אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3338
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 12:46 am

הנפש החוטאת היא תמות (בד"וו, יא ס'איז א פסוק - יחזקאל יח ד - נישט א מדרש פליאה אין ישמח משה...)
רוב מענטשן זאגן מיט א פתח אונטער דעם ט', עס קומט מיט א צירי.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 1:00 am

איינער האט דא קאנטאקט מיט הרה"צ מ'לאשאנץ שליט"א?
אז איר ווילט כאפען אַ שמועס מיט אים, קאנט איר דא אנפילען צענדליגער בלעטער אין נא טיים.

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 2:55 am

טאקע בשם הרה"צ מלאשאנץ.
דער עולם זאגט "מגילה נקראת וכו'" מיט א פתח אונטערן רי"ש, אבער ריכטיג איז מיט א צירי.
מיט א פתח הערט זיך עס "מגילה נקרעת", די מגילה ווערט צוריסן. ודו"ק.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 7:29 am

די צווייטע פרק אין סוכה "הישן" קומט מיט א צירי אינטערן שי"ן. מיט א קמץ מיינט עס "די אלטע"

בין ישראל לעמים
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:36 am

אסאך מאל הערט מען זינגערס זינגן או ניגון "אין כמוך באלקים ד' וכו'"
אויב מ'האט אינזינען די טייטש דארף נישט זאגן מיט א קו"ף.

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 9:02 am

ביי סליחות זאגן רוב 'אל תעזבנו ה' אלקינו - אל תרחק ממנו'.
אבער אין תהלים שטייט עס מיט די טראפן:
אַל תַּעַזְבֵנִי ה' - אֱלֹקַי אַל תִּרְחַק מִמֶּנִּי. די אתנחתא איז אונטער ה'.

לאידך, האבן גדולים וטובים קלאר אנדערש געזאגט פון די טעמי המקרא.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 9:27 am

יוראפ האט געשריבן:אסאך צדיקים האבן ספעציעל מדייק געווען נישט ארויסצוזאגן פסוקים פונקטליך ווי ס'שטייט

הגה"ק מהר"י מפשעווארסק האט דערציילט בשם חותנו אויף מרן הק' מצאנז, ביי קריה"ת פ' ויצא ויקח לו יעקב מקל לבנה, האט דער צאנזער רב געזאגט אלע מיני וועגן בניקוד אויף דאס ווארט 'לבנה', לבנה לבינה לבונה, נאר נישט די ריכטיגע...., ומי יבא בסוד קדושים

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 9:30 am

אזוי אויך
"ימלוך ה' לעולם - אלוקיך ציון לדור ודור הללוקה"

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 9:32 am

ידיעות שונות האט געשריבן:תורה חדשה מאתי תצא
אין פסוק (ישעי' נ"א) שטייט 'תורה מאתי תצא', אבער אין די ספה"ק ווערט עס צוגעברענגט "תורה חדשה מאתי תצא", און אזוי איז דער עולם רגיל צו זאגן

עס איז א מדרש רבה
ויקרא רבה פרשת שמיני פרשה יג
אמר רבי אבין בר כהנא אמר הקדוש ברוך הוא תורה חדשה מאתי תצא חדוש תורה מאתי תצא

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3338
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 10:06 am

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:ביי סליחות זאגן רוב 'אל תעזבנו ה' אלקינו - אל תרחק ממנו'.
אבער אין תהלים שטייט עס מיט די טראפן:
אַל תַּעַזְבֵנִי ה' - אֱלֹקַי אַל תִּרְחַק מִמֶּנִּי. די אתנחתא איז אונטער ה'.

לאידך, האבן גדולים וטובים קלאר אנדערש געזאגט פון די טעמי המקרא.

אין תהלים איז אתנחתא נישט דער גרעסטער מפסיק.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 10:34 am

אבער דער צווייטער גרעסטער איז עס יא, אין קיין עולה ויורד (דער גרעסטער) אין דעם פסוק איז נישט פארהאן.

