שעיקספעיר אויף אידיש

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

שעיקספעיר אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך ווייס נישט וויפיל מיטגלידער ווייסן וואס 'שעיקספעיר' באדייט, וגם אני בתוכם, ברוך הוא אלוקינו שהבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת, אבער א נייע פאוסט אויף הערשל ציג'ס בלאג האט געצויגען מיין אטענשאן און נייגער און איך וויל עס מיטיילן מיט אייך צו הערן אייער מיינונג.

דער פאוסט א בראך אויף שעיקספעיר שטעלט פאר א ווידעאו פון א געוויסע פילם-פראדוצירער ווי זי ברויך הילף צו פארטייטשן געוויסע פאראגראפן אויף היימיש-אידיש.

אזוי ווי אונזער היימישער עולם איז דאך פרעמד פון די האליוואוד וועלט, האט זי געמוזט צוקומען צו געוויסע דראפ-אוטס פון פארשידענע קרייזן וואס האבן נעבעך מיטגעטיילט דעם גורל פון אסאך בחורים צווישן אונז און פארלוירן זייער אינטערעסע צו אידישקייט.

דער 'בראך אויף שעיקספעיר' איז אבער, אז די חברה אינגען זענען ווי מערסנטסטייל פון די סארט 'נישט צו קידוש און נישט צו הבדלה' ענגליש קענען זיי נאכנישט און אידיש האבן זייי שוין פארגעסן, די סלענג-וווערטער אויף ענגליש קענען זיי גוט אבער א נארמאלע זאץ ווייסן זיי נישט וויאזוי צו זעצן נישט אויף אידיש און נישט אויף ענגליש.

צווישן די קאמענטארען, האט מיר ארויסגעשטארט די קאמענט פון 'אברבנאל' וז"ל.

פֿאַראַן אַ שפּריכװאָרט בײַ יִידן
שױן פֿאַרגעסן כּתר און קען נאָכנישט נעריצך
װי קאָן מען זיך שמדן אַז אַפֿילו װי צו זיין יִידן װייסט מען נישט
מקאָן זיך אָנטון מעשה גױ און אױסקוקען ווי אשת פּוטיפר, פֿאַרפֿאַלן, דער צלם אלוקים רייט אױף זייערע נעזער, און זיי קוקן ארײַן אין שעקספּירן װי אַ האָן אין בני־אדם און ליימענע גולמים

מיט איין וואָרט
ס´גאַנצע מעשה קלעבט ווי אַרבעס צום וואַנט
נישט לה´ און נישט לעזאזל


איך האב גוט געלאכט פון זיינע שפריכווערטער, זאלן אנדערע אויך הנאה האבן.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך האב גראדע מיטגעהאלטן דער פרשה, און געזעהן א קליפ ווי די א.ג. דראפ אוטס - אדער ווי איך רוף זיי אן די 'קרבנות חינוך 2000' - זיצן און פרובירן איבער צו טייטשן די באקאנסטע מייסטערווערק פון שעיקספירען, זיין שפיל ראמיאו און דזשוליעט.

בעצם האבן זיי גענומען א סקריפט וואס איז געשריבן געווארן אין די דרייסיגער יארן דורך איינע פון די דעמאלטסדיגער אידישע בראדוועי שפילער, און זיי פרובירן עס צו טוישן און צופאסן צו די היינטיגע וויליאמסבורגער אידיש.

עס האט מיר אויך געקאסט א גרויסע שמייכל, אדער גאר א ציפ אין הארץ צו זעהן ווי די חברה קענען א שוואכערע ענגליש ווי רוב היימישע חסידישע מענטשן מיט וועם איך בין באקאנט, און זיי פארשטייען צו א שעיקספעיר ווי איך פארשטיי צו א פריש געקאכטע לאבסטער. איינער פרעגט אין מיטן אויב די מעשה איז אן עכטע מעשה.

בקיצור הדברים, איך זעה נישט ווי דער שמועס קען זיך ווייטער ציען אין די שפראך פורום אויסער אויב מען וועט אראפ ברענגן אויסצוגן פון די ראמאנטישע ראומיאו און דזשוליעט שפיל און אדורך טון אירע פראזן.

