.

אויף די אפשטייטש פון 'הישנה' זאגט רש"י און אנדערע מפרשים אז דאס איז א געגנט אין ציפורי וואס האט געהייסן 'ישנה' (ועיי"ש בתפאר"י שעפי"ז הגירסא צ"ל ישנה ולא הישנה וכעי"ז כתב הגר"י ענגיל עפ"י דברי הראב"ע בענין ה"א הידיעה אבל אכמ"ל)

אבער אויפן ווארט 'ערכי' שטעלט מען זיך נישט געהעריג נאר דער מלאכת שלמה ברעגנט א גירסא ב'ארכי' מיט אן אל"ף און זאגט אז אותיות ע' וא' מתחלפים.

ולי הפעוט לולא דמיסתפינא נראה שהכוונה למילת 'ארכיווען' Archives

מאכט סענס סט.?


האמיר געטראפן א מקור לדברי אין 'ערוך השלם' פון החכם קאהוט.

אבער דארט בין איך נאך געוואור געווארן א בעסערן חידוש וואס איז אן אמת, אז דער ווארט 'ארכיוון' מיט 'ארכי' זענען היינו הך, דהיינו מיר זענען באקאנט מיט דעם ארכי-מערדער און ארכי-בישאף וואס דער באדייט אז דער שעף, שר, הויפט, און פשט פון ארכיווען אז ווייל די רעקארדס פלעגן ליגען בבית השרים ודו"ק, איך האב דאס נאכדעם געטראפן אין אנדערע מקורות והוא פשוט.

והיינו טעמא ד'מאנארכיע, ארכיטעקט, ארכיאלאג
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאכציך אז איר האט שוין געשריבן דעריבער, ערעצוואו בין כותלי בית מדרשינו.

ערכאות וואלט איר נישט צוגעשטעלט צו דעם?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גערעכט איבער 'ערכאות' ס'איז טאקע היינו-הך פון ערכי/ארכי וואס דער מלאכת שלמה זאגט.

ייש"כ פאר די הערה.

איבער דאס ווארט 'ארכי' בין כתולינו, נאט אייך צוויי מ"מ אבער נישט דער צושטעל מיט ארכיווען/ערכי/ערכאות, אדרבא אויב טרעפט איר נאך לאזט מעלדן.

viewtopic.php?p=17128#p17128

viewtopic.php?p=151854#p151854
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין די גמרא אין שבת דף קמא ע"ב איז פארהאן א ברייתא "לא תצא אשה במנעל מרופט" זאגט רשיה"ק "קרוע מלמעלה" לענ"ד שטייט דאס גאר נאענט צום ענגלישן rift.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

לענ"ד איז דער פ"א אין מרופט א דגוש
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

farshlufen האט געשריבן:אין די גמרא אין שבת דף קמא ע"ב איז פארהאן א ברייתא "לא תצא אשה במנעל מרופט" זאגט רשיה"ק "קרוע מלמעלה" לענ"ד שטייט דאס גאר נאענט צום ענגלישן rift.

לויט די כללים פון ענגליש איז דער t כמעט זיכער נישט פון'ם 'שורש'.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

מסתמא קומט rift
פון to rip
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

msp האט געשריבן:מסתמא קומט rift
פון to rip

עי' בetymonline ותמצא קרוב לדבריך.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אין די משפחה פון לעצטע וואך ברענגט ער אנ'אינטערעסאנטע זאך
זעהט דא
מען דארף קענען טרעפען די מקורות פון די ווערטער אין אידיש און לשון הקודש
http://www.medine-schopfloch.de/Lachoud ... disch.html
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דא איז נאך א מראה מקום וועגען יענע שפראך
http://www.tog.co.il/he/Idea.aspx?id=222
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

משה'עלע האט געשריבן:כהאב אמאל געלערט אז עס קימט פון דעם גרעסטען יריד וואס איזז אמאל געווען און היסטאריע דער יריד און מצרים בשעת די הונגער יאהרן און וויבאלד מהאט דעלמאטס גערופען צו גיין קיין מצרים אראפ נידערן ווי די רביס האבען געטיישט איז דער מארק יום השוק אנגערופען געווארען יריד
וכן כתוב בתורה
ויאמר הנה שמעתי כי יש שבר במצרים "רדו" שמה ושברו לנו משם ונחיה ולא נמות:
"וירדו" אחי יוסף עשרה לשבר בר ממצרים
ועוד ודו"ק כי קצרתי

וירד אברהם מצרימה, אל תרד מצרימה, וירד מצרימה לגור שם, ויעקב ובניו ירדו מצרים, און נאך...
די אלע פסוקים רעדט מען נישט פון קויפן עסן אדער אנדערש וואס, נאר ווייל: ארץ ישראל גבוה מכל הארצות...
האסט אבער שיין געזאגט וואס אנבאלאנגט לשון "יריד", עי' ספר התשבי שורש "סלק א" בהערות "רגלי מבשר" בשם הרה"ק מריזשין זי"ע, (אבער וואס ער שטעלט צו פון מדרש איז לכאורה צ"ע, עיי"ש ועי' גם במדרש)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געפונען אין מנוח הלבבות א חידוש, דאס ווארט נגזר איז טייטש "באשערט", ד"ה מגזירת גז"ר שערן האקן צושפאלטן וכו'.
אטעטשמענטס
IMG_20121230_051223-1.jpg
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

טאקע א חידוש
לכאורה וואלט דעמאלס מער פאסיג געווען צו זאגען באשוירען
ווי באשערט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

נישט קיין חידוש האב איך, וואו קען איך שרייבן וואס ליגט מיר אין בויך. און קוועטשט..?

