אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:וצפיר העיזים וכו' ע"י כהניו מג"ר

דאס איז עס! לאמיר זעהן וויפיל אירע זאגן דעם מג"ר מתקוממיו ווי א מ' השימוש אנשטאט א מ' מהשורש (מל' ותמגר)
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

די שטיקל גייט טאקע ארויף אויף די נס חנוכה
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

גוט !
מ'דארף עס טאקע זאגען מלרע נישט דרוקען אויפן מם,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:גוט !
מ'דארף עס טאקע זאגען מלרע נישט דרוקען אויפן מם,

פארקערט דאכט זיך
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובה דורך הסרפד »

בנימין הלוי האט געשריבן:

ע"פ דקדוק איז דאך נישט דא קיין חילוק - ביידע מלרע. לויט אונזער הברה אבער איז יא דא: 'מגר' אלץ פועל איז מלעיל, ווי געווענליך, און 'מ-גר' איז מלרע, ווייל מיר פיהרען זיך נישט מדגיש צו זיין איין אות שימושית, כאמור. (חוץ ביי טייל יוצאי ארץ הגר וואס זאגן אפי' 'לדביר' מלעיל.)
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

איינער האט מיר אמאל געפרעגט בדרך צחות צו א גר קען זיין א כהן? האב איך אים געענטפערט א ודאי נישט, האט ער מיר געוויזען מען זאגט דאך ביי ברוך ד' יום יום ע"י כהניו מגר מתקוממיו
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

הסרפד האט געשריבן:
בנימין הלוי האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:גוט !
מ'דארף עס טאקע זאגען מלרע נישט דרוקען אויפן מם,

פארקערט דאכט זיך

ע"פ דקדוק איז דאך נישט דא קיין חילוק - ביידע מלרע. לויט אונזער הברה אבער איז יא דא: 'מגר' אלץ פועל איז מלעיל, ווי געווענליך, און 'מ-גר' איז מלרע, ווייל מיר פיהרען זיך נישט מדגיש צו זיין איין אות שימושית, כאמור. (חוץ ביי טייל יוצאי ארץ הגר וואס זאגן אפי' 'לדביר' מלעיל.)

געקלערט אזוי און זיך באצויגן צו מיללער'ס כונה אז ער האט געמיינט צו זאגן פארקערט

צומאל, ספעציעל ווען עס קומט מיט נוסח התפלה וועט מען ביי טייל יא מדגיש זיין אפי' אות שימושית (לדוגמא, חדש ימינו כקדם -כ-)

-רוב ווערטער זענען מלרע, ריכטיג?
-זענען די טעמים די מכריע?
-וואס זענען די ריכטיגע פאקטארן און כללים ווען מלעיל און ווען מלרע?
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

דאכט זיך אז די וואס זאגן מגר מלרע - שלא כדרכם לומר מלעיל בפעלים- צאלן עס אפ חנוכה ביים זינגען מעוז צור מצר המנבח מלעיל אויפן מ"ם.
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

געשריבן אין אן אנדערער אשכול אבער איך האב יעצט באמערקט דעם אשכול
אפטימיסט האט געשריבן:די לעצטע פאר יאר זאג איך שוין ביי ה' מה רבו צרי פון קרישמע 'אשר סביב "סושי" עלי'. שטעל דיך פאר...
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

איך פרעג אלעמאל זאגן ביי סליחות 'לכו נא ונוכחה' מיט א חולם נין (אנשטאט א קמץ ואו..) , ביז איך האב געהערט חזן זבולון קווארטין זינגען די ווערטער...
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

יעהערג ואל יעבור
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

מיסטעריעז האט געשריבן:יעהערג ואל יעבור

איך וואלט דאס נישט קאנסידערד א טעות נאר א וועג פון ארויסזאגן וכדו' א הברה אזא
וואס איז מיט כ'שעם שנעכנעס ליבריס אנשטאט כְּשֵׁם שֶׁנִּכְנַס לַבְּרִית
אדער משנעכנעס אאדער אנשטאט מִשֶּׁנִּכְנַס אַדָּר
נעם די ספרים מנוקדים און די טעויות וועלן זיך נישט ענדיגן

ס'איז נישט יעהערג ואל יעבור
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

דער טעות איז "געהעריג" ואל יעבור
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

בנימין הלוי האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:יעהערג ואל יעבור

איך וואלט דאס נישט קאנסידערד א טעות נאר א וועג פון ארויסזאגן וכדו' א הברה אזא
וואס איז מיט כ'שעם שנעכנעס ליבריס אנשטאט כְּשֵׁם שֶׁנִּכְנַס לַבְּרִית
אדער משנעכנעס אאדער אנשטאט מִשֶּׁנִּכְנַס אַדָּר
נעם די ספרים מנוקדים און די טעויות וועלן זיך נישט ענדיגן

ידעתי
אבער קעשעם שענעכנעס וכו' איז א טשעינדזש בלויז אין הברה, משא"כ ביי יעהערג איז דאך דא א ווארט יהרג מיט סגול'ס און דעריבער אז דו וועסט פרעגן מענטשן וואס די נקודות זענען וועלן געוויסע ענטפערן פאלש
בנימין הלוי האט געשריבן:ס'איז נישט יעהערג ואל יעבור

?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

מיסטעריעז האט געשריבן:
בנימין הלוי האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:יעהערג ואל יעבור

איך וואלט דאס נישט קאנסידערד א טעות נאר א וועג פון ארויסזאגן וכדו' א הברה אזא
וואס איז מיט כ'שעם שנעכנעס ליבריס אנשטאט כְּשֵׁם שֶׁנִּכְנַס לַבְּרִית
אדער משנעכנעס אאדער אנשטאט מִשֶּׁנִּכְנַס אַדָּר
נעם די ספרים מנוקדים און די טעויות וועלן זיך נישט ענדיגן
ס'איז נישט יעהערג ואל יעבור

ידעתי
אבער קעשעם שענעכנעס וכו' איז א טשעינדזש בלויז אין הברה, משא"כ ביי יעהערג איז דאך דא א ווארט יהרג מיט סגול'ס און דעריבער אז דו וועסט פרעגן מענטשן וואס די נקודות זענען וועלן געוויסע ענטפערן פאלש

וועלכע ווארט יהרג מיט סגול?