וואס קען יא אויסגעשמועסט ווערן אין אנדערע אטיילונגען פונעם קרעטשמע איז פארוואס געשעהט דאס צו אזויפיל אידישע קינדער אז זיי קומען אזוי אן? ווי אזוי קען מען זיך באווארענען אדער אן עצה געבן? וואס דארף געטוישט ווערן און וואס נישט? און ועל כולם, וואס קענען מיר טון ארויס צו העלפן אונזערע ברודער און זיי צוריק ברענגן.


(נאכן זעהן די אויבן דערמאנטע קליפ האב איך מיך אנגערופן צו מיין חבר אז מען וואלט געדארפט צושטעלן קורסעס אין ענגליש פאר די אלע וואס וויל אפפארן, און ווער עס קען נישט קיין ענגליש טאר מען נישט לאזן אפפארן. )


.מיללער, דער העשל ציג איז בעסער ווי גוט! שכח פארן עס אראפ ברענגן.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

יעצט זעה איך אז ציג האט עס נישט געשריבן נאר איינע פון די קאמענטירער.


דרך אגב ברענג איינער אראפ איינע פון שעיקספיער'ס ביכער געטייטשט אויף אידיש דורך אברהם טייטלבוים.

איך האב נאך נישט אדורך געקוקט די אינהאלט, אויב סיניש גוט דאן נעמט אראפ די לינק.
http://www.archive.org/stream/nybc207855
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
simfel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simfel »

חחחחחחחח........

איך בין געלעגן אויף דער ערד, זיך רייסענדיג פאר געלעכטער.

דעם אמת? ס'וואלט געפאסט איך זאל וויינען.

איך קען איינע פון די חברה דארטן. איך געדענק אים אלס יונג בחור'ל ווען ער איז נאך געווען פארנומען מיטן איבערשפיצן דעם משגיח וואס האט נישט געלאזט רייכערן.

נעבעך, נעבעך. אזעלכע לוזערס לא עלינו. דאכט זיך מיר אז יעדער נארמאלער געזעצטער מענטש אין מיין סמעדרעש קען ענגליש בעסער ווי די אלע דארטן. רייסערס? לוזערס מיט צובראכענע נשמות.
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

כקעניש זען די ווידאו
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

וויליאם שעיקספיער (מיט א פינטל) איז געווען א גרויסער גוי'שער פייטן און שפיל שרייבער און דעם פופצנטן יארהונדערט.

איך זעה נישט וואס ער זוכט אין קרעטשמע בכלל און אין שרייבן פורום בפרט.

לעווי, דיי אייגעריגלטע וויץ איז די וויץ פונעם וואך ביי מיר.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאנאש,
זיי נישט אזוי קאנסערוואטיוו פליז, איך האב עס פארדעם אריינגעברענגט וואוסענדיג אז די שפראך ליבהאבער וועלן זיך פאסמאקעווען מיט די ארטיקל וועגן די שפראך חלק דערפון, הגם עס האט אויך אנדערע 'קרעטשמע' טעמעס, ווי למשל די 'דראפ-אוט' אישו וואס לעווי דערמאנט, וואס קען אגב ציטירט ווערן אין קרעטשמע גופא און דארט לאזן לופטערען די טעמע.

פאר די שפראך מעמבערס איז אינטערעסאנט ווייטער צו דעבאטירען און דיסקוסירען די אינטערעסע פון פילם-פראדוצירער צוצושטעלן אידישע מאווי-ווערק, ווי אויך דער 'בראך' פון ארימקייט אין שפראך ביי אונזער יוגנט, אא"וו.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

מילער, האסט מיר מחיה געווען, איך האב זיך געקייקעלט פון געלעכטער.

עס איז פיל א גרעסערע ארים-צייגעניש פון זייער אומוויסנדשאפט און איליטאראטור און אנאלאפעבאטיזם אין קונסט און קולטור, ווי זייער אמעראצעס אין ענגליש.
זיי זענען ליידער אפגגעפארן, אז זיי קענען טרינקען יין-נסך און עסן א האט-דאג אין מעקדאנאלדס.