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 10:43 am

דריידל האט געשריבן:בכל עת יהיו בגדיך לבנים - א פסוק אין קהלת. אסאך זאגן לבנים מיט א צירי אינטער די בי"ת אשטאטס א קמץ

וכמו כן תוס' ישנים איז מיט א קמץ,
דרך אגב, עס איז אזוי שיין צו זעהן וואו מען שמועסט איבער דברים שבקדושה נישט אלע נארישקייטען, אביסל מילא אבער קאכען אין פאליטיק אדער שפילערס וכו' האט נישט קיין טעם וריח,

ואלה תולדות השמים והארץ איז די ת רפה, משא"כ ואלה תולדות נח ועוד איז די ת דגוש, עס האט מיט די טראפען ועיי' רשיה"ק את האלקים התהלך נח, (איך בין נישט קלאר אין די רש"י ווייל די פינטעל באלאנגט פאר די פתח)
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 10:58 am

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:ביי סליחות זאגן רוב 'אל תעזבנו ה' אלקינו - אל תרחק ממנו'.
אבער אין תהלים שטייט עס מיט די טראפן:
אַל תַּעַזְבֵנִי ה' - אֱלֹקַי אַל תִּרְחַק מִמֶּנִּי. די אתנחתא איז אונטער ה'.

לאידך, האבן גדולים וטובים קלאר אנדערש געזאגט פון די טעמי המקרא.

ביים פסוק מושיבי עקרת הבית איז דא צוויי פשטים אין די מפרשי נך
און רביה"ק מסאטמאר פלעגט טאקע זאגן מיט אזא אתנחתא תנועה צווישן עקרת און הבית
'ומאתים לנוטרים את פריו'

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 10:59 am

רוב (טאמער נישט אלעס) וואס ווערט דערמאנט אין די אשכול איז שוין אויסגעשמועסט געווארן דא

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 11:04 am

בין ישראל לעמים האט געשריבן:אסאך מאל הערט מען זינגערס זינגן או ניגון "אין כמוך באלקים ד' וכו'"
אויב מ'האט אינזינען די טייטש דארף נישט זאגן מיט א קו"ף.

אגב דאס איז אויך א טעות אז מ׳זינגט דעם ניגון, אין כמוך ״באלקים״ השם.


ווייל די נאמען פון די עבודה זרות און פרעמדיגע געטער זאגט מען דאך יא ארויס די ווארט געהעריג, אין כמוך ״באלהים״ - ס׳איז נישט דא ווי דיר באשעפער ביי די ״אלוהים״ - ביי די אלע אנדערע פרעמדע געטער - ״השם״ ווי דיר איין איינציגסטע גאט ברוך הוא.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 11:33 am

מכף כל הֶעָרִיצִים

האב איך שוין געהערט מענטשן זאגן מכף כל הָעֶרִיצִים
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 12:02 pm

ושמרתם מאד לנפשותיכם
אין סשטייט ונשמרתם

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 2:28 pm

Think and Thank האט געשריבן:תִּזְרַח הַשֶּׁמֶשׁ יֵאָסֵפוּן וְאֶל מְעוֹנֹתָם יִרְבָּצוּן.
פור סאם ריזען זאגן אסאך מענטשן די נ' פון מעונתם מיט א קמץ.

א דאנק פאר'ן אנמערקן.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 2:29 pm

דריידל האט געשריבן:די צווייטע פרק אין סוכה "הישן" קומט מיט א צירי אינטערן שי"ן. מיט א קמץ מיינט עס "די אלטע"

viewtopic.php?p=1554529#p1554529

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 2:47 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
בין ישראל לעמים האט געשריבן:אסאך מאל הערט מען זינגערס זינגן או ניגון "אין כמוך באלקים ד' וכו'"
אויב מ'האט אינזינען די טייטש דארף נישט זאגן מיט א קו"ף.

אגב דאס איז אויך א טעות אז מ׳זינגט דעם ניגון, אין כמוך ״באלקים״ השם.


ווייל די נאמען פון די עבודה זרות און פרעמדיגע געטער זאגט מען דאך יא ארויס די ווארט געהעריג, אין כמוך ״באלהים״ - ס׳איז נישט דא ווי דיר באשעפער ביי די ״אלוהים״ - ביי די אלע אנדערע פרעמדע געטער - ״השם״ ווי דיר איין איינציגסטע גאט ברוך הוא.

די זעלבע איז ביים נאכזאגן די פסוקים "או הנסה אלהים וכו'", און "ומי גוי גדול אשר לו אלהים קרובים אליו".

