אויסדערוועלטע ארטיקלען אויף אידיש

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

אויסדערוועלטע ארטיקלען אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

אז מען זוכט אמאל אויפ'ן אינטערנעץ געוויסע פראגן איבער'ן יידיש, שטויסט מען זיך דאך אן אין ארטיקלען אדער באשרייבונגען וואס באהאנדלען מאמע-לשון און אירע פיל-פארצווייגטע טיילן. עס איז דעריבער א שאד וואס מען זאל נישט מיטטיילן איינער דעם אנדערן אָטאָ די זאפטיגע ארטיקלען וואס צומאל איז דער געשמאק אין דער אייגנארטיגקייט פון דער שפראך, און אמאל איז דאס צוליב דער באהאנדלונג וואס דער שרייבער שטעלט אהער. איך וואלט דעריבער געזאגט מען זאל דעם אשכול באשטימען דערפאר אז ווען עס שטויסט זיך עמיצער אן אין אָ אזעלכע זאכן זאל ער אזוי גוט זיין און מקיים זיין "אל תמנע טוב מבעליו" און זיי אהער אריינשטעלן אז עס זאל זיך יעדער קענען דערמיט מהנה זיין און פילייכט אויך באהאנדלען די ארטיקלען און אירע מסקנות.

איך עפן דעם אשכול טאקע צוליב אן אינטערעסאנט ארטיקל פון א שרייבער אינעם "אלגעמיינער", וואס אי די שפראך איז אויסערגעווענליך, און עס לאזט זיך דערביי אויך באקענען נענטער מיט אן אנדערן דיאלעקט פון וואס מיר זענען געוואוינט אין אונזער טאגטעגליכער שפראך, עס איז אויפ'ן נוסח פון מנחם-מענדל'ס ביכלעך אדער נאך פארשידענע אלטע ביכער. איר וועט זיך דא טרעפן מיט אָ דעם סארט אויסדרוק, און עס וועט אייך זיך צוגיסן אין די ביינער. חוץ פון דעם איז אויך דאס ארטיקל פאר זיך זייער א שיינס, עס ווערט דארט באהאנדלט די פראגע איבער דעם אויסלייג פונעם ווארט "איד" (איד/יוד/ייד) און די געשיכטע פון אירע גלגולים, און די מאטיוון וואס האבן געפירט די שרייבער דערצו צו רעפארמירן דעם אויסלייג עטליכע מאל. ליינט אפ דאס גאנצע און איר וועט הנאה האבן:

-------------------------- (איך האב עס אראפגענומען, זעה נעקסטע רעאקציע).

אז איר האט הנאה געהאט און איר ווייסט אויך פון אן אנדער אינטערעסאנט ארטיקל, זייט מכיר טובה און שטעלט דאס אויך ארויף. מיט דאנק פון פאראויס.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

איך האב אויפגעטרייסלט יעצט נאך שבת עפענענדיג יענעם ארטיקל און איך האב באמערקט זייער אן אומעטיש בילד וואס איז זייער נישט אין איינקלאנג מיט דער תורה. ווי ווייט איך ווייס האלט זיך דער אלגעמיינער אלס א רעליגיעזע צייטונג און איך האב דעריבער אזוינס נישט ערווארטעט פון זייערס א וועבזייטל. איך אנטשולדיג מיך, עס איז פאר שבת נישט געווען דארט די רעקלאמע. אויב עס וויל עמיצער די באשרייבונג זעלבסט (וואס איז דווקא געשריבן צו גונסטן פון אונזער וועג און האט לייכט ארונטערגעריסן די יידישיסטן) קען זיך צו מיר מעלדן אין פערזענליכער פאסט, איך האב עס ביי מיר אוועקגעשטעלט נאך פאר שבת.

יעדנפאלס מעג דער אשכול נאך אלס דינען דעם צוועק אויף וואס עס איז געשאפן געווארן. אגב, אפשר קען מיר איינער קלארמאכן דעם סטאטוס פונעם אלגעמיינער - וואס שיינט מיר יעצט צו זיין אביסל קאנטראווערסיעל, איך וועל מיך פרייען צו הערן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איך שטעל עס ארויף דא:

דער אל-געמיינער זשונראל האט געשריבן:
וועגן אידיש און יידיש

הירשע=דוד כ”ץ


ווער, וואָס און ווען: די שרייבונגען "יוד" און "יודיש"; "ייד" און "יידיש"; "ייִד" און ייִדיש"; "איד" און "אידיש"

זייער געשיכטע און זייער סימבאָלישער מהות

אַ סברא אַז קיינער וועט ניט קומען לייקענען, אַז אין דער אידישער שפּראַך זיינען "איד" און "אידיש" יסודותדיקע ווערטער. און דאַמאָלסט אַז ווערטער וואָס טראָגן מיט זיך אַזאַ מין חשיבות שרייבן זיך ממש פאַרשיידן, ביי פאַרשיידענע גרופּעס וואָס באַנוצן זיך ביי היינטיקן טאָג מיט אָטאָ דער שפּראַך, דאַמאָלסט איז עס מדעיקרא אַ טשיקאַווע פּרשה וואָס ציט צו זיך צו. אַ פּרשה, וואָס רופט בפירוש אַרויס, מ'זאָל זיך צוקוקן נעענטער. ניט חלילה אויף צו משפּטן מעשה פּוסק-אחרון, "ווער איז גערעכט?" אָדער "ווער איז אַ שוגג?", נאָר וואָדען, ווי ס'פּאַסט ביי פאַראַנענע נוסחאות אין דער קולטור געשיכטע פון אַוועלכן ניט איז פאָלק: צו באַטראַכטן און אַנאַליזירן דיאָ אונטערשיידן, זיי שטעלן אין זייער געהעריקן קולטור-היסטאָרישן קאָנטעקסט; פאַרשטיין פון וואַנעט זיי שטאַמען אָפּעט, און דער עיקר, משיג זיין, וואָס פאַראַ סימבאָלישן באַדייט זיי האָבן סוף-כל-סוף אָנגענומען אין פאַרשיידענע סביבות, אין פאַרשיידענע מקומות און תקופות.

און לאָמיר כסדר האַלטן פאַרן אויג, אַז די פראַגע וועגן דעם אָפּשטאַם פון אַ יש קען אָפטמאָל זיין גאָר אַן אַנדער עסק, איידער די פראַגע וועגן דעם, וואָס פאַר אַ סימבאָל דער יש איז נוטה צו ווערן אין גאַנג פון דער צייט.

דאָ רעדט זיך אגב וועגן אַ גאָר אינטערעסאַנטן תחום פונעם אַלגעמיינעם מענטשלעכן וויסן: די "סימבאָלאָגיע" פון דער מענטשלעכער שריפט. וועגן אָט דעם געביט האָט אין 1919 אַרויסגעלאָזן אַ מערקווערדיקן ווערק (אויף דער דייטשישער שפּראַך) דער גרויסער אידישער פילאָלאָג פון גאַליציע, מתתיהו מיזעס (ביי היימישע גאַליצישע אידן: מאַטיס מיזיש). ער איז געבאָרן געוואָרן אין פּשעמישל אין 1885 און איז אומגעקומען ביי די דייטשן אין 1945, אונטערוועגנס קיין אוישוויץ. הי"ד.

אַכלל, די אויספאָרשונג פון דער שריפט, און פונעם אויסלייג דעריין, איז איינער פון די צינורות אויף צו באַנעמען דעם מהות פון אַ פאָלק און זיינע שבטים, בפרט ווען ס'איז באַשיימפּערלעך קלאָר, אַז די פאַראַנענע וואַריאַציעס שטעלן מיט זיך פאָר ניט קיין "צופאַלן" אין ניט קיין "גרייזן". (דאָס איז אַלצדינג לחלוטין אַן אַנדער ענין איידער די פראַגע וועגן דעם, וואָס ביים שרייבן אַוועלכע ניט איז שפּראַך, זאָל מען האָבן דעם נייטיקן דרך-ארץ אַכטלייגן, מ'זאָל שרייבן אויסגעהאַלטן, און ניט דערלאָזן ס'זאָל אַראָפּפאַלן צום מעמד פונעם "לית דין ולית דיין", ווי ס'טרעפט אַמאָל, בעוונותינו, בנוגע צו אונדזער אידיש.)

וואָס אַן אמת, איז דאָס מער אַ פאָרשונג וועגן דעם, וואָס ו ו ע ר ט אַ סימבאָל, איידער דאָס וואָס איז "ביסודו אַזוי", מחמת סיי אַן אלף און סיי אַ יוד, לאָמיר אָנכאַפּן, זיינען "שיין" און "היימיש". דאָ וויל מען דערגיין: וואָס איז די געשיכטע פון די "קאַלטע פאַקטן", און וואָס איז, על-פּי סימבאָלאָגיע, אויסגעוואַקסן אינעם תחום פון די "הייסע סימבאָלן"?

ווי ס'טרעפט גאָרניט זעלטן אויפן געביט פון אידיש, איז די וואַריאַציע אַ בולט-שאַרפע, ניט עפּעס אַ קלייניקייט וואָס איז פאַררוקט ערגעצוואו אין די פּרטי-פּרטים. ס'האַנדלט זיך, ניט מער און ניט ווייניקער, אין די עצם נעמען פון דער שפּראַך גופא, און פונעם פאָלק וואָס רעדט אויף דער שפּראַך, און פון די קרובהשע ווערטער: "איד" (אידן, אידענע, אידענעס); "אידיש", סיי אינעם זין פון דער שפּראַך, און סיי אַלס תואר צום וואָרט "איד", למשל אין אַזעלכע יסודותדיקע באַגריפן ווי: דאָס אידישע פאָלק, אַ אידישער מענטש, (זי איז אַ) אידישקע; אַ אידישע מעשה, אַ אידישער געדאַנק; אינעם באַליבטן שם-עצם אידישקייט וואָס דריקט אויס אַזויפל מיר ווי אַשטייגער "יודאַאיזם"; און דערצו נאָך אַזעלכע אַדווערבן ווי "אידישלעך" (ריידן אידישלעך). גענוג דאָ צו דערמאָנען ווי אַזוי אַ אידישע מאַמע זאָגט אַריינעט אַ קינד וואָס האָט זיך אויפגעפירט ניט ווי ס'דאַרף צו זיין: "ס'ניט אידיש", און שוין...

*

שיער ניט אַלע עקספּערטן איבער דער געשיכטע פון דער אידישער שפּראַך זיינען מסכים (דערויף דאַרף מען גלייך אויף אַן אָרט מאַכן אַ שהחיינו, ווייל ס'טרעפט ניט זייער אָפט, אַז מ'איז בכלל וועגן עפּעס מסכים), אַז אין אַמאָליקן, אַלטן אשכנז, האָט מען אַרויסגערעדט די ווערטער "איד" און "אידיש": yid און yidish (מיט אַ לאַנגן i). אַזוי איז דער וואָקאַל עד היום אין אַלע אידישע דיאַלעקטן, פּונקט ווי ביים וואָרט "טיף" (ניט ווי ביי אַזעלכע ווערטער ווי "בוך" וואו ס'איז u אין איין דיאַלעקט און i אין אַ צווייטן).