זיי פארשטייען צו שעיקספיער, ווי א בחור'ל וועט בגניבה אריינקיקן אין מורה נבוכים, און נישט פארשטיין קיין איין ווארט דערין.

נאכאמאל א דאנק.
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

איי נעבעך נעבעך...יעצט פארשטיי'ך שוין וואס ס'מיינט א לאכעלע וויינעלע.

קודם האב'ך געלאכט פון זייער צוהאקטע ענגליש, ס'זעט אויס ווי זיי קוקן נישט ארויס פון די ד' אמות, זיי ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיי, אויב אזוי פארוואס האט זיי געטיגט די גאנצע זאך? אבער קוקענדיג און באטראכטענדיג די חברה איז מיר פלוצלינג פינסטער געווארן פאר די אויגן, כ'האב זיך אליינס געפרעגט הזאת נעמי? מיט איינע פון דיע האב איך דאך געלערנט אין חדר, פלעגן שפילן צוזאמען, עס האט מיר געקאסט א טרער, כ'האב אים קוים דערקענט, לאמיר האפן אז ס'וועט אים נימוס ווערן דאס גויאיש געפיראכטס און וועט זיך צוריקערן לחיק אביו, ווייל דארט ווי ער איז יעצט לעקט ער זיכער נישט קיין האניג, מען ברויך נישט זיין קיין גרויס חכם דאס צו באמערקן.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

שעיקספעיר איז דער שרייבער פון א סוחר אין ווענעציע.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

הרב מיללער, שוין די צווייטע טשיקאווע זאך וואס איר שלעפט אפיר פון הערשל ציג, דאנקע שעהן.
אויף יידיש הייסט דאס "א ביטער געלעכטער". זיי פרואוון זיך אהערשטעלן ווי גויים, אבער זייער נאז גיט זיי ארויס (ס'דערמאנט דאס יידישע ווערטל איבער צוויי אידן וואס האבן זיך שטאלץ שפאצירט אויף די מאסקווער גאסן רעדנדיג הויך אויף רוסיש מיט א ריכטיגן בארדיטשובער אקצענט. גייט אריבער א איד און הערט זיי רעדן, האט ער זיך אנגערופן צו זיי: זאגט מיר נאר טייערע, וואס דארפט איר דעם קאפ-ווייטאג וואס איר רעדט אויף רוסיש אז אלע זאלן זעהן אז איר זענט אידן, רעדט ענדערש אויף לשון-הקודש און אלע וועלן זעהן אז איר זענט במחילת כבודכם עכטע גויים :P ).

אייגנטליך, זייער אומוויסנקייט איז נישט דווקא אין געגנזאץ צו דער גויאישער וועלט וואו עס זענען פארהאן אַמעראַצים בשפע, אבער דאך האט דאס געקאסט א ביטער געלעכטער, וויבאלד פון איינעם וואס האט "באשלאסן" (ווארשיינליך מיט "שיקול הדעת"?) אפצולאזן זיין עלטערנס לעבנס-וועג און טראדיציע וואלט זיך יא ערווארטעט אז ער זאל וויסן וואו ער שטייט. למעשה זעהט אויס אז די אורזאך צו זייער טריט איז געווען ווייל מען האט נישט געלאזט אין חדר אנטון "בּאָקל-פאַסיג", און מען האט געמוזט אנטון פלאסטישע ברילן. נאך א נס וואס ביי אונז אין חדר איז דאס נישט געווען קיין געזעץ, ווען יא ווער ווייסט ווי איך וואלט געהאלטן.. די האבן אפגעלאזט "אלעס" ווייל מען האט זיי נישט געלאזט זיין מאדערן? דאס דערמאנט מיך אין יענעם וואס האט זיך געשמד'ט צוליב "איבערצייגונג אין קריסטנטום", נעמליך, ער איז געווען איבערצייגט אז דאס וועט אים געבן א גרינגער לעבן.

סאדע-באטל שרייבט:
שעיקספעיר איז דער שרייבער פון א סוחר אין ווענעציע.


