דקדוק בנקודות: זית-שמן, שתים-עשרה וכדו'

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

דקדוק בנקודות: זית-שמן, שתים-עשרה וכדו'

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 9:42 pm

איך בין הערשט יעצט אויפגעקומען אז פאריגע וואך אין די סדרה "ארץ זית" זית זאגט מען נישט 'זיי יוס' נאר 'זייס' די יו"ד האט נישט קיין נקודה
א פלא איך האב קיין מאל נישט געוויסט, כאב מעך קודם געשעמט פאר מיר אליין און דע יארן נישט ציוויסן, אבער כאב געזען אנדערע עלטערע פון מיר האבען אויך נישט געוויסט, חוץ איין עלטערע מענטש האט יא שוין געוויסט פון דעם (שוואכע בארואינג)
זאגט נאר איר ווייסט יא פון דעם?
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 9:45 pm

יעקעלע,
קיין בעל קורא ביסטו נישט!
ווייל ווען יא, you wouldn't of gotten away with it
the SCY is the limit

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 9:56 pm

איך גיי בל"נ פרעגען אונזער בעל קורא צו ער ווייסט דערוועגן I DOUBT IT
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:07 pm

ר' יעקל פוקס, אודה ולא אבוש אז איך האב דאס אויך הערשט געכאפט ביים הערן דעם בעל קורא דאס מדגיש זיין.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:13 pm

ווען? פאריגע וואך, אדער שוין פריער?
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:15 pm

היי וואך

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:17 pm

איך גלייב אז ר' שמחה זאגט אויף דיר אויך אז ביסט נישט קיין בעל קורא
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:22 pm

און ער איז גערעכט אויך.

גד
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:47 am

תגובהדורך גד » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 11:26 pm

אסאך בעלי קורות מאכן די זעלבע טעות, ביי שתים, לא די וואס זיי זאגן נישט, אוש-תיים, זאגן זיי ש-תיי-יום

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 11:46 pm

דער כלל איז פשוט
ווען דער ווארט איז דביק צי א צווייטען איז נישט דא דער חיריק אינטערען יוד.
זית שמן - דאס ווארט זית פאר זיך איז געפינטעלט פתח זי"ן חירוק יו"ד
אבער ווען ער איז באהאפטען צו שמן ווערט ער געפינטעלט מיט א צירי אינטערען זי"ן און מער נישט

שתים עשרה - איז דאס זעלבע. שתים אליינס קריגט א פתח תי"ו חירוק יו"ד
ווען ער איז באהאפטען צי עשרה איז דא א צירי אינטערען תי"ו און מער נישט.
the SCY is the limit

גד
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:47 am

תגובהדורך גד » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 12:42 am

דאס זעלבע איז ביי יין מלכות אין די מגילה.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 1:00 am

יעקעלע פוקס האט געשריבן:איך גיי בל"נ פרעגען אונזער בעל קורא צו ער ווייסט דערוועגן I DOUBT IT


יעקעלע
and i would be surprised if he doesn't.
the SCY is the limit

גד
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:47 am

תגובהדורך גד » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 1:47 am

ביי אונזערע בעלי קורא'ס וועט עס נישט זיין אזא חידוש, ביי אונז האט מען קיינמאל נישט געלייגט אזא דגוש אויף די זאכן, ס'דא געציילטע וואס קענען, רוב בעלי קורא'ס וועלן חזר'ן די טראפן, {די געדרייטע עכ"פ..} אדער גראבע טעותים, דקות'דיגע דקדוק איז נישט אזוי מדיוק, אנדערשט ווי אנדערע מקומות ווי אין ארץ ישראל, (וואו דארט גלייב איך נישט אז אפילו איינער זאל עס נישט וויסן) אדער אפילו אין אמעריקא ביי די מער לומד'ישע און ליטווישע וועלט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 9:08 am

הרב גד, פארשעם מיך נישט, איך בין א בעל קורא, און כ'האב טאקע יא געוואוסט דערפון.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 10:12 am

קיין בעל קןרא בין איך נישט, צו איך הער אויס דעם בעל קורא פרעגסטו, אמם נישט ווי עס באדארף צו זיין, צו איך לייען יעדע תגובה אין ידיעות התורה, יא אבסאלוטלי! ממילא קומט זיך א גרויסן דאנק פאר ר' יעקעלע ממשפחת פוקס הי"ו פארן מיטיילן מיטן ציבור הנאספים די וויכטיגע ידיעה'לע, וואס האט שוין באגב ארויסגעשלעפט פון דעם בעל קורא מומחה, ידידינו ר' שמחה, נודה לשמך, דעם כלל אז ווען א ווארט איז דבוק פאלט אוועק דער חירק.

תשוח"ח לכם.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 10:51 am

דאס איז דאך כמעט און לויט טייל אינגאנצן דער זעלבער נושא ווי ''חי העולמים'' וואס פונעם ''שם'' וואס איז דבוק ווערט א ציר''י פונעם פת''ח,
אונזערע בע''ק'ס הייב איך נישט אן צו פארעכטן וייל עס איז אין לדבר סוף, שמונה מיט א סגו''ל איז איין קליינגקייט וואס מ'דארף איבער זאגן
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 10:33 pm