בלייבן בלייבט אָבער דערביי אַ שטיקל קשיא: פאַרוואָס-זשע האָט מען אין משך פון הונדערטער און הונדערטער יאָרן געשריבן דיאָ ווערטער: "יוד" און "יודיש" (צי "יודש"), בפירוש מיט אַ ו' און ניט מיט קיין י'? פאַרוואָס האָט מען ניט געשריבן "ייד" און "יידיש"? ביזן היינטיקן טאָג איז ניטאָ קיין זיכערער ענטפער. נאָר געוואָרנטערהייט מעג מען אַרויסרוקן אַן השערה. ביים שרייבן אידיש, איז פּשוט ניט געווען קיין טראַדיציע פון צוויי-יודן אָ נ ה י י ב וואָרט; צוויי-יודן איז געווען אַ דבר נהוג אינמיטן וואָרט, אויף פאַרשיידענע קלאַנגען (סיי אין "קליין" און סיי אין "היינט" למשל). די קלאַנגען-קאָמבינאַציע yi האָט זיך בכלל זייער זעלטן געטראָפן אָנהייב וואָרט, און אין די עטלעכע פאַלן וואו ס'האָט זיך געטראָפן, האָט מען זיך באַנוגנט מיט אַ "דייטש-מעסיקן" סטיל, און געשריבן "יו".

פאַראַן אויך אַ מיינונג, אַז אין אַזאַ פרומער, טראַדיציאָנאַליסטישער ציוויליזאַציע ווי עס איז די אשכנזישע, האָט מען זיך געקווענקלט אָנווענדן צוויי-יודן אָנהייב וואָרט ווייל ס'איז אויך איינער פון די באַצייכענונגען פאַרן אייבערשטן, בפרט אין סידורים און מחזורים אַלס וואָרט פאַר-זיך, בשעת ווען אינמיטן וואָרט האָט עס ניט געשטערט (אינמיטן וואָרט טרעפט זיך אַ סך מאָל צוויי-יודן אין לשון הגמרא — דייקא, קיימא לן, תרוייהו, וכו').

ווי ס'זאָל ניט זיין, איז אין משך פון אַ סך הונדערטער יאָרן געווען אָנגענומען צו שרייבן "יוד" און "יודיש". דאָס זעט מען ביזן היינטיקן טאָג אין איבערדרוקן פון טייטש-חומש, פון תנ"ך מיט עברי-טייטש, פון דער "צאינה-וראינה" וכדומה. דער וואָס קען אידיש לייענט דאָ i און ניט u און שוין. וואו שטייט דען געשריבן אַז יעדער וואָרט אין אַ שפּראַך מוז געשריבן ווערן "פאָנעטיש"? טראַדיציאָנעלע אָרטאָגראַפיעס טרעפט מען איבער דער גאָרער וועלט.

*

ס'טרעפן זיך אָבער "איבערבראָכן". דאָס זעט מען דאַמאָלסט, ווען אַ סך פון די וואָס גיבן זיך אָפּ מיט שרייבן, דערשפּירן מיטן חוש אַז עפּעס וואָס איז אַלט און טראַדיציאָנעל טויג שוין ניט "צו דער איצטיקער צייט", און מ'נעמט אַריינפירן חידושים, און די חידושים ווערט אָנגענומען ביי אַן אָנזעעוודיקן ציבור, ווען ניט ווען ביי אַלעמען. דאָס קען אַמאָל זיין די פּעולה אַפילו פון אַ יחיד אַ בעל-השפּעה.

די מאָדערנע אידישע ליטעראַטור, וואָס איז אויפגעקומען דער עיקר אין שפּעטערדיקן ניינצעטן יאָרהונדערט אין מזרח אייראָפּע, האָט אין משך פון די ערשטע יאָרן אירע זיך באַנוגנט טאַקע מיט די שרייבונגען "יוד" און "יודיש". אַזוי אַרום האָט שלום-עליכם אין 1888 גענומען אַרויסגעבן זיין "יודישע פאָלקס-ביבליאָטהעק" אין קיעוו. אין 1899 האָט דער ציוניסטישער פאַרלאַג "אחיאסף" גענומען אַרויסגעבן די צייטונג: "דער יוד". י. ל. פּרצעס זאַמלביכער מיטן נאָמען "יודיש" זיינען געוואָרן אַ שם-דבר אין 1910, און אין 1914 איז אין וואַרשע אַרויס די ערשטע אויפלאַגע פון זלמן רייזענס מייסטערישער ענציקלאָפּעדיע פון אידישער שרייבער. אָטאָ די ערשטע אויפלאַגע האָט געהייסן: "לעקסיקאָן פון דער יודישער ליטעראַטור און פּרעסע".

פאַרוואָס איז אָט אַזויאָ ניט געבליבן? אַחוץ דעם, וואָס היסטאָרישע, ניט אינגאַנצן פאָנעטישע אויסלייגן טרעפט זיך אין אַזויפל פאַרשיידנאַרטיקע שפּראַכן איבער גאָר דער וועלט, און ס'שטערט קיינעם ניט, איז פאַראַן נאָך אַ זאַך וואָס וואָלט "געדאַרפט" גורם זיין אַז אַזוי זאָל בלייבן. נאָכאַלעמען: דער גרעסטער פּראָצענט אידן וועלכע האָבן גערעדט (און וועלכע ריידן היינט) אידיש זיינען "דרומדיקע" (פון אונגאַרן, אוקראַינע, גאַליציע, פּוילן און די שכנותדיקע לענדער), און ביי זיי אַלעמען איז סיי ווי סיי דער דין, אַז אַ ו' לייענט זיך אין מערסטע פאַלן ווי אַן i, (למשל: אַ קורצער i אין "די ז ו ן וואָס שיינט אין הימל" און אַ לאַנגער i אַז ס'גייט די רייד וועגן "מיין ז ו ן"). ביים דרומדיקן רוב, לייענט מען עד היום "יהודה" און "יהודית" מיט אַן i און ס'שאַט קיינעם ניט צום שידוך.

*

אַז מ'קוקט זיך אָבער אַרומעט, זעט מען אַז די נייע (און דאַמאָלסט: געוואַגטע, העזהדיקע, ראַדיקאַלע, אַנטי-טראַדיציאָנעלע!) שרייבונגען "איד" און "אידיש", האָבן גאָר אַריינגעפירט אין אידיש ליטוואַקעס, אַלמאַי, זיי, ווי ליטוואַקעס, איז ניט געווען ניחא אַ ו' וואָס לייענט זיך ווי אַ חיריק. ביי זיי איז דער דין "ו' = u" און אָפּגעפאַרטיקט אַן עסק. דער גרויסער אידישער פילאָלאָג יודל מאַרק (1897 — 1975) האָט אינעם ערשטן באַנד פון זיין (און יודאַ יאָפעס) "גרויסן ווערטערבוך פון דער אידישער שפּראַך" אָנגעוויזן, אַז די שרייבונגען "איד" און "אידיש" האָבן אָנגעהויבן נוצן די דרוקן אין ווילנע אין ערשטן חלק פון ניינצעטן יאָרהונדערט. פאַרן סאַמע ערשטן באַקאַנטן מקור ברענגט ער משה מאַרקוזיס "עזר ישראל" פון 1789, וואו מ'טרעפט די שרייבונג "אידעש"; אַ סימן האָבן מיר, אַז דער שרייבער אָדער בחור-הזעצער איז געווען, פון שטאַנדפּונקט פון זיין שפּראַך — אַ ליטוואַק.

*

שפּעטער צו, ערגיץ מיט אַ יאָר הונדערט צוריק אומגעפער, איז צו זען, אַז די שרייבונגען "איד" און "אידיש" האָבן זיך שטאַרק פאַרשפּרייט אין דער אידישער פּרעסע אין אַמעריקע, און דערנאָכדעם אויך אין אייראָפּע. דער עיקר וועט דאָס הייסן ראַדיקאַלע, סאָציאַליסטישע, סעקולאַריסטישע צייטונגען. פאַרוואָס? אַפּנים ווייל אַ צאָל פון די וויכטיקסטע רעדאַקטאָרן זייערע, צווישן זיי אויך אַב. קאַהאַן (1860 — 1951(, דער גרינדער פונעם "פאָרווערטס", זיינען געווען — ליטוואַקעס (קאַהאַן איז געבאָרן געוואָרן אין פּאַבערזשע, ניט ווייט פון ווילנע).

און נאָכמער: אין די מערסטע נוסחאות פונעם ליטווישן אידיש טרעפט מען בכלל ניט קען yi קלאַנג אָנהייב וואָרט! דער ליטוואַק זאָגט ניט yidish נאָר טאַקע: idish (און אין טייל מקומות: idesh). אַזוי אַרומעט, אַז די שרייבונגען "איד" און "אידיש" זיינען געווען ניט נאָר ראַדיקאַל, געוואַגט, מאָדערניסטיש, רעוואָלוציאָנעריש, זיי זיינען אויך "צופעליק" געווען זייער באַקוועם פאַר די ליטווישע רעדאַקטאָרן. זיי איז געוואָרן מיאוס קוקן אויפן ו' אין "יוד" און "יודיש". (פאַראַנען אגב נאָך אַ פּאָר ווערטער וואָס גייען אַריין אין דער סעריע, און וואָס זייער "עמאָציאָנעלע ווירדע" איז אָן אַ שיעור קלענער: דער עיקר, "אינגל" און "אינגער".)

די שרייבונגען "איד" און "אידיש" זיינען פונדעסטוועגן ניט געוואָרן קיין סימבאָל פון עפּעס אַ "ליטוואַקישן שטאָלץ". ניין, און דאָ איז אַזוי טשיקאַווע די סימבאָלאָגיע, וואָס שפּירט נאָך, וואָסערע סימבאָלן קומען אויף, און וועלכע באַדייטן זיי נ ע מ ע ן אָ ן, אין גאַנג פון דער צייט. דיאָ שרייבונגען מיטן א' זיינען גאָר געוואָרן סימבאָלן פאַר: מאָדערנער ליטעראַטור אויף אידיש, ראַדיקאַלן, סאָציאַליסטן, פּריידיקער פון "וועלטלעכקייט" און פון "וועלטלעכער בילדונג" און אין אַ סך פאַלן פּראָסט און פּשוט, במחילה — אַפּיקורסות.

אין די פריאיקע יאָרן פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, האָבן טראַדיציאָנעל-פרומע פאַרלאַגן און צייטשריפטן און ביכער זיך מערסטנטייל געהאַלטן ביי די שרייבונגען "יוד" און "יודיש", אַזוי ווי אויף אידיש איז געווען פון דור-דורות די ירושה שבכתב, בשעת ווען "איד" און "אידיש" זיינען געווען די שרייבונגען וואָס האָבן געדינט אַלס סימבאָל פון ראַדיקאַליזם, וועלטלעכקייט און מרידה ווי אויך, מיט דער צייט: פאַר אַ סימבאָל פון דער נייער קולטור און ליטעראַטור וואָס אויף אידיש. אַז מ'האָט אָנהייב צוואַנציקער יאָרן גענומען אַרויסגעבן דעם גאַנצן גאַנג ווערק פון שלום-עליכמען, איז שוין געווען קאָנסעקווענט דער א'...

דרומדיקע אידן (פון אוקראַינע, פּוילן וכו') האָט עס אַפּנים ניט שטאַרק געשטערט וואָס זיי ריידן אַרויס yi אין די ווערטער "איד" און "אידיש", און שרייבן שרייבט מען i. אויב מ'האָט בכלל געטראַכט וועגן דעם, איז עס געווען אַ ניט איבעריקס וויכטיקע איינצלהייט, אַ זאַך וואָס שטערט קיינעם ניט.