די דראמע איז אין א גרויסע קאנטראווערסיע. פארהאן וואס האלטן אז ער האט געמיינט דערמיט אפצומאלן די אויפפירונג פון די קריסטן קעגן אידן פארלייגנדיג די ווערטער פון דעם איד שיילאק (Shylock) צו פרעגן "אמת וואס איך בין א איד, אבער צו האט דען א איד נישט קיין אויגן?, צו האט דען א איד נישט קיין הענט, גלידער, געפילן, און אמביציעס?.. ווען איר שטעכט אונז פליסט דען נישט קיין בלוט? ווען איר שעכט אונז גייען מיר דען נישט אויס? און אויך ווען איר פארשעמט אונז זאלן מיר אין אייך נישט נקמה נעמען?" פון דער צווייטער זייט אבער האט די דראמע צוגעברענגט אנטיסעמטיזם מצד די גויים, ווען זיי האבן געליינט וועגן דעם תנאי וואס דער איד האט געשטעלט פאר דעם קריסט אנטאניע אויב ער וועט נישט באצאלן באצייטנס די הלואה, אז ער וועט פון אים אויסשניידן א שטיק פלייש. עס איז נישט קלאר וואס די מאטיון פון שעיקספיר זענען געווען בעת'ן שרייבן די דראמע, עס זעהט אבער אויס אז ער האט געהאט פארשטענדעניש צו די ליידן פון די אידן.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

יידישיסט.
איך בין נישט דא אויסן צו באשמוצן וויליאם שעיקספעיר אלס וויסטער אנטיסעמיט, ווייל אייגענטליך דארף איך עס נישט טאן, ער זעלבסט האט זיך דאס דערקלערט.

שיילאק האט ערפאלגרייך אראפגעמאלן דעם איד אלס געלט-פרעסער אויפן חשבון פונעם ארימען קריסט נעבאך. הונדערטער יאר שפעטער, ווערן נאך אידן באזידעלט אלס לאון-שארקער'ס און אומארענטליך ווען עס קומט צו געלט און אפילו יעצט, ביי די מעדאף סקאנדאל האט זיך עס זייער שטארק אנגעזעהן.

דאס איז צו אסאך צו פארדאדאנקען ווילי שעיקספיעיר, אן צווייפל.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

גאנץ זיכער אז דאס איז אזוי, איך האב דאס געשריבן אז דאס ברענגט למעשה ארויס אנטיסעמיטיזם מצד די גויים. עס מוז אבער נישט זיין אז שעיקספיר האט געצילט צו דעם, די פראגע איז שוין אן אלטע, און צוליב דעם האב איך געשריבן אז דאס איז אין א גרויסע קאנטראווערסיע. איך האב דעריבער אליין וועגן דעם קיין מיינונג נישט געזאגט, איך האב נאר צוגעענדיגט אז אפגעזעהן פון זיין באציאונג צו אידן האט ער ווי נישט ווי ארויסגעברענגט ווערטער פון פארשטענדעניש צו דער זייט פון אידן. איך האב געמיינט דערמיט וואס ברענגט ער דעם איד צו ערקלערן זיין ווייטאג און זיך אויסשרייען, און ערקלערן אז א איד מעג אויך בעטן נקמה. דעם איד שטעלט ער פאר אלס שוואכער גלות-איד מיט פחד און ווייטאג, און דעם גוי מיט שטאלץ און פארריסנקייט וואס ווייסט ווי זיך צו שטעלן אויף זיינע רעכטן. עס איז נישט די איינציגסטע זאך וואס וויקלט איין שעיקספיר אין א שטיקל מיסטעריע און אין א קאנטראווערסיע, און עס איז נישט זיכער אז מען קען דערוועגן זאגן א קלארע מיינונג.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

די דירעקטארין מאכט חוזק פונעם אפגעריסנס וואס פרעגט צי די מעשה האט אמאל פאסירט - "קען זיין"... מיט אזא באהאלטענעם שמייכל.

איך וועל זיך בל"נ צוריקהאלטן פון קוקן דעם פילם, צוליב דעם שוואכן אידיש...
An article a day keeps the babies away
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

אז עטס רעדסט נאך פון אים איז ער גערעכט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מאשקע האט געשריבן:די דירעקטארין מאכט חוזק פונעם אפגעריסנס וואס פרעגט צי די מעשה האט אמאל פאסירט - "קען זיין"... מיט אזא באהאלטענעם שמייכל.

