אנעים זמירות האט געשריבן:בתיה קומט מיט א חיריק ב'.
נחום קומט מיט א פתח נ'.
ככל הנראה איז דער גורם צו די 2 גרייזן, און נאך אסאך ענליכע, אז מיר ליינען נאטורליך ארויס פון א כתב אנע פינטלעך מער-ווייניגער לויט די פאלגענדע משפטים:
א. א אות פאר א יו"ד ליינט מען מיט א חירק (ולעתים רחוקות בצירי, וכדלהלן לענין חולם קודם הוי"ו), און די יו"ד ליינט מען נישט.
ב. פאר א וי"ו געווענליך א מלאפום, צומאל א חולם, געוואנדן צו וועלכע לשון הקדש ווארט עס ענדלט מער.
ג. ווען עס איז נישט דא א יו"ד אדער וי"ו נאכ'ן און עס איז פארהאן 2 אזעלכע אותיות נאכאנאנד, וועט די ערשטע זיין א פתח און די צווייטע א שוא.
ד. אויב איז נאר דא איין אזא אות וועט עס זיין א קמץ.
דהיינו מיר מאכן א פתח פאר א שוא נח (הנקרא הברה סגורה, און אסאך מאל איז די גאנצע שוא נח א חלק פון אונזער פאבריקאציע), און א קמץ ווען עס איז נישט פאר שוא (הברה פתוחה).
המתבונן יראה אז דאס איז אונזער מהלך צו ליינען גמרא.
(פארשטיינערט מיך נישט, אבער אין רוב חומשים איז די תרגום געפינטלט בעיקר לויט דיזע כללים).
אנעים זמירות האט געשריבן:
בדיעבד מיט א קמץ ע' און פתח ב' (בדי-עבד - ווען ער האט עס געטוהן).
חדא איז א חטף פתח ח' קמץ ד'.
(נישט: מיד, רשעים יצילם).
אין בדיעבד איז די עי"ן איז חטף פתח אזוי ווי די חי"ת פון חדא.