אידישע ווארט פון טאג
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
קרעמער שרייבט:
דו זאגסט אין שטוב "שטויב-זויגער", און דו לעבסט דאס איבער צו דערציילן?
איך האב געקענט א בחור (היינט שוין א יונגערמאן) וואס האט מקפיד געווען צו רעדן דייקא אידיש, זיינע חברותא'ס זענען צופלאצט געווארן ווען ער האט געלערנט "די הויז פון יוסף [פאר א נויט 'פארמערונג']" אנשטאט בית יוסף, און די "נייע הויז" אנשטאט ב"ח..
עס איז שווער צו פסק´נען וואס א ווארט האט רעכט צו ווערן באנוצט, און וואס ס´הייסט שוין "איבערגעטריבן". אזעלכע ווערטער ווי "קארטאפל, באנאנע, טאמאטע, מאנטל, זעקל," ווערן ביי מיר רעגלמעסיג באנוצט בעת וואס אנדערע קוקן אויף דעם ווי "פון דער לבנה". דאכט זיך מיר אז דאס זאגן "וואָקן" אנשטאט "גיין" איז פיל מער לעכערליך. יעדנפאלס, דאס איז געווענליך געוואנדן שטארק אין דער שפראך מיט וואס מען איז אויפגעוואקסן. איך פערזענליך בין געוואוינט פון שטוב צו נוצן א שטארק ריינעם אידיש (מעגליך, צוליב ארץ-ישראלדיגע מקורות). ביי מיר איז "פלעין-אידיש" זייער נישט צום הארצן, און איך פראביר עס אויסצומיידן ווי ווייט מעגליך - כאטש רעדנדיג מיט באקאנטע וואס וועלן נישט קוקן אויף מיר מאדנע.
וואס שייך דיין חברותא.. אפשר בין איך דאס געווען? איך האב אבער מיט לשון-הקודש נישט קיין פראבלעם, דאס איז א לעגיטימער טייל פונעם אידיש (פארשטייט זיך די איינגעבירגערטע ווערטער, און נישט דאס גאנצע העברעאישע ווערטערבוך). און אפגערעדט ביי אלעם וואס עס איז שייך א נאמען פון א מענטש/ספר א.ד.ג. וואס דאן איז ריכטיג צו נוצן דעם נאמען אפגעזעהן פון וואס א שפראך עס איז די רעדע. אנדערש, וואלטן מיר געדארפט רופן אונזער פרעזידענטליכן פאר-פאלק "ברוך און מיכל אבאמא?" אין בעסטן פאל..
שרײענדיקע נײעס: אַ שפּריכװאָרט װאָס קומט פונם פאַקט אַז מענטשן האָבן געשריגן נײעס פון אײן בױדען צו אַ צװײטן. אין אײראָפּע האָט דאָס געמײענט דאָס לעצע נײעס, אָדער אױף ענגליש "בריקינג נוּוז"
דערהײנטיקונג: updateאױף אידיש
מענטשן נוצן דאָס װאָרט "potato " אױף אידיש? דאָס איז טאַקע טרױעריק. און װאָס זאָגט מען אַנשטאָט מאַנטל? און פון װאַנעט קומט דאָס טערמין "פּלעאין אידיש" ( איז אַװדאי געקומען פונם אַמאָליקן אידישן פאָרװערטס װאָס האָט געשריבן אַ אידיש אײנגעפּאַקט מיט ענגלישע װערטער אַז די אימיגראַנטן זאָלן װאָס גיכער זיך לערנען ענגליש און אַסימילירן!!).
ס'איז מיר טשיקאַװע אַז די חסידישע ציבור אין אַמעריקע און קאַנאַדע האָט אַדאָפּטירט זײער מין "פּלעין אידיש" און איצטער זענען די אידישיסטן (די פּאָר װי איך װאָס זענען נאָך פאַראַן) די װאָס טאַקע אָפּהיטן די שפּראַך פון פרעמדע װערטער.