-און אגב ווייס איך נישט וואס איז משנה אויב איז דא אזא ווארט אדער נישט, אויב איז עס פאלש איז עס פאלש אפגעזעהן אויב די פאלשע ווערסיע האט אן אנדערע באדייט. מען הערט דאס אסאך פון מענטשן אבער הנלענ"ד כתבתי, אויב איז דא צו דעם א מקור אדרבה ס'איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

כאגעמיינט צו זאגן אז יהרוג (וואס מיינט פונקט די פארקערטע פון יהרג) זאגט מען אויך (די וואס זאגן...) מיט סגול'ס און אסאך מענטשן וועלן ענטפערן אז די ווארט איז יהרוג (פאר ווער עס ווייסט נישט, יהרג פינטלט זיך צירי קמץ צירי)

איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו פרעגסט, איך זאג דאך אויך אז ס'איז פאלש, ווען נישט שרייב איך עס נישט אין דעם אשכול
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

אפטימיסט האט געשריבן:געשריבן אין אן אנדערער אשכול אבער איך האב יעצט באמערקט דעם אשכול
אפטימיסט האט געשריבן:די לעצטע פאר יאר זאג איך שוין ביי ה' מה רבו צרי פון קרישמע 'אשר סביב "סושי" עלי'. שטעל דיך פאר...

ווי אונזער עולם איז רגיל צו זאגן משותלח
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

איף פלעג זאגן ביי ברכי נפשי "יסברו פראים צמאם".

-----------

"ממעיני הישועה" קומט די צווייטע מ"ם מיט א פת"ח!
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

אין הפטורת פרשת וארא און בא, שטייט נבוכדרצר מלך בבל מיט א ריש, נישט נבוכדנצר מיט א נון ווי געווענליך.
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

חסידישער יוד האט געשריבן:"ממעיני הישועה" קומט די צווייטע מ"ם מיט א פת"ח!

מִמַּעַיְנֵי
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

זאל ער קומען האט געשריבן:
elter-zeide האט געשריבן:ביי ברכת הגומל האב איך אלע יארן געאנטווארט, מי שגמלך כל טוב, הוא "יגמלנו" כל טוב סלה, הערשט לעצטנס האב איך באמערקט מיין גרייז, אז מעזאגט הוא יגמלך כל טוב, בד"וו , ווייסט איינער פשט פון דע ברכה? עס האט עפס נישט קיין פשט, ווער עס האט דיר באצאלט דער זאל דיר באצאלען? י

דער אויבערשטער איז גומל חסד נישט נאר אלס א באצאל, נאר ער לייטזעליגט. ער טוט חסד. מי שגמלך כל טוב, דער וואס האט דיר געגעבן גוט, זאל ווייטער אייביג דיר געבן.

בד״א, יש נוהגין נישט צו ענטפערן אמן נאך שי ברכה, מי שגמלך איז דער אמן פאר די ברכה. ס׳איז א י״א אין שו״ע.

פאטעטא קוגל האט געשריבן:ברוך....שבראנו לכבודו מיט א שוא אונטער די ב נישט א קמץ

ס׳איז אבער נאך אלס א ״שוא נע״
דעריבער איז עס ש-בְּראנו און נישט שבְּ-ראנו. דאס הייסט אז דער ב׳ דארף זיך צו הערן ווי א שוא אנהייב ווארט, נישט ווי א שוא סוף ווארט. - נישט ווי אברהם פריד און נאך זינגען, מיט אזא שיינע דגוש אוף דעם ב׳ - שוא נח.
והמ״י.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

איר קענט דעם ניגון?
וביום השבת - שבת קודש - שישו ושמחו...
שטייט ״ביום״ נישט ״וביום״.

בנימין הלוי האט געשריבן:
חסידישער יוד האט געשריבן:"ממעיני הישועה" קומט די צווייטע מ"ם מיט א פת"ח!

מִמַּעַיְנֵי

בד״א, די צווייטע י׳ דארף מען זאגן דער שוא ווי א שוע נע, ממעי-יְני..
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

בענין "וביום השבת": און וואס איז מיט "כי מקבלי מתן נחליאל"?..
בענין ממעיני: כ'פלעג מיך אוי פירן [אפשר ווייל אין איינע פון די סידורים איז דא די סימן] אבער כ'האב אויפגעהערט ווען כ'האב געזעהן אז אין סדור עבודת השם איז נישט דא דעם סימן.
אדרבה, פון ווי נעמסטע וואס דו זאגסט?

-----

אגב, די קעפל פון אשכול איז אויך א טעות.. (טעותים - טעיות).
...כי אם ליראה וגו'
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

איטשע האט געשריבן:בד״א, די צווייטע י׳ דארף מען זאגן דער שוא ווי א שוע נע, ממעי-יְני..

וואס עפעס? די יו"ד האט נישט קיין דגש, און די עי"ן האט נישט קיין שו"א. אויזער לשיטת רז"ה...
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אין סידור ר׳ הירץ איז דא א שוא אינטער׳ן ע׳.
ס׳האט נישט צו טוען, וועגן א דגוש. ס׳איז לויטן כלל אז צוויי שוא׳ס איינער נאכ׳ן אנדערן, אז דער צוויטער א שוא נע, וכנ״ל.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”