איך וועל זיך בל"נ צוריקהאלטן פון קוקן דעם פילם, צוליב דעם שוואכן אידיש...


מאשקע, דיין קורצע תגובה'לע האט מיר געקאסט א ברייטן שמייכל באגלייט מיט א הילכיגען געלעכטער ;l;p-

פון צייט צו צייט ווען דו באווייזט דיין אוואטאר מיט די אנגעצויגענע מינע, האבן מיר הנאה, זעה עס צוטאן אפטער.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

יידישיסט האט געשריבן: עס איז נישט די איינציגסטע זאך וואס וויקלט איין שעיקספיר אין א שטיקל מיסטעריע און אין א קאנטראווערסיע, און עס איז נישט זיכער אז מען קען דערוועגן זאגן א קלארע מיינונג.

:wink: ...To beat, or not to beat: that is the question
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

די קליפ האב איך שוין געזעהן פון לאנג נאר איינער האט מיר ערשט יעצט צוגעשיקט דעם אשכול, בין איך איצט מגיב דערויף. איץ נעווער טו לעיט.

די וואס בעט זיי איבערצוטייטשן, האט בערך אזוי פיל שכל ווי די אפגעריסענע בחורים זעלבסט. צו אזא ארבעט ברויך מען קענען סיי איבערזעצן פון ענגליש אויף אידיש אויף גאר א הויכע שטאפל, און סיי פארשטיין צו פאעזיע. מ'קען נישט איבערטייטשן א ווארט אויף א ווארט ווייל ס'עט פארלירן דעם פשט ווי אויך די פאעטישע סטיל. די בחורים נעבעך, קענען נישט קיין אידיש, קיין ענגליש אוודאי נישט און פון פאעזיע איז דאך אפגערעדט.

אלזא, צו בעטן פון אזא טיפ בחור איבערצוטייטשן שעיקספיער איז - להבדיל באלף אלפי הבדלות - ווי צו פרעגן ביים שבת גוי פּשַט אין א ר' חיים...
וואס אי דען? דער שבת גוי קען דאך אביסל רעדן אידיש, נישט אזוי?!

און פאר די בחורים ברויך מען שיקן א מעסעדזש: כל זמן שהנר דולק אפשר לתקן.
אדרבה, טייטש דאס איבער אויף שעיקספיעריש!
--

נו וואס מיינסטו? זיי האבן עס טאקע נישט איבערגעטייטש, נאר פארוואנדלט אין א מאדערנע פילם באזירט אויף שעיקספיער. זעה די נעקסטע תגובה.
לעצט פארראכטן דורך יודל מענדלזאהן אום דינסטאג יאנואר 18, 2011 8:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

מאשקע האט געשריבן:
איך וועל זיך בל"נ צוריקהאלטן פון קוקן דעם פילם, צוליב דעם שוואכן אידיש...


יעצט וועסטו טאקע קענען מקיים פסק זיין און זיך צוריקהאלטן פון זעהן דעם פילם, אבער נישט צוליב די שלעכטע אידיש, נאר ווייל ס'צייגט זאכן פון וואס מ'טאר אפילו נישט רעדן.

פרישע נייעס פון די דעילי ניוז פון יאנואר 13, ס'דערמאנט די אקטיארן, אפילו די חוזק ארטיקל אין דעם צירקוס געצעלט: (זעלבסטפארשטענדליך אז איך קען נישט אראפברענגען די לינק אדער די גאנצע ארטיקל...)

'Romeo and Juliet in Yiddish' stars Lazer Weiss (l.), 26, and Melissa 'Malky' Weisz (r.). The play opened in Europe and will run at Lincoln Center in late January.

In Eve Annenberg's ­cinematic retelling of "­Romeo and Juliet" the warring Montague and Capulet clans have been replaced by Hasidic sects. And Juliet's famous "Wherefore art thou?" soliloquy is delivered from a Brooklyn fire escape, in Yiddish.

In fact, two-thirds of the dialogue in Annenberg's "Romeo and Juliet in Yiddish" is in the ancient language. Subtitled in Shakespearean English, the film makes its U.S. debut Sunday at the New York Jewish Film Festival.