איך האָב נישט קײן פּראָבלעם מיט נײע װערטער אױף נײע באַגריפען, אָבער װערטער װען מ'האָט שױן גוטע װערטער איז נישט פּאַסיק. ס'איז נישט נאָר אַן ענין פון אידעאָלאָגיע , ס'איז אױך פּראַקטיש. װי אַזױ װאָלט אַ מענטש אין ישראל געקענט פאַרשטײן "איך דרײװ מײן קאַר אױפן סײדװאַק און אײנער װאַרפט אַרײן אַ פּאָטאַטאָ פון זײן קאָט װען איך װאָלק צום בילדינג"? אױב איר װילט טאַקע רעדן מיט מענטשן פון אַנדערע לענדער, װי אַזױ קען דאָס זײן? װי אַזױ קען מען אָנפירן אַן אױסגאַבע װען מ'נוסט ניט די װערטער פאַר רעקלאַמע אָדער אַבאָנאָמענט. צי װײסט מענטשן אין בעלגיע אָדער ישראל װאָס מײנט טאַקע אַן "עד" אָדער אַ "סובסריבטשן". אױב אַלע אידיש רעדערס װאָלטן געװען אינם זעלביקן פּלאַץ, אַלע ענגלישע װערטער װאָלטן ניט געװען קײ
פּראָבלעם בײם רעדן. אָבער מיט דער מצב מיט מענטשן פאַרשפּרײט אַרום דער װעלט װאָס װילן רעדן און האַלטן אין געשעפט אײנעם מיטן צװײטן, ס'זעט אױס פון איך אַ פרעמדער װאָס קוקט פון אַרױס-אַרײן, אַז ס'װעט נישט פּאַסן. װאָס זאָגט די אַנדערע מיטגלידער פון אונדזער שפּראַך אָפּטײלונג?

אפשר זאָל איך אַרײנלעגן אַ רשימה פון װערטער אױף שפּײז?
אָקײ, צװײ װערטער װאָס איך האָב געלערנט אין אײראָפּע. צו פּרעגלען.to fry food. ל'משל :געפּרעגלדיקע פיש.
קראָמדינת ישראל מיליטער/קראָמדינת ישראל מיליטער:starch.
יאַגדע=berry אױף אידיש
קאַװאַנע=אַרבוז=װאַסערמעלאָן (װאַסערמעלאָן איז אױכעט אידיש)
בולבע=קאַרטאָפל אין ליטװאַק אידיש, פון דער ליטװישער שפּראַך

- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15470
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
ר' יענקל, איר זענט גערעכט אז א ישראל'דיגער אידל איז זייער שווער צו פארשטיין אן אמעריקאנער איד, אבער די זעלבע זאך איז להיפך, דער ישראלי רעדט א אידיש געמישט מיט העברעאיש, דער בעלגישער רעדט א פלעמישער אידיש, און דער ענגלישער רעדט א לאקאלער ענגליש וואס איז גרינגער פארן אמעריקאנער צו פארשטיין אבער נאך אלץ היש פרעמד.
אין פאקט ביינונז חסידישע אידן קומט ממש נישט אויס צו 'אינטערעקטן' מיט אויסלענדישע אידן אויף א טאג טעגליכן באזיס, דעריבער איז עס פאר אונז קיין פראבלעם.
איבער דיין צווייטע תגובה:
פרעגלן איז א שטארק באנוצטער ווארט דאהי.
סטארטש אויף אידיש זאגן מיר קראכמאל, אבער עס איז ממש נישט אינעם לעקסיקאן.
יאגדעס וועט איר אויך הערן ווייניג, אבער מער מענטשן וועלן וויסן איר באדייט.
ווען איינער זאגט מעלאנע דאהי ווייסט יעדער אז ער באציהט זיך (אויסער די מיליאן דאללער..) צום רויטער וואסערמעלאן, 'קאנטעלאופן' און 'האנידאו' (אויך פון די מעלאן משפחה) רופט מען יא מיט זייערע ענגלישע נעמען.

- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
יאנאש, ביסט נישט אינגאנצן גערעכט מיט דיין באהויפטונג. דו זאגסט אז די אויסלענדישע פארשטייען מיר נישט זייער אידיש, צוליב וואס זיי מישן אריין אסאך ווערטער פון זייער היימלאנד. אויף די בעלגישע איז עס בכלל נישט אמת, זייער אידיש איז כמעט די ריינסטע, און זיי מישן כמעט נישט קיין פלעמיש. די ארץ ישראל'דיגע מישן שוין מער, אבער אויך נישט אויף קיין ווערב, בעיקר נאר אויף נאונס. די סיבה פארוואס מ'פארשטייט זיי שווער איז, ווייל זייער אקצענט איז שטארק משונה. ווי אויך, זייערע שריפטן זענען זייער ליינבאר פאר אן אמעריקאנעם, משא"כ פארקערט. די ענגלישע זענען שוין אביסל מער פארמישט, אבער עס קומט ווייט נישט צו, צו די התבוללות אין אמעריקא. אין אמעריקא איז עס דא ארגסטע פון אלע מקומות.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15470
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
סאכדעס, איך באציה זיך נאר אויף דיין ערשטע תגובה ווייל דיין צווייטע איז גאר די זעלבע וואס איך זאג.
עס זעהט אויס אז דו האסט זייער ווינציג שייכות מיט אויסלענדישע אידן, אויסער זייערע שווערע אקצענטן - כל אחד כמדינתו - מישן זיי אלע אריין זייער אסאך חמר מדינה אין זייער רעדן, יא אמת אז די בעלגישע רעדן זייער א ריינעם אידיש און נישט יעדע צווייטע ווארט איז פלעמיש ווי פארן אמעריקאנעם אידל ענגליש, אבער יעדע פיפטער ווארט איז יא, און אזוי ווייטער מיט ישראלי, ענגלישער, און אונגארישער.

yankl36 האט געשריבן:שרײענדיקע נײעס: אַ שפּריכװאָרט װאָס קומט פונם פאַקט אַז מענטשן האָבן געשריגן נײעס פון אײן בױדען צו אַ צװײטן. אין אײראָפּע האָט דאָס געמײענט דאָס לעצע נײעס, אָדער אױף ענגליש "בריקינג נוּוז"
דערהײנטיקונג: updateאױף אידיש
מענטשן נוצן דאָס װאָרט "potato " אױף אידיש? דאָס איז טאַקע טרױעריק. און װאָס זאָגט מען אַנשטאָט מאַנטל? און פון װאַנעט קומט דאָס טערמין "פּלעאין אידיש" ( איז אַװדאי געקומען פונם אַמאָליקן אידישן פאָרװערטס װאָס האָט געשריבן אַ אידיש אײנגעפּאַקט מיט ענגלישע װערטער אַז די אימיגראַנטן זאָלן װאָס גיכער זיך לערנען ענגליש און אַסימילירן!!).
ס'איז מיר טשיקאַװע אַז די חסידישע ציבור אין אַמעריקע און קאַנאַדע האָט אַדאָפּטירט זײער מין "פּלעין אידיש" און איצטער זענען די אידישיסטן (די פּאָר װי איך װאָס זענען נאָך פאַראַן) די װאָס טאַקע אָפּהיטן די שפּראַך פון פרעמדע װערטער.
איך האָב נישט קײן פּראָבלעם מיט נײע װערטער אױף נײע באַגריפען, אָבער װערטער װען מ'האָט שױן גוטע װערטער איז נישט פּאַסיק. ס'איז נישט נאָר אַן ענין פון אידעאָלאָגיע , ס'איז אױך פּראַקטיש. װי אַזױ װאָלט אַ מענטש אין ישראל געקענט פאַרשטײן "איך דרײװ מײן קאַר אױפן סײדװאַק און אײנער װאַרפט אַרײן אַ פּאָטאַטאָ פון זײן קאָט װען איך װאָלק צום בילדינג"? אױב איר װילט טאַקע רעדן מיט מענטשן פון אַנדערע לענדער, װי אַזױ קען דאָס זײן? װי אַזױ קען מען אָנפירן אַן אױסגאַבע װען מ'נוסט ניט די װערטער פאַר רעקלאַמע אָדער אַבאָנאָמענט. צי װײסט מענטשן אין בעלגיע אָדער ישראל װאָס מײנט טאַקע אַן "עד" אָדער אַ "סובסריבטשן". אױב אַלע אידיש רעדערס װאָלטן געװען אינם זעלביקן פּלאַץ, אַלע ענגלישע װערטער װאָלטן ניט געװען קײ
פּראָבלעם בײם רעדן. אָבער מיט דער מצב מיט מענטשן פאַרשפּרײט אַרום דער װעלט װאָס װילן רעדן און האַלטן אין געשעפט אײנעם מיטן צװײטן, ס'זעט אױס פון איך אַ פרעמדער װאָס קוקט פון אַרױס-אַרײן, אַז ס'װעט נישט פּאַסן. װאָס זאָגט די אַנדערע מיטגלידער פון אונדזער שפּראַך אָפּטײלונג?