בשעת מעשה האָבן די שרייבונגען "יוד" און "יודיש" (און נאָכמער אינעם נייעם, פון-דייטש-אימפּאָרטירטן וואָרט, "יודענטום") גענומען שמעקן מיט דייטשמעריזם, אין אַ תקופה ווען די באַוואוסטזיניקייט בנוגע צו דער אידישער שפּראַך איז געשטיגן אין-לשער. די שרייבונגען וואָס זיינען הונדערטער יאָרן געווען היימיש זיינען אין אַ העלן פרימאָרגן (אויב ריידן היסטאָריש-סימבאָליש), געוואָרן: "עפּעס ניט אַזוי היימיש"...

וואָסאַמאָל מער, זיינען די נייע שרייבונגען, "איד" און "אידיש" געוואָרן אויך אַ סימבאָל פון דער אידישער פּרעסע, סיי אין מזרח אייראָפּע און סיי אין אַמעריקע, און זיי זיינען אַריינגעדרונגען אויך צו פרומע, טראַדיציאָנאַליסטישע צייטונגען און זשורנאַלן וואָס זיינען אַריבער פון "יוד" און "יודיש" אויף — "איד" און "אידיש". מ'האָט זיך דאַמאָלסט אַפילו געקענט משער זיין, אַז אַלע "סעקטאָרן" וואָס באַנוצן זיך מיט אידיש זיינען רואיקערהייט אַריבער אויף דער נייער שרייבונג מיט א'. נאָר פון "געקענט זיין" ביז "געווען" איז פאָרט אַ מהלך.

*

וואָס קען זיך טרעפן! אין אָט דער צייט האָט זיך גראַדע גענומען אין וועג אַריין אַ נ י י ע איבערקערעניש ביי די סעקולערע קעמפער פאַר אידיש. מ'קען זיי לכל-הדעות צו יענער צייט, האַרט פאַר דער ערשטער וועלט מלחמה בדיעבד שוין אָנרופן "אידישיסטן". ביי אַ וואַקסנדיקער צאָל, איז די אידישע שפּראַך און ליטעראַטור געווען, גייסטיק גערעדט, אַ יש שוין פאַר-זיך.

און ביי זיי, די בלב ונפש איבערגעגעבענע אידישיסטן, וועלכע האָבן אָקערשט געהאַט אָנגענומען "אידיש מיט אַן אלף" (אַרויסוואַרפנדיק "יודיש" מיט י' + ו'), האָט ניט זייער לאַנג געדויערט (היסטאָריש גערעדט: פון אסתר תענית ביז פּורים, ממש), און "אידיש מיט אַן אלף" האָבן זיי אויך גענומען אַרויסוואַרפן, פאַלנדיק אויף אַן המצאה וואָס איז געווען אין מזרח אייראָפּע שפּאָגל ניי.

וואָס פאַר אַן המצאה איז דאָס געווען?

דער גרינדער פון דער נייער אידישער פילאָלאָגיע — די וויסנשאַפט פון אידיש — איז געווען, ווי מיר האָבן שוין אין אַ פריערדיקן "איגרתל" געזען, בער באָראָכאָוו (1881 — 1917), וועלכער האָט אויך מיסד געווען די פילאָסאָפיע פונעם פּועלי-ציוניזם. זיין עסיי אין 1913, וואָס מיט איר האָט ער בפירוש געגרינדעט די מאָדערנע אידישע פילאָלאָגיע, האָט זיך געדרוקט מיט אָט וועלכן קעפּל (אות באות): "די אויפגאַבן פון דער יידישער פילאָלאָגיע". דער זאַמלבוך אין וועלכן ס'האָט זיך געדרוקט האָט דורכאויס גענוצט "יוד" און "יודיש" אָבער דער רעדאַקטאָר, ש. ניגער (1883 — 1955), האָט געמאַכט אַן אויסנאַם פאַר באָראָכאָווס אַרבעטן, לויט זיין פאַרלאַנג. באָראָכאָווס צוויי ווערק וואָס אין דעם באַנד זיינען געדרוקט געוואָרן מיט זיין פאָרגעשלאָגענעם רעפאָרמירטן אויסלייג (לויט וועלכן מ'האָט אין די מערסטע פאַלן אויך אַרויסגעוואָרפן דעם "שטומען ע'" און דעם "שטומען ה'", דאָס איז אָבער שייך צו אַן אַנדער איגרתל...). באָראָכאָוו האָט אַפילו געשריבן "ייך" אויף "איך", נאָר דאָס האָט זיך כידוע ניט אָנגענומען ביי קיינעם.

(אגב אורחא: די דאָזיקע צוויי-יודן אָנהייב וואָרט האָט מען יאָ ווען ניט ווען פריער באַנוצט, גראַדע ביי די "בערלינער משכילים" אין דייטשלאַנד, פון שפּעטן אַכצעטן און דורכן גאַנצן ניינצעטן יאָהונדערט; מ'טרעפט עס ניט אַזוי אויף אידיש גופא ווי אויף דייטש (אָדער אויף אַן אינגאַנצן פאַרדייטשטן אידיש), וואָס מ'האָט געשריבן יענע יאָרן אין דייטשלאַנד מיט אידישע אותיות. אַזאַ מין נוסח האָבן די "בערלינער" באַנוצט ווי אַן "איבערגאַנגס-מיטל" אויף צו לערנען מיטן עולם די דייטשישע שפּראַך, און מיט דער האָפענונג אַז פון אידישע אותיות וועט מען אויף די דייטשישע אַריבער וואָס גיכער. די צוויי-יודן האָבן זיך דאָרט אָפטמאָל באַוויזן אין נייע דרוקן מיט דייטשמעריזירטע איבעראַרבעטונגען פון עלטערע רעליגיעזע ביכלעך פאַרן עולם דייטשישע אידן.)

באַלד נאָך דער ערשטער מלחמה, אין 1920, האָט דער גרויסער אידישער פילאָלאָג זלמן רייזען (1887 — בערך 1940) קאָדיפיצירט כמעט אַלע וויכטיקע רעפאָרמען וואָס באָראָכאָוו האָט געהאַט פאָרגעשלאָגן אין 1913. דאָס איז געווען אין רייזענס "גראַמאַטיק פון דער יידישער שפּראַך" (טאַקע "יידישער" מיט צוויי-יודן), וואָס איז דאָ אין ווילנע דערשינען. דאָס האָט אָנגענומען אין יענעם יאָר אויך אַ וויכטיקע קאָנפערענץ פון די נייע אידישסטישע שולן אין דער פּוילישער רעפּובליק, און מ'האָט גענומען לערנען "ייד" און "יידיש" אין דיאָ שולן, אין אַ סך ערטער אין מזרח אייראָפּע און שפּעטער צו אין צפון אַמעריקע און אַנדערשוואו.

איז וואָס איז געווען דער סוף: די צוויי-יודן אין "ייד" און "יידיש", אין די יאָרן באַלד נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה, זיינען געוואָרן "אַפילו נאָכמער נייע" סימבאָלן פאַר דער מאָדערנער, וועלטלעכער אידישער שפּראַך באַוועגונג, ניט נאָר אין די שולן, נאָר אויך אין ביכער, זשורנאַלן און פאַרשיידענע אינסטיטוציעס, ביי די בעסטע אידישע פילאָלאָגן און אין די מוסדות וואָס זיי האָבן אויפגעשטעלט. אין דער ערשטער ריי איז געשטאַנען דער ייוואָ, וואָס דער געניאַלער היסטאָריקער פון דער אידישער שפּראַך, מאַקס וויינרייך (1894 — 1969), האָט געגרינדעט אין ווילנע בשותפות מיט אַנדערע געלערנטע אין 1925. נאָכמער: אין אַ פּרשה וואָס נעמט אַריין אַ גאָר פּיצינקע צאָל אידישע ווערטער (די ווערטער מיט yi אָנהייב וואָרט), איז דאָס וואָרט "ייוואָ" גופא, אַ ראשי-תיבות פונעם "יידישן וויסנשאַפטלעכן אינסטיטוט", תיכף ומיד אַליין אַריין אין אָטאָ דער סעריע ווערטער! דאָס אַליין איז פאַר-זיך אויכעט געוואָרן אַ — סימבאָל.

שיער ניט צום גלייבן ווי אַ וועלט קערט זיך איבער! די סעקולערע אידישיסטן (און אַלעמערשטנס אין דער ליטווישער ווילנע וואו מ'רעדט סיי ווי אַרויס id און idish), זיינען אַריבער אויף שרייבן "ייד" און "יידיש". בעת מעשה האָבן דיאָ שרייבונגען געדינט פאַר שטאָלצע סימבאָלן פון דער מאָדערנער "פּרינציפּיעל-סעקולערער" קולטור וואָס אויף אידיש. זיי האָבן אויך געדינט פאַר אַ סימבאָל פון "צייט-גייסט": די אידישע קולטור וואָס האָט זיך אַזוי שעפעריש באַנייט נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה. און דאָס איז ווידער געווען געקניפּט מיטן ברייטערן אַטמאָספער אין דער דעמאָלטיקער מזרח אייראָפּע: אַ גייסט פון באַנייאונג און וואוקס, בפרט ביי קלענערע פעלקער און שפּראַכן וואָס האָבן פאַר דער מלחמה געמוזט לעבן "אין שאָטן" פון רוסיש אָדער דייטש, די לשונות פון די צוויי ביז-מלחמהדיקע אימפּעריעס אין יענע מקומות.

פונדעסטוועגן, זיינען די אידישע צייטונגען געבליבן ביי "איד" און "אידיש". דאָס האָט זיך אויף אַזויפל געהאַט אָנגענומען אין אַ ל ע קרייזן פון דער אידישער פּרעסע, און די שרייבונגען מיטן א' זיינען געוואָרן באַליבט ביים אידישן פאָלק. וויפל די אידישיסטישע אינטעליגענץ אין פּוילן (און שפּעטער צו אין אַמעריקע און אַנדערשוואו) האָט ניט געמאָנט ביי די צייטונגען, זיי זאָלן אַריבערגיין אויף די צום-צווייטן-מאָל-אין-אַ-קורצער-צייט רעפאָרמירטע שרייבונגען פון "איד" און "אידיש", האָבן די צייטונגען ניט געפאָלגט (אויסער אין סאָוועטנפאַרבאַנד וואו ס'איז געוואָרן דינא דמלכותא — וועגן דעם וועט באַלד גיין די רייד).

קיצור פון דער זאַך: בשעת ווען די אַנטי-רעליגיעזע סעקולאַריסטן האָבן אין זייערע שולן און אינסטיטוציעס אַרויסגעוואָרפן די שרייבונגען "איד" און "אידיש", וואָס זיינען "דאָ ניט לאַנג" פאַר-זיך געווען די סאַמעראָדנע "מאָדערניסטיש-סעקולאַריסטישע" סימבאָלן, האַרט נאָכן אַוועקוואַרפן "יוד" און "יודיש", האָבן פּשוטע פרומע אידן איבער דער וועלט, פון רבנים און גדולים בדור, אַזש ביז עמך, גענומען זיך מחיה זיין מיט "איד" און "אידיש" אַלס שיינע, היימישע שרייבונגען. מערקווערדיק: אין משך פון עטלעכע צענדליקער יאָרן, איז דער סימבאָליזם פון אָטאָ דעם אלף אַריבער פון "סעקולאַריזם" אויף — היימישקייט!

אין דער פרומער וועלט פון דער טראַדיציאָנעלער אידישקייט זיינען די שרייבונגען "איד" און "אידיש" (ניט נאָר ביי די ליטוואַקעס, חלילה, נאָר שיער ניט ביי אַלעמען), געוואָרן מעכטיקע סימבאָלן פון דער עכטער, ריכטיקער, דור-דורותדיקער אידישקייט, אַ ק ע ג ן די צוויי-יודן וואָס זיינען געוואָרן אַ סימבאָל פון דאַמאָלסדיקן, אַנטי-רעליגיעזן סעקולאַריסטישן "וועלטלעכן יידישיזם".