Annenberg's film, a mashup of the play and the real-life story of the film's actors, stars two young Hasids who left the close-knit Satmar community in Williamsburg and lived in a van. They smuggled weed, committed credit card fraud and fabricated lost baggage claims with airlines, a scene that opens the movie.

Annenberg is a secular Jew who lives in Manhattan. Her improbable collaboration with the former Hasids happened after she stumbled onto Chulent, a weekly gathering of young ­Orthodox and formerly ­Orthodox Jews. The director was taken with the way the young Hasidim at the all-night parties dressed. It turned on a cinematic light bulb.

"Because it looked Shakespearean to me, I thought, oh, 'Romeo and Juliet,' " Annenberg recalls.

Shakespeare's Friar Laurence -- Rabbi Lawrence in the film -- is played by Rabbi Isaac Schonfeld, who coordinates Chulent gatherings. He also plays an EMT who introduces emergency room nurse Ava (played by Annenberg) to the young Hasids who help her translate "Romeo and Juliet" into Yiddish. The nurse's grad school scholarship is contingent on the ­translation.

It's a story within a story that's taken from real life: When she's not making "micro-budget" feature films, Annenberg works as a nurse. And Satmar bad boys Lazer Weiss and Mendel Zafir, Romeo and Benvolio, respectively, helped her translate Shakespeare's play.

Weiss and Zafir, both 26, spent most of their young lives prohibited from going to movies.

"They have charisma and that's something you cannot teach," says Eve Shapiro, a Juilliard acting teacher who coached Weiss and Zafir at the request of Annenberg, a former student.

Shapiro also coached Melissa Weisz, who plays Juliet. A Satmar refugee from Borough Park, she has a B.A. in psychology, ...

"My family has been supportive, which surprised me," she says of her life path, which is decidedly outside of Hasidic norms.

Weisz and the other former Hasids in the cast have endured some snarky disses from the Orthodox community. On a blog called Circus Tent ("the big top for all things heimish"), a post berated the Hasidic actors for drinking overpriced coffee and associating with Annenberg, an "artsy type lady."

But Weiss reports that half of the audience was Hasidic at the film's November screening at the UK Jewish Film Festival in London.

"I thought they would disrespect it, but they very much appreciated the film," he said.

When it was shown in May at the Berlin Jewish Film Festival, it won the audience award.

Weiss and Zafir have since learned to make a living without running scams. They started a business putting up posters in Brooklyn's religious neighborhoods. Weiss now runs a PR and marketing business that serves the Hasidic community.

"They know who I am but they still trust me," he says.

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטסקרול »

ככלב שב על קיאו האבן זיך א הייפעלע פראים פריש אויפגעוועקט מיטן שעיקספעיר, און ארויסגעלאזט א פרישן רינדע פון Romeo and Juliet. עס איז מיר אינטערסאנט געווען צו טרעפן אז מען האט שוין פאר פיר יאר צוריק דא.
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
יעצט וועסטו טאקע קענען מקיים פסק זיין און זיך צוריקהאלטן פון זעהן דעם פילם, אבער נישט צוליב די שלעכטע אידיש, נאר ווייל ס'צייגט זאכן פון וואס מ'טאר אפילו נישט רעדן.


הזאת איי וועלט?
וואס איז פשט פון לאזן לעבן דע גאנצע שמיעס
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

שלך לחמך האט געשריבן:
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
יעצט וועסטו טאקע קענען מקיים פסק זיין און זיך צוריקהאלטן פון זעהן דעם פילם, אבער נישט צוליב די שלעכטע אידיש, נאר ווייל ס'צייגט זאכן פון וואס מ'טאר אפילו נישט רעדן.


הזאת איי וועלט?
וואס איז פשט פון לאזן לעבן דע גאנצע שמיעס

אהא! דאס איז ריכטיג מקיים געווען דעם "שלח לחמך" על פני המים כי ברוב הימים תמצאנה...
(שטעל דיך פאר מ'פארמעקט ווען די גאנצע אשכול... וויאזוי וואלסטו עס געפונען?? :wink:)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
זיידע ומומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 12, 2012 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידע ומומחה »

בילד
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

זיידע פון ווי קומט דאס?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”