יאנקל, טייערער
דער ריכטיגער אנטווארט אויף אייערע פראגען איז אין אמת'ן צוטיילט אויף צוויי טיילן, איינס אנבאלאנגט די חסידישע לעקסיקאן און פארוואס זי נעמט אריין ענגלישע ווערטער און טערמינען, און דאס צווייטע איבער די חסידישע ליטעראטור און אירע גרונדפרינציפען.
1. ביי אונז חסידים איז אידיש אונזער מאמע-לשון (מוטער-שפראך) נישט אלס א נאציאנאליטעט מיטל, דאס וואס מיר באנוצן זיך מיט אידיש איז אלס א רעליגיעזע פרינציפ פון צו זיין אפגעטיילט פון די אלעגמיינע גאס ווי ווייט מעגליך, און וויאזוי די רעזולטאטן צייגן גאר קלאר, איז די שפראך-אפטיילונג גאר א שטארקער מחיצה צווישן די סעקולערער וועלט און די חסידים.
אז מיר פארשטייען דעם יסוד, וועלן מיר פארשטיין פארוואס דער חסידישער/אידיש איז קיינמאל נישט אנטוויקלט געווארן מיט שפראך פרינציפן און איז פריי פאר אירע באנוצער צו נוצן אפי' אלגעמיינע טערמינען און 'פלעין' אידיש אינעם לעקסיקאן, ווען דערונטער ווערן סיידן אנגעהאלטן די אריגינעלע אידישע ווערטער.
2. וואס אנבאלאנגט ליטעראטור, דארט הערשט יא א שטיקל באוועגונג צווישן פארשידענע רעדאקטארען און שריפטשטעלער זיך צו האלטן צו אפיציעלע טערמינען און אריגינעלע באגריפען ווי איידער צו נוצן 'פלעין' אידישע ווערטער, אלס א מוסטער דינט טאקע אונזער פארום דא ווי שרייבער גלייכן צו דערגרונטעווען און דערגיין אריגינעלע גאראמטיק און אויסלייג כללים ווי אויכעט אריגינעלע אידישע ווערטער.
למעשה, וויבאלד אינעם אלעגמיינעם לעקסיקאן זענען אסאך פון די אידישע ווערטער 'אמערקאניזירט' געווארן, און אזוי ווי די חסידישע שרייבערס אין אלגעמיין זענען נישט קיין אוניווערסיטעט גראדוראירער נאר ליבערשט ישיבה תלמידים אין די פארגאנגעהייט וועלכע האבן זיך זעלבסט געלערנט אביסל די שרייב-פאך דורך לייענען און נאכפארשטן אלטע לייען-מאטריאל, דערפאר זענען אונזערע ליטעראטור אויסגעשטעלט צו מער נידריג קלאסישע גראמאטיק און טיילמאל גראבע 'אמעראצעס' (אומוויסענשאפט טעותים) ווען ווערטער ווערן געשריבען נישט ריכטיג אד"ג.
איך האף אז איר פארשטייט אביסל וואס איך האב געוואלט ארויסברעגנען, וואוסענדיג אז מיר קומען פון גאר פארקערטע ריכטונגען צום 'אידיש'.
איך מײן אַז איך פאַרשטײ כּמעט אין גאַנצן. אָבער איך פאַרשטײ ניט פאַרװאָס צו נוצן אידיש אַלס פּרינציפּ קעגן דער אַסימילאַציע מײנט אַז מ'טאָר ניט שטודירן די שפּראַך און זי אָפּהיטן פון פרעמדע השפּעות. אָבער דאָס איז אַן ענין פאַר אַן אַנדער טאָג.