און אינעם בפירוש יסודותדיקן וואָרט "אידישקייט", האָט זיך אָנגעהויבן איינגלידערן אַ צעצווייאונג אינעם עצם פּירוש-המילות. בעת "אידישקייט" איז עלול צו באַדייטן די טראַדיציאָנעל-פרומע אידישקייט ביי היימישע אידן, האָט "יידישקייט" ביי די סעקולאַריסטן הדרגהווייז באַקומען אַ גאָר נייעם באַדייט פון "אָנגעהעריקייט אין דער וועלטלעכער קולטור באַוועגונג וואָס בויט זיך אויף דער אידישער שפּראַך". דאָס זעט זיך אגב בולט אַרויס ביי היינטיקן טאָג אין אַמעריקע, ווען די וואָס גריבלען זיך מיט אידיש, דער עיקר אויף ענגליש, האָבן זייער ליב צו נוצן (מערסטנטייל מיט ענגלישע אותיות, נאַטירלעך) דעם טערמין "יידישקייט". נאָר אַ היימישן אידן פון אַ גאַנץ יאָר, קומט עד היום אויס ווילד-משונה, אַז ער טרעפט זיך מיט אַ אידן, וואָס קען קיין שייטל עברי ניט אַדורכקריכן, און לערנט מיטן עולם זינגען מיט כוונה "טשירי-בים, טשירי-באָם", און האַלט זיך פאַר אַ "לערער פון יידישקייט". פאַר אַ לערער פון "אידישקייט" קען אָטאָ דער מענטש זיך ניט האַלטן.

*

ס'קען זיך דאַכטן, אַז ביי אַ מעשה וואָס איז אַזוי ווייט פאַרקראָכן, איז מען דערגאַנגען צום סוף-פּסוק. ס'איז אָבער: לא דובים ולא יער...

אינעם סאָוועטנפאַרבאַנד, וואו ס'איז געגאַנגען אין לעבן די פירנדיקע אידישע קאָמוניסטן, די "יעווסעקעס", די אידישע שפּראַך אין אַלע אירע פּרטים (ווערטער, קאָנסטרוקציעס, אויסלייג) צו דערפירן וואָס ווייטער פון אידישקייט, זיינען די שרייבונגען "ייד" און "יידיש" געווען, ווי זאָל מען עס זאָגן, ניט גענוג ראַדיקאַל פאַרן קאָמוניסטישן אויג! און דאָ איז טאַקע צו זען, ווי עס איז צום שטוינען, ביים באַקלערן דעם מערקווערדיקן סימבאָליזם וואָס די שריפט-געשיכטע קען מיט זיך פאָרשטעלן.

די סאָוועטישע אידישע קאָמוניסטן, אין זייער פּרואוו צו מאַכן אידיש מער "וועלטלעך" און "אייראָפּעאיש", האָבן אַרויסגעשלעפּט — ניט מער און ניט ווייניקער, "טויזנט-איין נאַכט", פון חומש און פון סידור! — דעם חיריק, און גענומען פאַרלאַנגען אַז "מ'מוז" שרייבן "ייִד" און "ייִדיש" מיט אַ חיריק, הגם ס'איז נאָך עד-היום ניט געבאָרן געוואָרן דער מענטש וואָס דער דאָזיקער חיריק קען אים העלפן! ס'איז ממש אין דער בחינה פון "אָדער ס'העלפט ניט, אָדער מ'דאַרף ניט". ווער ס'קען דיאָ ווערטער ניט לייענען אָן דעם חיריק, וועט אים דאָס פּינטעלע העלפן ווי אַ טויטן באַנקעס. און ווער ס'קען לייענען די שפּראַך נייטיקט זיך אינעם פּינטל אויף גאַנצע 777 כפּרות. אָבער אין סאָוועטן-לאַנד איז עס סוף צוואַנציקער יאָרן געוואָרן אַ רעגירונגס-געזעץ! מ'האָט געקענט פאַר קיינעם ניט געדאַכט אַריינזעצן אין תפיסה אַ אידן פאַרן מורד-במלכות זיין מיט "ייד" און "יידיש", און על אחת כמה וכמה, מיט "איד" און "אידיש", וואָס האָבן שוין פאַר מלכות געשמעקט מיט חדר, בית-מדרש און ישיבה, ניט קוקנדיק וואָס ראַדיקאַלן האָבן די דאָזיקע שרייבונגען געהאַט פאַרשפּרייט אַ קורצע צייט פאַרדעם. (בשעת מעשה האָבן די אידישע קאָמוניסטן אויך מאָביליזירט דעם מלאפּום, און אים אָנגעווענדט דאָרטן וואו זיי האָבן אַרויסגעוואָרפן דעם מחיצה-אלף, עלעהיי אין "וווּ" און "צוּוווּקס"; דאָס איז אָבער אויף אַן אַנדער איגרתל).

און דאָ גייט שוין אין אַן ענין וואָס צווישן די אידישיסטן אין די פרייע לענדער און די אינטעליגענטן אינעם דעמאָלטיקן סאָוועטנפאַרבאַנד. נאָר וואָס: טייל פון די סאָוועטישע המצאות זיינען געוואָרן וואָסאַמאָל מער פּאָפּולער אויך אין די לינקע קרייזן פון דער אידישיסטישער באַוועגונג אויף יענער זייט גרעניץ: אין דער פּוילישער רעפּובליק. אין די מיטן דרייסיקער יאָרן, האָט אויך דער ווילנער ייוואָ, וואָס האָט לכתחילה אַרויסגעלאָזן זיינע אַלע ווערק מיט "ייד" און "יידיש", גענומען אַרויסלאָזן "תקנות", אַז ס'מוז זיין "ייִד" און "ייִדיש" מיטן חיריק אונטערן צווייטן י'. דאָס איז שוין ווייטער אויך געווען אַן ענין פון "צייט-גייסט", בפרט דעמאָלט, אין די מיטן דרייסיקער יאָרן, אַז ס'האָט זיך שאַרפער גענומען שפּירן דער דייטש-פאַשיסטיש אינספּירירטער אַנטיסעמיטיזם אין פּוילן, און די אידישע סימפּאַטיע צו סאָוועט-רוסלאַנד איז שטאַרק געוואַקסן.

יאָ, אין דער געשיכטע פון אידיש אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, האָבן אַ סך "קליינינקע ענינים פונעם שפּראַך-באַנוץ" אַ גוואַלדיקע סימבאָלישע באַדייטונג.

*

און וואו-זשע האַלט מען אין אַמעריקע (און אַנדערשוואו) אין משך פון די לעצטע עטלעכע צענדליקער יאָרן, און ביזן היינטיקן טאָג? ווי האָט עס אַמאָל געזאָגט אַ איד: "מ'האַלט אין מסכת מחלוקת"...

אין משך פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָבן אַלע אידישע צייטונגען, סיי פרומע און סיי פרייע, סיי לינקע און סיי רעכטע, זיך געהאַלטן ביי "איד" און "אידיש" (פון דער לינקער "פרייהייט" און ביזקל דעם סאַטמאַרער "איד"). אין די קרייזן פון וועלטלעכן אידישיזם האָט מען זיך שטרענג געהאַלטן ביי "ייד" און "יידיש" פון אַן ערן מיטן יאָרהונדערט (פריער אין די ערנסטע ליטעראַרישע זשורנאַלן, שפּעטער צו אין די אידישיסטישע שולן). ביים קליינינקן קרייז "שפּראַך-פּוריסטן" אין ניו-יאָרק, האָט מען אָבער ווייטער געפּרעדיקט און מ'פּרעדיקט נאָך היינט, אַז ס'מוז זיין "ייִד" און "ייִדיש" מיטן פּינטל, אַז ניט איז מען אַ כופר בעיקר (איז אַזאָכנוויי צו אַזעלכע עיקרים...). אין 1997, דאָס הייסט ממש אין די סאַמע לעצטע יאָרן פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, דאָ ניט לאַנג, איז אויך די לעצטע לעבן-געבליבענע סעקולערע אידישע צייטונג אין אַמעריקע אַריבער דערויף, ווען "די קאָמיסיע דורכצופירן דעם איינהייטלעכן ייִדישן אויסלייג" האָט מיט 'דעם תנאי דערלאַנגט אַ שיינע מטבע, און אין דער צייט ווען מ'האָט שוין געמוזט אויסזוכן שרייבער און רעדאַקטאָרן דער עיקר פון צווישן די געוועזענע מיטאַַבעטער פון אהרן ווערגעליסעס זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". ווי זאָגט זיך אַן אַלט אידיש ווערטל: מ'ווייס קיינמאָל ניט, וואו אַ דריידל וועט שטיין בלייבן.

*

דער גאַנצער אידיש-ריידנדיקער חרדישער עולם — די איינציקע סביבה וואו אידיש לעבט ווי אַ נאָרמאַלע גערעדטע שפּראַך אין דער היים און אויף דער גאַס — בלייבט ביי "איד" און "אידיש", וואָס זיינען ג ע ו ו אָ ר ן סימבאָלן פון טראַדיציאָנלער אידישקייט, ניט קוקנדיק וואָס מיט הונדערט יאָר צוריק, זיינען דיאָ שרייבונגען אויף דער ברייטער וועלט אָנגעקומען ווי סימבאָלן פון די ראַדיקאַלע, סעקולערע באַוועגונגען, און זיינען לכתחילה ניחא געווען נאָר ביי ליטוואַקעס. דער וועלטלעכער עולם וואָס שטודירט די אידישע ליטעראַטור בלייבט ביי "ייד" און "יידיש", און ביי אַ גאַנצער ריי לערער פון אידיש, דער עיקר אין אַמעריקע, איז עס פּרינציפּיעל נאָר און בלויז: "ייִד" און "ייִדיש".

ווען ניט ווען זיינען פאַראַן דורכרייסן, למשל אינעם ספרל "השפה הקדושה יידיש" פון הרב דוד קאהן (אַרויס אין ברוקלין, תשס"ד \ 2004). וואָס אַן אמת איז דאָס אַ בוך אויף לשון-קודש ו ו ע ג ן אידיש. און פאַר דער מלחמה אין פּוילן האָט דער טראַדיציאָנעל-פרומער גאונותדיקער פאָרשער פון אידיש, שלמה בירנבוים (1891 — 1989) אַריינגעפירט די צוויי-יודן אין אַ ספּעציעלן "פּויליש-פרומען" אויסלייג וואָס איז געווען ביזן חורבן איינגעפירט אין די "בית-יעקב" שולן.

