אידישע ווארט פון טאג

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

אויפן נייעם טיעפ פון מיכאל שניצלער טרעק 4 2:10 זינגט ער די שבת ליכט פלאנצן אין "צאנקן" מה זאת "צאנקן"?
לעצט פארראכטן דורך פרעזידענט אום מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 2:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

צאנקן מיינט ווענט די ליכט ברענען אויס מאכט אזאנא שטילע גערודער (בדרך כלל ביי אויל ליכט - אסאך מאל אינמיטן ברענען אויך)

דוגמא: ביים הייליגן רבי'ן ר' מענדעלע מרימינוב שבת ביים טיש האט געהערש אזא שטילקייט אז מהאט געקענט הערן ווי די ליכט "צאנקן".
לעצט פארראכטן דורך אלף בית אום מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 2:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

יישר כח
נו גוט, נו שוין!
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

אין צייטשריפט עטליכע וואכן צוריק האט דער שרייבער געשריבן:
נייגעריג, מיינט "געריג" נאך נייעס.
הונגעריג מיינט "געריג נאך "הון" (עוף).

לדעתי האט ער זייער געגרייזט כבוד מר. צייטשריפט.

הונגעריג איז מלשון הונגער. (הונגערדיג מסתם).
און נייגעריג איז מלשון נייגער. (אינטערעס).

הונגעריג קען נישט טייטשן "האן" געריג, ווייל אויף ענגליש זאגט מען אויך "האנגרי".
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאטרוליסט האט געשריבן:אין צייטשריפט עטליכע וואכן צוריק האט דער שרייבער געשריבן:
נייגעריג, מיינט "געריג" נאך נייעס.
הונגעריג מיינט "געריג נאך "הון" (עוף).

לדעתי האט ער זייער געגרייזט כבוד מר. צייטשריפט.

הונגעריג איז מלשון הונגער. (הונגערדיג מסתם).
און נייגעריג איז מלשון נייגער. (אינטערעס).

הונגעריג קען נישט טייטשן "האן" געריג, ווייל אויף ענגליש זאגט מען אויך "האנגרי".


נאטרוליסט,
מיר האבן
דא באהאנדלט זיין חידוש בשעתו, עיי"ש.
אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער פאני מענטש »

יידישיסט האט געשריבן:
מילער שרייבט:
מיר האבן צוויי נייע שרשים;

דעמ=פאלק
פעד=קינד
יעצט דעמאגראפיע - מיינט אויף גריכיש די פארשרייבונג פונעם פאלק (דעמאס - פאלק, ווי דערמאנט), וואס דאס מיינט די פארשונג פון דעם סאציאלן מצב פונעם פאלק. "איאטער" - מיינט אויף גריכיש "א דאקטער", דערפאר "פעדיאטאר" (אדער פעדיאטריקער/פעדיאטרישאן, נייגונגען לויט פארשידענע שפראכן) - מיינט א קינדער-דאקטער. פסיכיאטאר - א גייסט-דאקטער (פסיכע - "גייסט" [נפש] אויף גריכיש).י


פאלגענד ציטיר איך א מימרא פוון גוגל טרענסלעט, קען איינער מסביר זיין וואס די ווערטער מיינען?
Deep Demographic change that took place in New York in the last decades of the 19th century changed the face of various community institutions.
טיף דעמאָגראַפיק טוישן אַז גענומען אָרט אין ניו יארק אין די לעצטע דעקאַדעס פון די 19 יאָרהונדערט געביטן דעם פּנים פון פאַרשידן קהל אינסטיטוציעס.
-c:o
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

גיי ''צונעם'' און רעד ''צונעם''

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גין-גאלד »

טוה מיר ביטע א טובה, גיי צונעם, רעד צונעם, זאגעם אז איך האב דיר געשיקט צונעם, און פרעג אים וואס איז פשט פון די ווארט ''צונעם''?

פון וועלכע צוויי ווערטער איז דאס א צוזאמשטעל?, מילא די ווארט 'זאגעם' באשטייט פון 'זאג אים'. ובכן 'טראג אים', וכו'.
אבער וואס איז דאס 'צונעם', צו [נ?] אים, וואס איז די נו''ן?
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

די זעלבע נו"ן פון "האסט א 'נ'בירה"
אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גין-גאלד »

לכאורה האט געשריבן:די זעלבע נו"ן פון "האסט א 'נ'בירה"

האסט א נבירה האט גראדע א פארשטענדליכע הסבר. ווייל וויבאלד די ווארט 'עבירה' הייבט זיך אן מיט די אות 'ע',
שרייבט מען עס אזוי: 'אן' עבירה, מיט א ענדע נו''ן.
דעריבער איז געווארן דערפון: א ן'בירה.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביינעם, צונעם, בענעזאם, מעמיר, געגאנען, פראנויס, ביינונז, איזעי, וכו'

דאס זענען אלעס אויסשפראכן פון די אמאליגע פארצייטישע אידן, פאר ווער עס האט געהאט די עלטערע מלמדים אדער זיידעס, ווייסט פון די אלע ווערטער
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

גין-גאלד האט געשריבן:טוה מיר ביטע א טובה, גיי צונעם, רעד צונעם, זאגעם אז איך האב דיר געשיקט צונעם, און פרעג אים וואס איז פשט פון די ווארט ''צונעם''?

פון וועלכע צוויי ווערטער איז דאס א צוזאמשטעל?, מילא די ווארט 'זאגעם' באשטייט פון 'זאג אים'. ובכן 'טראג אים', וכו'.
אבער וואס איז דאס 'צונעם', צו [נ?] אים, וואס איז די נו''ן?

כאסנעם אהין געגעהן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”