אַ פּאָר אינטערעסאַנטע װערטער װאָס איך האָב געלערנט אין די לעצטע פּאָר טעג:
פּאַלמעס=דאָס הײסט די פאָרשונג פון די סיבות פון אַ טױט. אױף ענגליש:autopsy װאָס איז זײער אינטערעסאַנט איז אַז אין כּמעט אַלע אײראָפּעאישע שפּראַכן דאָס װאָרט איז אײן פאָרעם פון דעם װאָרט װאָס שטאַמט פון לאַטײן
(ל'משל אױף רוסיש "אױטאָספּיע", װאָס מ'װאָלט געטראַכט אַז ס'זאָל זײן אױף אידיש). אָבער מיר האָבן אַן אײגן װאָרט אױף דעם באַגריף, פון װאַנען ס'קומט װײס איך אין גאַנצן ניט.
נעקראָלאָג: די באַריכט אין אַ צײטונג אַז אײנער איז אַװעק אין דער אײביקײט. אױף ענגליש:obituary. . דאָס װאָרט איז אַן אינטערנאַציאָנאַליזם װאָס עקזיסטירט אױף אַ סך שפּראַכן.
פאַרשװאונדן דעם קאָפּ:dizzy.
בעזעם: דער מכשיר מיט װאָס מ'ראַמט אַ הױז, בפרט צו אַרױסװאַרפן שױב. broom.
שױבן: דאָס גלאָז פון אַ פענצטער.window pane.
גראַד: דער מאָס פון טעמפּעראַטור, ל'משל "מאָרגן װעט עס זײן 50 גראַד אין דרױסן" און אױך דער מאָס פון װען מ'דרײט זיך אַרום און אַרום אָדער װען מ'נוץ אַ קאָמפּאַס. degree.

שװינדלען דעם קאָפּ האָב איך אױך געזען אין דעם זעלביקן אַרטיקל (ס'איז געװען װעגן די מענטשן װאָס אַרבעטן אין אַ בעת-עולם), דאָס איז פאַרװאָס ס'זענען אַזױ פיל װערטער װאָס האָבן צו טאָן מיט דער טױט. קרעמער צי װאױנט איר אין אַמעריקע אָדער אין ישראל אָדער אין אַן אַנדער לאַנד? איך בין נאָר נײגעריק צו לערנען װאָסערע װערטער מענטשן נוצן און װאו.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
yankl36 האט געשריבן:איך מײן אַז איך פאַרשטײ כּמעט אין גאַנצן. אָבער איך פאַרשטײ ניט פאַרװאָס צו נוצן אידיש אַלס פּרינציפּ קעגן דער אַסימילאַציע מײנט אַז מ'טאָר ניט שטודירן די שפּראַך און זי אָפּהיטן פון פרעמדע השפּעות. אָבער דאָס איז אַן ענין פאַר אַן אַנדער טאָג.
שטודירען, דאס איז שוין א צווייטע פראבלעם, ביי אונז איז שטודירען כלל נישט קיין גאנגבאר ארטיקל, מערסטנטייל פון אונזער באפעלקערונג קריגט א תלמודישען ערציאונג ווי מ'לערנט נאר אביסל סעקולארע טעמעס אין די עלמענטארע קלאסן (און אויך נאר א שטונדע א טאג), דערנאך ווען מ'ווערט בר-מצוה דאן גייט דער גאנצער טאג אוועק אויף תלמודישע לימודים.
ביי די 18-20 יאר אז מהייראט א פרוי, ברויך מען באלד זוכען עפעס פרנסה (שפייז מיטלען) ווען אט וואקסט אויף א נייע פאמיליע אויפן חסידישען האריזאנט, דערפאר בלייבט זייער ווייניג מענטשן מיט צייט אדער מעגליכקייט צו שטודירען, און אין די סארט שטודיעס זענען מיר צוריקגעבליבען (ביי רוב עולם איז דאס גאר א שטאלץ) און ווידער אפגעזונדערט פון די אלעגמיינע גאס.
yankl36 האט געשריבן:שװינדלען דעם קאָפּ האָב איך אױך געזען אין דעם זעלביקן אַרטיקל (ס'איז געװען װעגן די מענטשן װאָס אַרבעטן אין אַ בעת-עולם), דאָס איז פאַרװאָס ס'זענען אַזױ פיל װערטער װאָס האָבן צו טאָן מיט דער טױט. קרעמער צי װאױנט איר אין אַמעריקע אָדער אין ישראל אָדער אין אַן אַנדער לאַנד? איך בין נאָר נײגעריק צו לערנען װאָסערע װערטער מענטשן נוצן און װאו.