אין אַלגעמיין, אָבער, איז דער גורל פון "ייד" (צי "ייִד" מיט אַ פּינטל) און "יידיש" (צי "ייִדיש" מיט אַ פּינטל) געקניפּט און געבונדן מיטן גורל פון דער וועלטלעכער אידישיסטישער באַוועגונג. ווי אַ מאַסן-באַוועגונג איז זי אונטערגעגאַנגען פּשוט צוליבן דוחק אין אינגערע כוחות דאַמאָלסט אַז דער עלטערער דור האָט גענומען פאַרשוואונדן ווערן. די-אָ שרייבונגען לעבן אָבער ווייטער ביי די קליינע קרייזן פאָרשער, קענער און לערער פון אידיש, דער עיקר אין די סביבות פון קורסן פון אידיש אין די אוניווערסיטעטן. זיי לעבן אין אַ גאַנצער ריי אַקאַדעמישע פּובליקאַציעס. זיי לעבן אויך ביי דעם קליינעם און חשובן קרייז טוער און אַקטיוויסטן געבאָרענע נאָך דער מלחמה אין אַמעריקע. דאָס זיינען זעלטן איבערגעגעבענע און הויך-געבילדעטע מענטשן וואָס טוען אויף בפירוש אַ סך. טייל רעדן און שרייבן אָבער אויף אַ מוראדיק געקינצלטן אידיש, און דער סימבן מובהק איז, וואָס מ'האַלט זיך ניט פאַר "אידישע שרייבער" (צי "יידישע שרייבער"), נאָר פאַר "ייִדיש-שרייבערס". אָט דער לעצטער טערמין, וואָס גרילצט אין די אויערן פון אידיש ריידנדיקן עולם, איז געוואָרן אַ טרויעריקער סימבאָל פאַר דעם, ווי ווייט ס'איז דערגאַנגען, און וואָס ס'איז געבליבן פון אַן אויסערגעוויינלעכער וועלט-ליטעראַטור אין דער סעקולערער סביבה.

*

אַ פראַגע אויף להבא: צי וועט דער (טראַגישער) אונטערגאַנג פון דעם וועלטלעך-סעקולערן אידיש-סעקטאָר אַלס מאַסן-באַוועגונג (און זי איז בפירוש געווען אַ מאַסן-באַוועגונג, לאָמיר דאָס ניט פאַרגעסן), מיט דער צייט אומדירעקט "כשרן" די שרייבונגען מיט צוויי-יודן ביים היימישן, חרדישן עולם, וואו עס וואַקסן אויסעט מיט אימפּעט נייע דורות אידיש-ריידנדיקע אידן? אָדער פאַרקערט, די צוויי-יודן וועלן ווערן אַ סימבאָל פון אונטערגעגאַנגענעם גערעדטן אידיש ביי די סעקולערע (און פאַרשטייט זיך בלייבן אינעם באַנוץ פון פּראָפעסאָרן, לערער, קלובן וכו'), בעת ווען דער אלף נעמט אויפשווימען אַלס מעכטיקער סימבאָל פון אידיש-ריידנדיקן חרדישן אידנטום?

ביי היינטיקן טאָג, איז די אידישע שפּראַך אַ לעבעדיק, שפּרודלדיק לשון וואָס ווערט גערעדט אין אמתע אידישע קהילות, מיט גאַסן, חדרים, שולעס, ישיבות, און אַלמערשטן אין דער היים, נאָר און בלויז ביי חרדים און דער עיקר — חסידים. ביי אָטאָ די היימישיע אידן, איז די שפּראַך ניט קיין אָפּגעזונדערטע "באַוועגונג" נאָר פּשוט אַ קאָמפּאָנענט פונעם המשך פונעם אידישן לעבן גענומען גאַנצערהייט. ניט אין סאַטמאַר און ניט איז בעלז "שטערט דאָס" וואָס די שרייבונגען "איד" און "אידיש" זיינען אויפגעקומען דורך ליטוואַקעס און פאַרשפּרייט געוואָרן דורך ראַדיקאַלן און סאָציאַליסטן!

די סימבאָלאָגיע, וואָס פאָרשט דעם מקור און לכתחילהדיקן באַדייט פון אַוועלכן ניט איז חידוש, פאָרשט אויך אויס די גילגולים וואָס קומען אויפעט, און דערין, גראַדע אין דער "תולדה", איז צום געפינען דאָס וואָס איז אַמערסטנס אינטערעסאַנט.

*

ריידנדיק דורכן טעלעפאָן מיט אַ ניו-יאָרקער לערער פון אידיש אַנומלטן, האָט מיר יענער אַ זאָג געטאָן, אַז ער וועט ניט נעמען אין האַנט אַריין דעם "אַלגעמיינעם זשורנאַל" ווייל "זיי שרייבן אידיש מיט אַן אלף".

ס'האָט זיך אים געוואָלט אַ זאָג טאָן, אַז דער הויפּט-שאַפער פון יענעם גענויען "ייוואָ-אויסלייג", וואָס איז ביי אים אַזוי הייליק, דער גרויסער פילאָלאָג מאַקס וויינרייך, האָט אַלע זיינע יאָרן געשריבן פאַר די אידישע צייטונגען וואו ס'איז "אידיש מיט אַן אלף". אים וואָלט אין לעבן ניט איינפאַלן לייענען אָדער ניט לייענען אַ בלאַט אויף אָטאָ ד ע ם סמך.

ס'האָט זיך דעם לערער געוואָלט זאָגן, אַז אַלע חובבי אידיש דאַרפן זיין אין זיבעטן הימל וואָס די אידישע שפּראַך שפּרודלט און וואַקסט ביים טראַדיציאָנעל-פרומען עולם, און אַז ס'איז גאָר זיין חוב אַלס לערער צו באַקענען זיינע סטודענטן מיטן אמתן גערעדטן אידיש פון אונדזער צייט.

און אחרון אחרון: ס'האָט זיך אים געוואָלט זאָגן, אַז דאָס איז סתם אַ שטות, אַ סימן פון זעלבסט-באַגרענעצונג, אומטאָלעראַנץ און קליינשטעטלדיקייט, נאָכמער ווען ער און זיינע חברה שרייבן כסדר בריוולעך דורכן אינערנעט אויפן "אי-מעיל", נוצנדיק אידיש מיט לאַטיינישע אותיות. אָדאָס איז כשר וישר, בשען ווען, קאַפּויער אַ וועלט, אידיש מיט אַן אלף איז אים טרייף-פּסול. מיט אַזעלכע השגות, איז אַזאָכנויי צום לימוד פון אידיש ביי היינטיקן טאָג.

כ'האָב זיך פונדעסטוועגן איינגעהאַלטן, און אים געענפטערט מיט צוויי קורצע אידישע ווערטער, וואָס דער ערשטער פון זיי הייבט זיך גראַדע אָנעט (לכל הדעות), מיט אַן אלף:

"איז נישט..."
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

א הערצליכן דאנק דיר זיידעניו טייערער!
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

זייער א באלערנדער ארטיקל, וועלכער שטעלט אביסל אין פלאץ די היינטיגע אזויגערופענע "יידישע טאטעס". דער תירוץ אויף זיין פראגע איז: אז ווי ס'שיינט וועלן מיר, די פאן טרעגער פון "אידישקייט", ווארשיינדלעך פארבלייבן מיטן "היימישן-אידיש", בעת דער "היימישער-יידיש" וועט קומען לקבורה נעבן זייער "יידישקייט" . לויט ווי דער שרייבער דערציילט אונז, האלט שוין דער מצב אטא דארט אט אט.

יידישיסט, נאכן לערנען די פרקי הגלגולים און זייער תמצית, וואלט איר זיך שוין געדארפט טוישן דעם ניק צו "אידישיסט". (ניט ח"ו צי "יודישיסט"). :?

יישר כח אייך פארן מיך צופירן צו דעם ארטיקל.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

ליפשיץ גלייב מיר נאכן ליינען דעם ארטיקל האבן מיך באנומען חרטה-געפילן איבער מיין נאמען.
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

איך האף אבער אז איר האט גענומען מיינע ווערטער מיטן זעלבן ציל אויף וועלכן זיי זענען געשריבן געווארן, נעמליך, בלויז אלס 'וויץ אויס'. ח"ו דאס נעמען ערנסט. אלנספאל, עס איז א פרייד אייער לעצטע תגובה, פשוט אלס דעם אויס ווייל עס צייגט אז מיר האנדלען דא מיט גאר גאר א "היימישן איד".
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

געערטער יידישיסט און חשוב'ער זיידעניו,

חמרא למריה וטיבותיה לשקייה, א הארציגען דאנק פאר די גאר אינהאלטסרייכע ארטיקל און פאר איר כשר'ן איז זי זאל ראוי זיין להעלותו על שולחן מלכים.

חוץ די היסטאריע פון 'יידישיזם, יודישיזם און אידישיזם' האבן מיר גענאשט גאר אינטערעסאנטע פונקטן און ידיעה'ליך, נאר צו נאמינירן עטליכע;

1.
פאַראַן אויך אַ מיינונג, אַז אין אַזאַ פרומער, טראַדיציאָנאַליסטישער ציוויליזאַציע ווי עס איז די אשכנזישע, האָט מען זיך געקווענקלט אָנווענדן צוויי-יודן אָנהייב וואָרט ווייל ס'איז אויך איינער פון די באַצייכענונגען פאַרן אייבערשטן, בפרט אין סידורים און מחזורים אַלס וואָרט פאַר-זיך, בשעת ווען אינמיטן וואָרט האָט עס ניט געשטערט (אינמיטן וואָרט טרעפט זיך אַ סך מאָל צוויי-יודן אין לשון הגמרא — דייקא, קיימא לן, תרוייהו, וכו').


איך האב מיט א צייט צוריק געקלערט אז עס קען גאר זיין אז דאס איז געווען/איז די סיבה פון 'פאר-יידישן' דעם 'איד' טאקע אויסצורייסן די ווירדע פון די צוויי יו"ד'ן, דאס איז א להיפכ'דיגע מיינונג פון דעם שרייבער אבער איך האב הנאה געהאט אז איך האב געפונען גרונד צו מיין טעאריע.

2. דאס באקאנטע אויסשפראך 'אך-און-וויי' טרעף איך דא געשריבען 'אַזאָכנויי', יידישיסט, איך ווארט פון אייך ביים 'אידישען ווארט פון טאג אשכול' אן ערקלערונג אויף דעם טערמין, לכשתפנה ידידי.

3. אין די סעריע פון 'איד, אידיש' דערמאנט דער שרייבער 'אינגל, אינגער', איז 'איצט/יעצט' אויך פון די סעריע? בכלל, איז פארהאן נאך ווערטער פון אטא די סעריע?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די ווארט "אדאכנווי" איז א פארקירצונג [ליין פארקרעטשמערונג] פון "אז אך און וויי."
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

מיללער פרעגט:
אין די סעריע פון 'איד, אידיש' דערמאנט דער שרייבער 'אינגל, אינגער', איז 'איצט/יעצט' אויך פון די סעריע? בכלל, איז פארהאן נאך ווערטער פון אטא די סעריע?


איצט/יעצט איז אוודאי אויך פון דער סעריע, איך האב דערוועגן געשריבן אין דעם אשכול איבער שטומען/שטימען:

דער ויכוח איז רעלעוואנט ביי פיל ווערטער ווי: יעצט/איצט, אינג/יונג, אינגל/יונגל, איד/יוד (ייד), אידיש/יידיש, עס איז למעשה קלאר אז עס איז אריגינעל ריכטיגער צו שריבן מיט א י' ביי די אלע ווערטער אזוי-ווי עס איז מיט א י' (דאס הייסט מיט א J) אריגינעל אין דייטש, און אזוי זאגן מיר דאס אויך ארויס מיט'ן מויל. דער מקור צו דעם חילוף איז ווארשיינליך פון מזרח-אייראפעאישע אידן וואס האבן ארויסגעזאגט די ווערטער מיט אן א', און מיר קענען עס טאקע נאך הערן ביז היינט. שוין נישט איינמאל האט אן אלטער פרייער - נאך "פונדערהיים" - אפגעשטעלט מיך אדער מיין ברודער אין ארץ-ישראל מיט פארוואונדערטע בליקן צו אונזער שפראך זאגנדיג "אידיש?" (מיט א שטארקן א'), "אידיש אין ארץ הקודש"? (אין די בראשית-יארן פון דער מדינה איז געווען אפיציעל-באשטימטע געזעצן קעגן דעם יידיש, ווי צ.ב. עס האט נישט געטארט אפגעשפילט ווערן טעאטער-שפילן אויף יידיש, און אפילו דזשיגאן האט זיך געמוטשעט אין אנפאנג מיט די ראסיסטישע געזעצן ביז ער האט באקומען ערלויבעניש צו רעדן אויף יידיש אויב ער וועט עפעס זאגן אויף העברעאיש אויך. די פאליציי - אליין יידיש-רענדע פון דער היים - פלעגן אריינגיין אין טעאטער און זיך פאסמאקעוועט מיט די אנגענעמע פארשטעלונגען אדער פראגראמען אויף יידיש, און הערשט ווען עס האט זיך געענדיגט האבן זיי אפגעשריבן א באריכט קעגן דעם. אינמיטן האבן זיי דאס נישט געוואלט צושטערן..)

ביי די מזרח-אייראפעאישע אידן הערן מיר אויך זאגן "איצט", "אינגל", א.א.וו. עס וואלט אבער געווען א פראגע צו מ'זאל צוליב דעם שוין קענען טוישן די שריפט און אנהייבן שרייבן "איד" נאר ווייל דער י' איז "פארהארטעוועט" געווארן אין זייער אקצענט. אויב מען זאל צוליב דעם טוישן די שריפט דאן קענען די איזראעלישע אידן אנהייבן צו ערזעצן כמעט יעדן י' מיט אן א' (אישראל, איצחק,) אזוי-ווי עס זאגט זיך ביי זיי (דער ה' מיט'ן י' זענען כמעט גענצליך פארהארטעוועט געווארן אין ארץ-ישראל און זיי הערן זיך ביידע ווי אן א'). נאר וואס דען? פארהאן וואס טענה'ן אז יידיש איז מער בויגזאם און די שריפט גיט זיך געווענליך אונטער דעם קלאנג, פריער אדער שפעטער. דערפאר, אויב מען זאגט שוין "אידיש" זאל טאקע זיין געשריבן אזוי אויך.

דאס איז אבער ריכטיג מיט זיי, וואס טוט זיך מיט אונז? מיר זאגן דאך נישט די ווערטער מיט אן א'? איז אוודאי ווען עס וואלט נישט געווען אין ערגעץ ווי מ'זאל שרייבן אויף יידיש מיט א י', און מען וואלט די אלע ווערטער געשריבן מיט א אן א' וואלט מען נאך געקענט אננעמען אז עס איז נישט ריכטיג צו טוישן די אנגענומענע שריפט. דער אמת איז אבער אז עס איז ווייט נישט אזוי, נאר פארקערט גאר: רוב יידיש-רעדנדע האבן געשריבן מיט א י' - אזויווי עס האט זיך ביי זיי געזאגט - און נאר דארט ווי עס האט זיך געהערט ווי אן א' האט מען דאס אזוי געשריבן. למעשה, פון דעם אז מיר שרייבן אזוי ווייזט זיך אויס אז איך בין נישט הונדערט פראצענט גערעכט, נאר עס איז מעגליך אז אויך געוויסע אנדערע אקצענט-באנוצער וואס זענען מיט יענע אידן געקומען אין בארירונג האבן אזוי געשריבן, אבער טאקע אויף דעם איז מיין טענה.

ווען מיר וואלטן כאטש אלעמאל אזוי געשריבן, נו, וואלט מען דאס געקענט אראפשלינגען, דא איז אבער נישט אזוי דער פאקט, דען מיר שרייבן "יעצט" און נישט "איצט", מיר שרייבן "יונג" און נישט "אינג" (אפשר אין דעם וועט זיין א ויכוח). יעצט פארוואס זאל מען שרייבן "אינגל" אדער "אידן" ? נישט מיר זאגן עס אזוי, און נישט מיר שרייבן אנדערע ווערטער אזוי, און לויט אנדערע יידישע שריפטן פעלט דאס אינגאנצן נישט אויס, איז פארוואס זיך משוגע מאכן?


דא איז לכאורה שוין נישטא קיין חידושים נאכדעם וואס מיר האבן שוין געזען דעם ארטיקל פון דעם שרייבער אינעם אלגעמיינער. מיין גאנצע טענה דא וועגן אפלאזן דעם א' איז געווען צוליב דעם וואס עס שטימט נישט מיט אונזער קלאנג ביים רעדן, און עס איז נישט מער ווי א ביין אין האלז (אין פעדער). דאס האב איך אבער געזאגט נישט וויסנדיג אז די שריפט איז געווארן א סימבאל פון א קריגעריי צווישן די צוויי אידערלאגיעס, נאך דעם ארטיקל פונעם אלגעמיינער קען מען אפשר דערין דעבאטירן. איך וואלט אבער נאך דאך געזאגט אז פונקט ווי מען האט איבערגענומען "איד" פון אמאליגע "אידישיסטן" איז נישט קיין פעלער היינט צוריקצוגיין צו דער אריגינעלער שריפט און שרייבן די אלע ווערטער מיט א "י". אזוי איז פשוט גלייכער סיי פון א פאנעטישן שטאנדפונקט, און סיי פון א ליטערארישן שטאנדפונקט (דען דער גאנצער "א" איז אויפגעקומען כדי נאכצוקומען דעם פאנעטישן פארלאנג, פארקוקנדיג אויף דעם אריגינעלן וועג פון שרייבן וואס איז ריכטיגער).

2. דאס באקאנטע אויסשפראך 'אך-און-וויי' טרעף איך דא געשריבען 'אַזאָכנויי', יידישיסט, איך ווארט פון אייך ביים 'אידישען ווארט פון טאג אשכול' אן ערקלערונג אויף דעם טערמין, לכשתפנה ידידי.


נישט נאר דאס, נאר פארהאן דא צענדליגע ווערטער וואס קענען טרעפן זייער פלאץ אין יענעם אשכול. וואס איז דאס ווארט "אנומלט" וואס ער נוצט צום סוף פונעם ארטיקל? דאס ווארט ווערט רעגלמעסיג גענוצט ביי די סלאווישע אידן און ביי אונז האט מען אזא ווארט קיינמאל נישט געזען. ווי אויך איז פארהאן דא נאך צענדליגער ווערטער וואס קומט אונז אויס זייער אומפארשטענדליך, כאטש עס ווילט זיך אונז שטארק דערגרונטעווען זייער פשט כדי זיך צו קענען אידענטיפיצירן מיט די אלע זיסע ווערטער. אך, וואס א רייכע שפראך איז יידיש און מיר האבן דאס ניטאמאל געוואוסט. צו האט עס בכלל א גרעניץ?
yankl36

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankl36 »

דאָ איז אַן אינטערעסאַנטע אַרטיקל פון דעם אידישן פאָרװערטס װעגן דעם שלעכטן מצב פון טוריזם אין ישראל הײנט צו טאָג



שווערע טעג פֿאַר ישׂראלדיקן טוריזם
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)


ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


די עזה-מלחמה האָט זייער ברייטע אימפּליקאַציעס אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון ישׂראלדיקן לעבן, אַרײַנגערעכנט, פֿאַרשטייט זיך, די עקאָנאָמישע אַספּעקטן. אַ שטייגער, ס'איז אַן ערנסטער קלאַפּ פֿאַר טוריזם, וואָס גיט פּרנסה פֿאַר צענדליקער טויזנטער ישׂראלים און איז אַ וויכטיקער קוואַל פֿאַרן בודזשעט. מע דאַרף ניט זײַן זייער באַהאַוונט אין עקאָנאָמיע און פּאָליטיק, כּדי פֿאָרויסזען אַ ממשותדיקן באַרג-אַראָפּ אין דעם דאָזיקן סעקטאָר. איך האָב לעצטנס געלייענט אַן אינטערוויו מיט איינעם פֿון די ראָטשילדס, וואָס וווינט אין ישׂראל און באַשעפֿטיקט זיך מיט טוריזם. לויט זײַן מיינונג, וועט דער טוריסטישער סעקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע פֿאַרלירן אַ פֿערטל פֿון רווח.

אַפֿילו איצט שטייען ליידיק האָטעלן אין דרום פֿונעם לאַנד, כאָטש אין די צפֿונדיקע געגנטן בלײַבן איצט בערך 35 טויזנט אויסלענדישע באַזוכער. אין אייניקע ערטער פֿאַרלירן שוין די מענטשן אַרבעט אָדער מע פֿירט זיי אַריבער אויף אַ קירצערער וואָך. לויט דער אינפֿאָרמאַציע פֿון די האָטעלן, אַנולירט מען בײַ זיי רעזערוואַציעס אַפֿילו אויף פּסח און זומער-חדשים.

ס'איז באַוווּסט, אַ שטייגער, אַז אין די ערשטע צוויי וואָכן פֿון יאַנואַר האָבן 40 פּראָצענט רוסישע טוריסטן אַנולירט זייערע רײַזעס קיין ישׂראל, זעלטענער באַווײַזן זיך רוסישע עראָפּלאַנען אין די עראָפּאָרטן פֿון ישׂראל. זינט דעם 21סטן יאַנואַר האָבן אויפֿגעהערט צו פֿליִען קיין ישׂראל עראָפּלאַנען פֿון דער רוסישער קאָמפּאַניע "אוראַלסקיִע אַוויאַליניע". זיי האָפֿן צו באַנײַען זייער אַקטיווקייט אין דער ריכטונג אין מאַרץ צי שפּעטער.

הגם פֿאַרבונדן איז עס דער עיקר מיט דער מלחמה, האָט עפּעס אַ נעגאַטיווע השפּעה געהאַט אויך די אויטאָבוס-אַוואַריע סוף יאָר, ווען עס זײַנען ניט ווײַט פֿון אילתּ אומגעקומען 24 רוסישע געסט, ס'רובֿ פֿון זיי זײַנען געווען פֿאָרשטייער פֿון פּעטערבורגער טוריסטישע פֿירמעס, וועלכע האָבן געדאַרפֿט שפּעטער רעקלאַמירן בײַ זיך אין לאַנד די ישׂראלדיקע קורערטער. דער אַלגעמיינער עקאָנאָמישער קריזיס מאַכט אויך שיטערער דעם שטראָם פֿון רוסלאַנד און אַנדערע לענדער. שאול צמח, דער גענעראַל-דירעקטאָר פֿון ישׂראלדיקן טוריזם-מיניסטעריום, האָט געוואָרנט נאָך סוף אָקטאָבער 2008, אַז דער קריזיס וועט זיך אָפּרופֿן אין זײַן סעקטאָר. כאַראַקטעריש, אַז אין ירדן פּראָגנאָזירן אַנאַליטיקער אַ גרויסן באַרג-אַראָפּ פֿאַרן טוריסטישן סעקטאָר, בפֿרט נאָך אַז ניט ווייניק אויסלענדער פֿלעגן קומען אויף קאָמבינירטע, ישׂראל-ירדנישע, טורן.

דאָס איז באַזונדערס פֿאַרדריסלעך נאָך דעם רעקאָרד אין 2008, ווען די צאָל אויסלענדישע טוריסטן איז געווען אויף אַ דריטל העכער ווי אין 2007 און האָט זיך אויסגעטיילט ווי, בכלל, די גרעסטע אין דער 60־יאָריקער געשיכטע פֿון מדינת-ישׂראל. אַריבער 3 מיליאָן נפֿשות האָבן באַזוכט ישׂראל צוליב רעליגיעזע (דער עיקר ייִדישע צי קריסטלעכע) און משפּחהדיקע אינטערעסן אָדער סתּם כּדי פֿאַרברענגען אַ צײַט אונטער אַ הייסער זון און בײַ אַ וואַרעמען ים, ווי אויך אַ קוק טאָן אויף אוניקאַלע היסטאָרישע ערטער. בסך-הכּל האָט די ישׂראלדיקע עקאָנאָמיע באַקומען פֿאַר אַ יאָרן פֿון טוריזם 5 ביליאָן דאָלאַר און 4 טויזנט נײַע אַרבעט-שטעלעס. די רעלאַטיווע רויִקייט אין דעם רעגיאָן האָט געבראַכט אַן אויסערגעוויינטלעך גוטע טוריסטישע גערעטעניש אויך אין דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע (1.5 מיליאָן אויסלענדישע באַזוכער), ירדן (2.5 מיליאָן) און מצרים (13 מיליאָן).

יעדער פֿינפֿטער צווישן די טוריסטן, וואָס זײַנען אָנגעקומען קיין ישׂראל אין 2008, איז געווען אַן אַמעריקאַנער. דאָס צווייטע אָרט האָבן פֿאַרנומען רוסישע טוריסטן (12 פּראָצענט), וועלכע זינט האַרבסט 2008 נייטיקן זיך ניט מער אין קיין וויזעס. אַ היפּשן בײַטראָג האָבן געהאַט די אויסלענדישע געסט פֿון פֿראַנקרײַך (9 פּראָצענט), גרויס-בריטאַניע (6 פּראָצענט) און פּוילן (5 פּראָצענט). אַ קלענערע, דאָך קענטיקע, ראָלע האָבן געשפּילט טוריסטן פֿון אוקראַיִנע, דײַטשלאַנד, קאַנאַדע און שפּאַניע. יעדער פֿערטער אָנגעקומענער איז געווען אַ ייִד, 66 פּראָצענט — קריסטלעכע. אַ ביסל ווייניקער פֿון 60 פּראָצענט אָנגעקומענע האָבן צום ערשטן מאָל באַזוכט דאָס לאַנד.

אין דעם יערלעכן באַריכט פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן טוריסטישן פֿאָרום, האָט ישׂראל פֿאַרנומען אין יאָר 2008 דאָס 35סטע אָרט. גלײַכצײַטיק איז עס דאָס ערשטע אָרט צווישן די לענדער פֿון מיטל-מיזרח און צפֿון-אַפֿריקע. די עקספּערטן האָבן גאַנץ הויך אָפּגעשאַצט די קאַדרען, ווי אויך די אינפֿראַסטרוקטור און עקאָלאָגיע. ס'איז אונטערגעשטראָכן געוואָרן, אַז דאָס לאַנד האָט אַן אויסגעצייכנטע סיסטעם פֿון מעדיצין. אָבער די פּראָבלעמען פֿון טעראָריזם האָבן ניט געגעבן ישׂראל קיין העכער אָרט אין דער וועלט-קלאַסיפֿיקאַציע.

אין ישׂראל אַרבעטן איצט 334 האָטעלן מיט 45,000 צימערן, בערך אַ דריטל פֿון די האָטעלן און אַ העלפֿט פֿון די צימערן געפֿינען זיך אין ירושלים און אילתּ. ווער וועט אין זיי וווינען אין משך פֿון יאָר 2009? קיין ענטפֿער אויף אָט דער פֿראַגע האָט דערווײַל קיינער ניט. אָבער ס'איז קלאָר, אַז פֿאַרן טוריסטישן סעקטאָר וועט זײַן ניט גרינג איבערצולעבן די קאָמפּליצירטע צײַט. ס'איז אַ סך גרינגער צו פֿאַרלירן קונים איידער זיי דערנאָך ווידער צוציִען.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

א דאנק אייך פאר'ן אראפברענגען דעם אינטערסאנטן מאמר וואס באהאנדלט די מקור פון אויסלייג פון דער ווארט "איד".
איך האב דרך-אגב שטארק הנאה געהאט פון דעם פאלגענדער זאץ:
שיער ניט אַלע עקספּערטן איבער דער געשיכטע פון דער אידישער שפּראַך זיינען מסכים (דערויף דאַרף מען גלייך אויף אַן אָרט מאַכן אַ שהחיינו, ווייל ס'טרעפט ניט זייער אָפט, אַז מ'איז בכלל וועגן עפּעס מסכים)

ווי עס לויטעט די ווערטעל: צוויי אידן, צען דיעות.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

פארוואס בין איך פאר הילערי קלינטאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

געשריבן דורך הרב יואל אשר לאבין, צו אידישער ווינקל.

פארוואס האב איך זיך יעצט צום ערשטן מאל רעגיסטרירט צו שטימען
די פאריגע וואך האב איך ענדליך געענדיגט דעם פראצעדור פון נעמען אנטייל אין די דעמאקראטישע שפיל. איך בין א דריטער דור חורבן איבערלעבער, דורי דורות אייניקל פון אידן וואס האבן געציטערט אימת מוות פונעם דיקטאטור, און והנה און נון, איך בין גאר דער וואס גייט זיין א טייל פון דעם פאלק און ערוועלן דעם פריץ. א קלייניגקייט, א קינד פונעם גערודפט פאלק וואס איז אצינד א ממליך מלוכה דורך שטימען פאר די פירערשאפט. 

אודה ולא אבוש, נער הייתי וגם זקנתי, איך בין געווען יונג און איך בין שוין נישט, און איך האב קיינמאל נישט גענומען די מיה צו זיך רעגיסטרירן צו שטימען. איך האב קאמפיינט פאר קאנדידאטן און איך האב געארבעט אויף קאמפיינס, אבער איך האב קיינמאל נישט געשטימט. 

מיינע אויסריידן זענען אייביג געווען אז אין ניו יארק בין איך בטל ברבוא, און עס מאכט נישט אויס מיין שטימע, איך בין נישט געווען גענוג באהאווענט איבער די אישוס און די קאנדידאטן, און נישט געוואוסט ווען א קאנדידאט איז א סכנה און ווען עס איז בלויז ענגע קהלישע אינטערעסן. 

אבער יעצט, האלטנדיג א בליק איבער די פרעזידענטליכע וואלן, האט אנגעהויבן מיין נפש נודזשען אין מיר, דער זעלבער וועלכער קיצלט מיר ווען איך זעה אומרעכט און סכנה, צו שרייען. דער זעלבער וועלכער טרייבט מיין מאראלישע איבערצייגונג, אז עס איז צייט צו טון עפעס, זיך רעגיסטרירן און מאכן זיכער אז איך האב נישט געלעבט אין אמעריקע ווען עס האט געמאכט א חילוק, ווען מען האט געקענט אפהאלטן א קוריאזן מעגלאמאניאק פון בענקל, און זיך אפגעהאלטן פון נעמען א שטעלונג. 

איך האב אויך א קלארע פראנט רייע בליק וויאזוי די סיסטעם איז "ריגגד". איך זעה וויאזוי רשעות און אומרעכט פייערט אומגעשטערט אין די וועלטס גרעסטע דעמאקראטיע'ס יוסטיץ סיסטעם. איך ווייס ווי אין די גאלדענע מדינה זיצן מיליאנען צובראכענע מענטשן אין טורמע ווייט מער וויפיל עס קומט זיך זיי, און אן מעגליכקייט צו אויפווייזן אומשולד אדער שטעלן די חטא אין פראפארציע. איך ווייס ווי שלעכט, קארופטירט און פיינטליך די מידיא קען זיין. די מידיא פארמאגט נישט קיין גאט אין הארץ, מען ברענגט אראפ מענטשן ביז דער ערד, אוון מען שלעפט קרבנות צום אויטאדאפע, פאר א צווייפלהאפטיגע רעפארט. ווי ראסיזם און אויבערפלעכליכקייט שפאנען האנט ביי האנט און משפטן אנדערע לויט זייער אייגענע שמאלע בליק.  

איך זעה ווי צערודערט די סיסטעם איז אקעגן די  מיטל קלאס, אן ארץ אוכלת יושביה וואס האלט ביים לעבן אירע ארימע, אבער שטופט צו טויט אירע מעסיגע פארדינער, שענקט פרייהייט און מאכט צו די געשוואלן רייכע און עסט אויף די ראשית הגז פונעם שמלת הרש.  
איך ווייס אז א טויש איז וויכטיג, און דערפאר האב איך געקוואלן צו זעהן ווי אסאך יונגע וואס נעמען נאכנישט אן עוולות ווי פאקטן און רשעות ווי סטאטוסקווא, גערעכטיגקייט ליבהאבער און געשטיצט אן אלטן גערעכטהייט קעמפער און ארימעלייט פארטיידיגער, א גאר אומגעראכטענער קאנדידאט וואס האט פארקויפט א ברען פון אידעאליזם. 

אבער די אלע עקזיסטירנדע פראבלעמען וואס ברענגען מענטשן צו זוכן טויש און צו שלאגן כפרות מיט די אלטע, קארופטירטע עסטאבלישמענט, איז ווייט נישט גענוג צו גיין צו די פארקערטע עקסטרעם און לאזן טראמפ געווינען. 

בקיצור נמרץ ממש איז דער דאנאלד אן אומבאלאנסירטער, אומקאנטראלירבארער, קוריאזער עגאאיסט; א וואוילגארער אוממאראלישער פויער, געשוואלענער גביר וואס האט נישט קיין געפיל פארן ארימען, און גראבע נפש וואס האט נישט רעספעקט פאר קיין טרער. א ראסיסט וואס קוקט אויף די וועלט פון זיין קליינע שמאלע פיצינקע איבערצייגונג, א קליינליכער מעגלאמאן וואס גלייבט אז אביסל ריעל עסטעיט טאלאנטן מאכט אים פאסיג צו פירן אליין די וועלט אן קיין עצה און צוזאמענארבעט. 

אין א לענגערע ווערסיע איז טראמף איינער וואס קען פארוויקלען אין אמעריקע אין שווערע און קאמפליצירטע מלחמות וואס וועט אפקאסטן מיליאנען לעבנס און הונדערטער אמעריקאנער זעלנער אין בעגס.  

ניין איך האלט נישט אז ער געט סתם זוכן מלחמות פאר שוואוילטאג, אבער איך ווייס אז די מיטל מזרח ברענט שוין פאר צופיל יארן און די פלאץ איז נאך אלץ פיל מיט וואולקאנען אנגעפילט מיט הייסע לאווא וואס קען יעדע רגע אויפשיסן, אין עגיפטן און אין טערקיי, אין פאקיסטאן און אין ליביע, אין לבנון און אין פאלעסטינער. יעדע ריר, יעדע איבעריגע אקציע און פארלוירענע געלעגנהייט קען אריינפירן אמעריקע אין א פרישע לאנג-טערמיניגע מלחמה וואס וועט ווייטער דרייען די ענדלאזע זייגער פון פארלוסטן אויפן מיטל מזרח שלאכטפעלד.  

היסטאריע ווייזט אז די מיטל מזח איז א סענסיטיוו קאמפליצירטע פראנט, עס לויפט שוין צענדליגער יארן די די חד גדיא פון ארויפצווינגען רעגירונגען אויף א ווייטע שבט, אנגעהויבן פון די סיקס-פיקאו דיזעסטער ביז צו די שמוציגע דיעלס מיט אראבישע דעספאטן און מערדערס פאר אביסל שווארץ גאלד. אין אריינגערוקט טעראר, בלוט, מלחמה נאך מלחמה און ענדלאזע קאמפליקאציע. 