אבער אויב איך געדענק גוט - כ'האב נישט יעצט נאכגעקוקט - איז דער טייטש פון 'באלהים' (אינעם פסוק "אין כמוך באלהים") נישט 'פרעמדע געטער', נאר 'כחות העליונים'.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 2:49 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
בין ישראל לעמים האט געשריבן:אסאך מאל הערט מען זינגערס זינגן או ניגון "אין כמוך באלקים ד' וכו'"
אויב מ'האט אינזינען די טייטש דארף נישט זאגן מיט א קו"ף.

אגב דאס איז אויך א טעות אז מ׳זינגט דעם ניגון, אין כמוך ״באלקים״ השם.


ווייל די נאמען פון די עבודה זרות און פרעמדיגע געטער זאגט מען דאך יא ארויס די ווארט געהעריג, אין כמוך ״באלהים״ - ס׳איז נישט דא ווי דיר באשעפער ביי די ״אלוהים״ - ביי די אלע אנדערע פרעמדע געטער - ״השם״ ווי דיר איין איינציגסטע גאט ברוך הוא.

די זעלבע איז ביים נאכזאגן די פסוקים "או הנסה אלהים וכו'", און "ומי גוי גדול אשר לו אלהים קרובים אליו".

אבער אויב איך געדענק גוט - כ'האב נישט יעצט נאכגעקוקט - איז דער טייטש פון 'באלהים' (אינעם פסוק "אין כמוך באלהים") נישט 'פרעמדע געטער', נאר 'כחות העליונים'.

איך געדענק אויך ס'דא וואס זאגן אז ס'מיינט מלאכים

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 2:51 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
בין ישראל לעמים האט געשריבן:אסאך מאל הערט מען זינגערס זינגן או ניגון "אין כמוך באלקים ד' וכו'"
אויב מ'האט אינזינען די טייטש דארף נישט זאגן מיט א קו"ף.

אגב דאס איז אויך א טעות אז מ׳זינגט דעם ניגון, אין כמוך ״באלקים״ השם.


ווייל די נאמען פון די עבודה זרות און פרעמדיגע געטער זאגט מען דאך יא ארויס די ווארט געהעריג, אין כמוך ״באלהים״ - ס׳איז נישט דא ווי דיר באשעפער ביי די ״אלוהים״ - ביי די אלע אנדערע פרעמדע געטער - ״השם״ ווי דיר איין איינציגסטע גאט ברוך הוא.

די זעלבע איז ביים נאכזאגן די פסוקים "או הנסה אלהים וכו'", און "ומי גוי גדול אשר לו אלהים קרובים אליו".

אבער אויב איך געדענק גוט - כ'האב נישט יעצט נאכגעקוקט - איז דער טייטש פון 'באלהים' (אינעם פסוק "אין כמוך באלהים") נישט 'פרעמדע געטער', נאר 'כחות העליונים'.

גערעכט, ס'איז תלוי במחלוקת
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

קראלי
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 09, 2018 10:43 am

תגובהדורך קראלי » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 3:05 pm

ברא כל בחכמה בעצה ובמזומה
אססאאאך מאל געהערט מענטשן זאגן ובזימה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22372
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 3:37 pm

איבער אלקים, לויטן זוה"ק איז בלויז "אלקים אחרים" חול, אלע אנדערע קודש, וכן הוא אין אסאך חסיד'ישע ספרים געדרוקט מיט א קו"ף ביי די אלע און דאס איז בכוונה.

פארדרייען פסוקים איז פארהאן וואס זענען דייקא מקפיד דערויף אלס נישט זאגן א פסוק אויסענווייניג, אדער האקן זיי איבער אינמיטן.

חוץ מזה איז דאך פארהאן פסוקים וואס דער זוה"ק אדער די גמרא און מדרשים שרייבן נישט ווי די מסורה וואס איז ביינונז אנגענומען להלכה, ויסודתן בהררי קודש וכבר האריך בזה בעל מנחת שי בכמה מקומות, ואכהמ"ל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 3:05 pm

דריידל האט געשריבן:רוב (טאמער נישט אלעס) וואס ווערט דערמאנט אין די אשכול איז שוין אויסגעשמועסט געווארן דא

כ'האב שוין דאס געלאזט וויסן אינעם ערשטן בלאט.... קוקט נישט אויס ווי איינער הערט אינז אויס דא..
טעות לעולם חוזר


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט