פארשלאפן האט געשריבן:און תהלים ק"ט פסוק י', וְנוֹעַ יָנוּעוּ בָנָיו וְשִׁאֵלוּ "וְדָרְשׁוּ" מֵחָרְבוֹתֵיהֶם, איז דא א געיא אויף דל"ת פון "דרשו" ואעפ"כ זאגט רש"י:
"ודרשו" - משמע מאת אחרים שהרי נקוד "חטף קמץ" וכן ושאלו מפי אחרים הוא משמע שישאלו אחרים עליהם ויש לפתור ושאלו ממשקל חזק יהיו משאלים על הפתחים
.
איז קלאר אז רש"י לערנט אז אויך אן אות מיט א קמ"ץ חטוף קען האבן א געיא.
אליהו האט געשריבן:אין די מדויקים איז נישטא קיין געיא!!
דער רד"ק טייטשט כאילו ס'איז מיט א געיא
אבער זעהט אויס א רש"י האט רעכט לויט בן-אשר.
דאס איז בנין פוּעַל.
גערעכט ר' אליהו, מיר האבן נישט געהאט קיין
נ"ך מקראות גדולות פאר זיך נאר ציטירט פון חק חומש, ע"כ האבן מיר נישט געוואוסט אין וואס מיר קריכן אריין.
תמצית העולה מהמפרשים, רש"י הק' נעמט קלאר אן אז דאס איז א קמ"ץ חטו"ף.
דער רד"ק ברענגט ביידע שיטות און פירט אויס אז אויב איז עס א חטו"ף פארשטייט זיך שווער פשט.
דער מנחת שי ברענגט אויך צו ביידע גירסות און פלאגט זיך ארום.
דער אב"ע האב איך געזען לערנט לכאורה אז עס איז יא א קמ"ץ רח"ב.
וואס דער יסוד פון די גירסאות און פשטים זענען און וואס דער רד"ק איז מאריך פארלאנגט אבער אביסעלע הסבר.
אגב, ווער און וואס איז ספר הילולים - הילולי שבטילטולא?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]