די נושא איז ארום די ווארט פליס-פעדערן, וואס טייטשט דאס? פליס איז ווייל ער פליט ארום אין ים מיט זיינע פעדערן. אדער ווייל ער פליסט אין ים,
בעצם פליס איז אזאך וואס רינט שנעל אן אויפהער, א קוואל וואס פליסט וואסער, מעין הנובע, ער רעדט פליסיג, א פליסיגן פויליש. ליקוואד הייסט פליסיגקייטן אויף אידיש. ס'האט געפלאסן...
האט דאס עפעס מיט פלייסיג, ער האט זיך געפלייסט.

פעדערן, איז אזוי ווי ביי די כפרות פליסט פעדערן פון זיי, וואס פון דעם איז פארוואנדלט געווארן דער קנה קולמוס, פען בלע"ז, קוקט אויס ווי יעדע שטעקן וואס האט האר ארום און ארומגענומען ווי א בלעטל טייטשט א פעדער.
וואס מיינט ער איז אין די פעדערן, ?
ער האט זיך געפעדערט, האט א שייכות?
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

farshlufen האט געשריבן:געפונען אין מנוח הלבבות א חידוש, דאס ווארט נגזר איז טייטש "באשערט", ד"ה מגזירת גז"ר שערן האקן צושפאלטן וכו'.

אינטעארסאנט
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:נישט קיין חידוש האב איך, וואו קען איך שרייבן וואס ליגט מיר אין בויך. און קוועטשט..?

די נושא איז ארום די ווארט פליס-פעדערן, וואס טייטש דאס? פליס איז ווייל ער פליט ארום אין ים מיט זיינע פעדערן. אדער ווייל ער פליסט אין ים,
בעצם פליס איז אזאך וואס רינט שנעל אן אויפהער, א קוואל וואס פליסט וואסער, מעין הנובע, ער רעדט פליסיג, א פליסיגן פויליש. ליקוואד הייסט פליסיגקייטן אויף אידיש. ס'האט געפלאסן...
האט דאס עפעס מיט פלייסיג, ער האט זיך געפלייסט.

פעדערן, איז אזוי ווי ביי די כפרות פליסט פעדערן פון זיי, וואס פון דעם איז פארוואנדלט געווארן דער קנה קולמוס, פען בלע"ז, קוקט אויס ווי יעדע שטעקן וואס האט האר ארום און ארומגענומען ווי א בלעטל טייטשט א פעדער.
וואס מיינט ער איז אין די פעדערן, ?
ער האט זיך געפעדערט, האט א שייכות?

דער שכן טייטשט אויף פליס פעדערן =,Fins, Flippers, און אין דויטש = Flossen. מעגליך ווייל אין וואסער טוט מען נישט לויפן [דער שכן = running], נאר מ'טוט Flossen, [דער שכן = Flowing].
ווארשיינליך דער צוגאב "פעדערן" צום 'אידישן' Flossen האט געמיינט דעם לשון "פועל", "פליס פעדערן" = דער אבר וואס "טוט" Flossen. [לכאורה גרייזיג, דאס טוט מען מיט פליגלען, נישט מיט פעדערן].

"פליסיגן" אידיש, רוסיש, וכו', איז בלויז א מליצה [אויף גאסיש = סלענג. אגב, 'גאסיש' איז צו געמיין צו האבן "מליצות", זי האט בלויז "סלענג"].

"ליקוואד" מיינט רינענד לאפוקי א געגאסענע זאך, [Solid]. א 'רינענדע' זאך איז 'פליסיג'...

"פלייסיג" האט נישט אהער, דער שכן זאגט = Diligent, דער דייטש זאגט = fleißig.

"פעדער" ביי כפרות "פליסט" נישט, עס "פליעט".
דער "קולמוס" האט ווארשיינליך באקומען דעם טיטל "פעדער" על שם וואס די נוצה וואס מ'שרייבט דערמיט איז מיט "פעדערן" באדעקט. גיב נאר א קוק אויף ר' שמעלקא'ס פעדער... "קנה" איז ווייל מ'שרייבט אויך מיט א קנה, מן החי אדער מן הצומח, זיין נאמען "פעדער" האט ער באקומען ווען דער Ball pen האט עס באקומען, ע"ש 'הפעדער'... (אופסס... תלי תניא בדלא תניא?... ווער האט 'געפעדערט' וועם? דער "קנה" אדער דער Ball pen?... תני איפכא...)
דער שכן זאגט = Pen, ווידער דער דייטש האט אויך דעם צונאמען Feder חוץ פון איר Pen.

ער איז אין די "פעדערן", ווידער א מליצה, ווי דער פויגל וואס איז בתוקפו וגבורתו מיט אלע "פעדערן"... [ברבות הימים האבן אומגעלונגענע שרייבער דאס אנגעהויבן צו ניצן אבי געשריבן... ניפטער פיפטער אבי געזנוט...]

"געפעדערט" מיינט מקדים געווען, דער שכן זאגט = promoted. זריזין מקדימין למצוות לערנט מען פון וישכם אברהם בבוקר, [טייטש = און אברהם האט זיך געפעדערט אין דער פרי]. "פעדערן" מיינט נישט "בוקר", ס'מיינט פריער, "בעפאר".
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נישט קיין גרויסע חידוש, אבער מעגליך אינטערסאנט.

הערנדיג מיין באליבטן מגיד שיעור אויפן טעלעפאן הר"ר אברהם קארפ ע"ה, טייטשט ער "ואיתימא" און עס זענען דא וואס זאגן. קלער איך אז דאס איז צוזאמגעשטעלט פון "ואית אימא".

קען זיין?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”