איך וואוין אין וויליאמסבורג/ברוקלין/ניו-יארק/אמעריקע
צוליב די געפערליכע "שװײן פלו", אונדזערע װערטער אױף הײנט האָבן צו טאָן מיט קראַנקײטן
. גריפּע: flu. פלו איז אַ פאַרקירצונג פון דעם איטאַליאאַנישן װאָרט "אינפלוענזאַ"/influenza, װאָס מײנט "השפּעה" אױף איטאַליאאַניש. דאָס איז װײל די דאָרטיקע מענטשן האָבן געמײנט אַז די קרענק קומט פון אַ השפּעה פון זײן קאַלט און נאַס.
װירוס: אױף נישט אַמעריקאַזירטע אידיש זאָגט מען דאָס װאָרט מיט אַן אַנדער װאָקאַל בײם אָנהײב, װי דאָס י אין מיד.
עפּידעמיע: אַ קראַנק װאָס פאַרשפּרײט זיך גיך אַרום דער װעלט.
אָנשטעקונג / אָנרײס= אינפעקציע=infection
אײנשפּריצונג: דאָס מיטל װי אַזױ אַ דאָקטער געבט מעדיקאַמענטן מיט אַ נאָדל. injection/shot.

אַ פּאָר װערטער אױף הײנט װאָס איך האָב געלערנט. איך האָב געלײענט אַן אַלטע מעשה פון אַ שנײדער און אַ שוסטער
שנאָל: דאָס שטיקל מעטאַל װאָס בינדט אײן אַ פּאַסיק/גאַרטל און װאָס מ'טראָגט אַ ביסל הינטן דעם פּופּיק.buckle
זױל/פּאָדעשװע: דער אונטן פון אַ שוך אױף װאָס מ'גײט.
soleס'דאַכט זיך מיר אַז זױל/sole שטאַמען פון דער זעלביקער שורש, דאָס אַנדער װאָרט איז סלאַװיש
קינאָ: אַ טעאאַטער פאַר פילמען. פונם זעלביקן שורש װי cinema אױף ענגליש.
ברילן:glasses (װי אַזױ איך האָב דאָס װאָרט קײנמאָל פריער ניט געטראָפן װײס איך ניט אָבער איך עס שטאַם ניט געװאוסט)

צוריקוועגס...
ברילן איז א גאנגבאר ווארט ביי אונז אנשטאט אויגן-גלעזער (אין קורצן: גלעזער).
קינא איז ביי אונז נישט אין באנוץ, פונקט ווי טעאטערס (גאט צו דאנקן).
זויל איז מער אין באנוץ ווי פאדעשווע (וואס שטאמט מעגליך פון רוסיש/פויליש). די ווארט זולא זעהט מען שוין אין פירוש רש"י, וואס ברענגט אפט צו פראנצויזישע ווערטער אפצוטייטשן די אראמיש פון די גמרא.
שנאל איז ביי מיר א פריש ווארט (אזוי אויך פופיק, וואס איך כאפ נישט דער באדייט).
ברילן איז א גאנגבאר ווארט ביי אונז אנשטאט אויגן-גלעזער (אין קורצן: גלעזער).
קינא איז ביי אונז נישט אין באנוץ, פונקט ווי טעאטערס (גאט צו דאנקן).
זויל איז מער אין באנוץ ווי פאדעשווע (וואס שטאמט מעגליך פון רוסיש/פויליש). די ווארט זולא זעהט מען שוין אין פירוש רש"י, וואס ברענגט אפט צו פראנצויזישע ווערטער אפצוטייטשן די אראמיש פון די גמרא.
שנאל איז ביי מיר א פריש ווארט (אזוי אויך פופיק, וואס איך כאפ נישט דער באדייט).
- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15470
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
פופיק מיינט דער 'בעלי' (זוי האפעך...)
קינא האב איך שוין געהערט אמאל אבער אויפן טעאטער, נאר אינדערהיים פלעגט יעדער קהלה האבן א קינא (אדער קינע) וואס מען האט גענוצט אלץ היימישע טורמע, עפעס אזוי.
פאדעשווע איז מיר קענטליך פונעם באקאנטן ווארט פונעם ראפשיצער צדיק, אז מצות סוכה האט נישט קיין פארגלייך זינט מען גייט אריין אין איר אפי' מיט די פאדעשוועס.