א קוריאזער אומסטאבילער מענטש טאר נישט האבן די לעצטע ווארט אין אזא סענסיטיווע צייט און פלאץ. מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז ווען די סי-איי-עי דארף א לעצטע החלטה איבער א גרויסע ריזיקאלישע אקציע, זאל דער גוזר ומקיים זיין אן אומבאלאנסירטער מענטש וואס האט נישט קיין רעספעקט צו לעבן, צו טרערן און צו מאראלן.  

שטעל זיך פאר מען אז קען צוריקדרייען די זייגער צו א מינוט פאר די איראק מלחמה, וויפיל לעבנס וואלטן מיר געקענט אפשוינען ווען דער וואס האט געמאכט די החלטה צו גיין אין מלחמה וואלט נישט געזיצן אין בענקל, און אזוי ארום וואלטן אסאך מיליאנען מענטשן נאך מעגליך געוואוינט אין זייער הויז. פאריגער פרעזידענט בוש איז געווען א מאראלישער מענטש און האט גענומען די החלטה מיט איבערצייגונג און ערנסטקייט. וויפיל ערגער קען זיין א פרעזידענט וואס האט גלאט נישט קיין רעספעקט פאר מענטשליכע לעבנס און וואלט געקענט גורם זיין אזויפיל מער קרבנות. 

איך טראכט פון דאס קינד אין א בעג, די קינדער אונטער ברוכווארג פון מיסיל שיסערייען אין טעראר זאנעס, יא, אויך דער ארכי ליבעראל בוש האט געמאכט זייער אסאך מאל די פיינליכע החלטה צו שיסן, טראץ וואס אומשולדיגע קרבנות גייען פאלן, צו אפרוימען פון וועג עלעמענטן שעדליך צו די נאציאנאלע זיכערהייט. וויפיל גרינגער וועט אזעלכע זאכן מחליט זיין, אן קיין הארץ קלאפעניש, א עגאאיסט אן קיין הארץ? 
** 

אוודאי רעד איך אביסל עקסטרעם, איך קען הערן די טענה, אז ניין, ער גייט נישט זיין אזא שלעכטער פרעזידענט ווי ער זאגט.. ער שפילט א געים, ער איז סאך נארמאלער ווי דעם משוגענער קארטון ער שטעלט אוועק.  

אוודאי, קען זיין אז א טאג נאך די וואלן וועט ער אוועקשטעלן גוטע מענטשן און לאזן אמעריקע זיך פירן לויט לאנגיעריגע רעגירונג פירער און וועט נישט מאכן קיין שום ריזיקאלישע החלטות. 
עס קען זיין. 
אבער קען איינער עס צוזאגן אויף הונדערט פראצענט? 
מיר האבן שוין געהאט צופיל דיקטאטורן וועמען מען האט אנגענומען לייכטזיניג. און זיך איינגערעדט אז אלעס וועט זיין גוט. 

** 

איך בין קיינמאל נישט געווען רעגיסטרירט ווייל די פארטיי שפיל גייט מיר נישט אן. איך ווייס אז גוטס און שלעכטס ווערן קיינמאל נישט צעטיילט אין פארטיי ליניעס. איך ווייס אז אויף די פארענטשעס אין מילטשאוווע זענען דא עמי ארצים גמורים און תלמידי חכמים מופלגים, גענוי ווי אין מילצוב. גוטס און שלעכטס צעטיילן זיך בכלל נישט אין סעקטארן, קרייזן אדער געגענטער.  
און גענוי אזוי איז די וועלט נישט צעטיילט צווישן רעפובליקאנער און דעמאקראטן, די וועלט איז צעטיילט צווישן שלעכטע מענטשן און גוטע מענטשן און אין ביידע פארטייען זענען פארהאן מושחתים, געלטגייציגע, קארופטירטע פאליטישאנס און פוילע, טפשות'דיג, אראגאנטע ביוראקראטן, ווי אויך גוטע נפשות וואס זוכן גערעכטיגקייט און יושר, און זוכן צו מאכן די וועלט בעסער. 
איינער וואס נעמט פארטיי צו ערנסט איז ערגעצוואו מוותר אויפן אמת.  

רעפובליקאנער צו דעמאקראטן, נישט קיין חילוק, אבער טראמפ איז שטאלץ אוממאראליש, אומ'רחמנות'דיג, און אפען מזלזל אין מענטשן, ראסן, לענדער און קרייזן ווי גארנישט, אן סימפאטיע.  
די געווענליכע פאליטישע שפראך, ווי מען טענה'ט זיך אויף סטראטעגיע, מען קריגט זיך איבער די ריכטיגע מאראל, איין זייט זעהט אלס די סאמע וויכטיגסטע זאך אין די וועלט די סכנה און זיכערהייט פון די לאנד, קעגן דעם וואס האט אוניווערסאלער בליק און וועט פארציכטן די אייגענע זיכערהייט ווען די אנדערע זייט איז א ריזיגע וועלט אומגליק.  

פאטריאטיזם אקעגן אוניווארסאליזם איז א לעגיטימטע מאראלישע דילעממא. קאפיטאליזם אקעגן סאציאליזם איז גאר א לעגיטימע וויכוח. יעדער זוכט די ריכטיגע און די גוטסקייט, די שאלה איז וועלכע הויכע ווירדן זענען וויכטיגער. סעקיורעטי קעגן פרייהייט? העלפן די ארימע דורך רייסן פון די מיטל קלאס? שטרענגע יוסטיץ פאר מער זיכערהייט, קעגן מער מענטשן רעכטן אויפן חשבון פון זיכערהייט? רעליגעזע פרייהייט אקעגן זיכערהייט? ליבעראליזם און פרייהייט אקעגן אבסאלוט מאראלן? 
דאס איז די דעמאקראטישע שפיל, דאס איז א גוטע שפיל. אוודאי נישט יעדער מיינט ערנסט, אסאך זענען גלאט צבועים, אבער די שפראך פון די ציל איז גוט. מען טענהט זיך וויאזוי צו מאכן די וועלט בעסער. אין די שפראך ברענגט מען אריין גוטסקייט און א שפראך פון סימפאטיע.  

אבער א פירער אן קיין טראפ סימפאטיע. א פירער וואס וועט זיך נישט צוריקהאלטן פון פארשעמען צובראכענע משפחותפון געפאלענע זעלנער, א פירער וואס וועט פארשעמען אלטע אמעריקאנער העלדן אין א עגאאיסטישע מאמענט. א פירער וואס קען רעדן גלאט און רוהיג איבער פייניגונגען און רדיפות, וואטער באורדינג און בלוטיגע התנהגות קעגן די צד שכנגד, אן קיין הארץ קלאפעניש אן דארפן מסביר זיין אז עס איז נאר א גרויסער בדיעבד און פאר זיכערע טעראריסטן, גארנישט, זאל מען פארשוועמען מיט וואסער דעם שונא! א פירער וואס טראגט צוריק זיין לאנד צו א מיינד-סעט אין וועלכע מען האט צוריקגעפירט מענטשהייט צו די פייניגונג עפאכע? 

** 

די סיסטעם איז ריגגד, די סיסטעם איז שלעכט. אבער איז גוטסקייט אויך שלעכטס? 
ליידן מיר נישט גענוג אין אמעריקע פון ראסיזם און פסל'ען קאמיוניטיס? פון חשדנות און פחד, פון שטחיות'דיגע בליק וואס זאגט אויף א גאנצע שבט אז זיי זענען שלעכט, די פרעמדע זענען שלעכט און רשעות'דיג? צו זענען מיר נישט נעקסט? 
יא, אוודאי, פאליטיקעל קארעקטנעס פאראליזירט אסאך מאל פון זאגן דעם אמת און זיין פראקטיש ,אבער וואס איז מיט קארעקטנעס אליין? איז חוזק מאכן פון איינעם מיט פיזישע באגרעניצונגען קארעקט, נאר בלויז נישט פאליטיש קארעקט? 
די יסוד היסודות פון א פירער דארף זיין איינער וואס קען ארויסגיין פון די אייגענע שמאלע ד' אמות, פון די אייגענע ערפארונג, און זעהן אנדערע מענטשן. דאס וואס מיר אידן רופן אן "מן ההר אל העם". פארשטיין וואס מאכט יענעם טון וואס ער טוט, נישט בלויז זעהן וואס ער טוט? זעהן די שרשים פון די פראבלעם און פרובירן צו מאכן בעסער מיט סימפאטיע און סענסיטיוויטי, און נישט בלויז אויסראטן די פראבלעמען.  
די דירעקטע היפך פון דעם איז דער עגאאיסט וואס זעהט די וועלט פון די קליינע פענסטערל אין זיין עגאאיזם. א עגאאיסט וואס דאס וואס ער איז צוגעוואוינט איז די גרויסע אמעריקע וואס מען דארף צוריקגיין צו. אן אמעריקע אן קיין אימיגראנטן, א ווייסע, רייכע אמעריקע ווי מען נאר אריינלאזן דער ווער עס האט ליב די ווייסע אמערקיאנער דריעם - קאשמאר? 
** 

מארטין נימלער איז געווען א פרעדיגער אין דייטשלאנד, ווען היטלער ימ"ש האט אנגעהייצט נאציאנאליסטישע געפילן אין דייטשלאנד און אנפלאנצן די קערנדלעך פון שנאה און רשעות איבער דייטשלאנד, האט נימלער זיך מיטגעכאפט מיט די ווינט און ליב געהאט די פאטריאטיזם און שטאלץ וואס די רעכטע באוועגונג האט אריינגעברענגט. נימלער האט זיך געגרוילט ווי די קאמוניסטן זענען אזוי פארנומען מיט העלפן די גאנצע וועלט, העלפן די ארבעטער און ארימע, און זיי פארגעסן פון שטאלצירן מיט די אייגענע פאטערלאנד און בויען דאס לאנד. 
אבער נימלער איז נישט געווען אין א גענצליכע מאראלישע קאומא, און ווען ער האט געזעהן אז פון בלויזע פאטריאטיזם קומט עס צו שנאה און שלעכטס, האט ער באגריפן די תהום פון שלעכטס וואס עפענט זיך אין די ערד אונטער אים. ער האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה אין יאר 1937 צו ווארענען איבער די שרעקליכע סכנה פון נאציזם. 
ווי זייער שטייגער צו אגרעסיוו און מיט געוואלד צו דערשטיקן פראטעסטן, האבן די נאציס אים אריינגעשליידערט אין די שרעקליכע לאגערן אין דאכאו און זאקסענהויזן. אט דאן, ווען דער אידעעלאג און אריסטאקראט האט געליטן אין פינסטערע אומשטענדן האט ער אפגעשריבן זיין מייסטער שטיקל פאעזיע, וואס איז וויכטיג צו געדענקען: 
 "איך האב נישט געהויבן מיין שטימע!"
 
אין דייטשלאנד האבן זיי גענומען צו ערשט די קאמוניסטן. 

"איך האב נישט געהויבן מיין שטימע! ווייל איך בין נישט קיין קאמוניסט. 
און דאן האבן זיי גענומען די אידן. 
איך האב נישט געהויבן מיין שטימע! ווייל איך בין נישט קיין איד. 
און דאן האבן זיי גענומען די יוניאן ארבעטער מיטגלידער 
איך האב נישט געהויבן מיין שטימע! ווייל איך בין נישט קיין ארבעטער. 
און דאן האבן זיי גענומען די קאטוילישע 
איך האב נישט געהויבן מיין שטימע! ווייל איך בין נישט קיין קאטאליק. 
און דאן האבן זיי מיר גענומען! 
אבער קיינער האט נישט געהויבן די שטימע, ווייל עס איז שוין קיינער נישט געווען מיט א שטימע!"

***
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

ישר כח פארן צוברענגען דעם אשכול, זייער הנאה געהאט.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”