אז די רעדס פון חי העולמים האב איך אויפגעמערק א אינטערעסאנטע זאך!
די הייליגע קאמארנער שרייבט (כידוע איז דער הייליגער קאמארנער געווען א מוראדיגער בקי אין דקדק) אז ווער ס'זאגט חי העולמים מיט א צירי איז א מחרף ומגדף רח"ל, מ'דארף זאגען מיט א פתח (הגם די אויף די הברה הערט זיך נישט א גרויסע חילוק),
ער גיט א שטיקעל הסבר, אז מיט א פתח מיינט ער מאכט לעבן די וועלטען און מיט אצירי מיינט עפעס די וועלטן מאכט אים לעבן עפעס אזא בחינה, [כבוד ידידי ר' פארשלאפען פארהער מיך יעצט נישט ווייל איך בין דיר נאך שילדיג א תירוץ אויף די אנדערע שאלות]
זייט איך האב דאס געזעהן אין קאמארנא האב איך אויפגעפאסט אז אין גאנץ תנ"ך ווען מ'רעט פון רבוש"ע שטייט מיט א פתח און ווען מ'רעד פון א מענטש שטייט מיט א צירי, אפילו עס שטייט ממש איינס לעבען צווייטען, למשל " חי השם וחי המלך" איז ביי השם שטייט מיט א פתח און ביי המלך שטייט א צירי
(זאגט נאר ר' שמחה האט איר דאס אויך אויפגעפאסט אדער דארט זענט איר נישט קיין בעל קורה?)
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 11:19 pm

יעקעלע פוקס האט געשריבן:(זאגט נאר ר' שמחה האט איר דאס אויך אויפגעפאסט אדער דארט זענט איר נישט קיין בעל קורה?)

דאס האט נישט מיט זיין א בעל קורא, דאס האט מיט זאגען עברי געהעריג.

איך האלט מיט מיט דעם אשכול און פארשטיי נישט עפעס.

קען איינער מיר מסביר זיין, פארוואס, אז עס שטייט און חומש זית מיט א צירי, פון וויא נעמט זיך דאס זאגען מיט פתח.חירוק?
און דאס זעלבע מיט חי. אז עס שטייט מיט א פתח זאגט מען מיט א פתח, מיט א צירי זאגט מען מיט א צירי (מעקען יא מאכען א חילוק און דעם הברה, מעהאט דאס שוין באהאנדעלט דא דעם אשכול דעם אשכול)

מען קוקט נישט אריין וואס מעזאגט?
איך רעדט שוין נישט פון דאווענען, איך רעדט פון שנים מקרא ואחד תרגום.
מעזאגט פון אויסענווענדיג?
the SCY is the limit

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 11:31 pm

אנטשולדיגט ר' שמחה איך האף אז נישט איך בין דער גורם אז אייער בליט איז יעצט ארויף אין קאפ!
וויזוי זאגט דער וועלט, ביסט נישט צפרידען מיטן עולם השקר, וויסטע שוין ח"ו גיין אויפן עולם האמת?
דרך אגב בין איך מעביר די סדרה יעדע וואך פרייטאג מיט די טו"ת און טאקע אין א העמק דבר חומש וואס האט די מדיוק'דיגע תרגום (אפילו אין א שמו"ת איז גרינגער)
און אסאך דיוקים בין איך טאקע שטארק מדייק אפשר מער ווי געווענדליך אבער פארט האב איך נישט אויפגעכאפט די זי"ת אן א נקודה, און די זעלבע איז מיט די חי א פתח אדער א צירי
דאנק דעם רבוש"ע וואס האט דיך מזכה געווען מיט וויסען די אלע זאכען (אפשר און דיינע יארן וועל איך אויך האלטען דארט, הלוואי) אבער וואס איז אזוי שווער צי פארשטיין?
אדרבה איך וואלט געמאכט א סטאטיסטיק דא אינעם קרעטשמע, וויפיל יודען דא (מרעט דאך פון חשוב'ע יודען וואס דאווענען און לערנען יעדן טאג) האבן נישט געוויסט פין אט די צוויי זאכען (און אפשר WITH ALL THE RESPECT וואלט איר מיר געזאגט פון ווען אן ווייסט איר שוין די אלע זאכען, גלייך ווען איר האט אנגעפאנגען אריינקוקען און סודר אדער און חומש)
נאכאמאל ר' שמחה איך אנערקען אייער שטארקע חכמה "באמת" און אלע הינזיכטען פון לערנען ביז ידיעות און זכרונות אלעס אלעס,
אבער מ'שמיסט זיך דארעך
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 11:58 pm

ר' יעקעלע,
דער יעב''ץ האלט אזוי ווי דו האסט דערמאנט, אבער למעשה האט מען עס נישט אנגענומען להלכה, וע''ע באשכול שם אדנ''י.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 12:27 am

יעקעלע פוקס האט געשריבן: (און אפשר WITH ALL THE RESPECT וואלט איר מיר געזאגט פון ווען אן ווייסט איר שוין די אלע זאכען, גלייך ווען איר האט אנגעפאנגען אריינקוקען און סודר אדער און חומש)

יעקעלע,
כ'וועל דיר אויסזאגען א סוד,
די האסט אויך געוויסט, און אלע יודען דא האבען געוויסט.
אינז זעמיר אלע געגאנגען און חדר און געהעריד געלערענט עברי.

נאר וואס דען, מיט די צייט כאפט זיך אריין טעותים. דער ווארט זית זעהט מען אזויפיל מאל פאר זיך אליינס, און און דעם דורך שניטלעכער טעגליכער רעדען רופט מען אן דער פרי מיט פתח/חירוק, איז ווען מעזעהט דער ווארט און חומש, אטאמאטיש זאגט מען עס 'כלומרשט' פון אויסענווענדיג, מעקוקט אריין און סידור אבער מעזאגט עס נישט פון איינוויניג. א שטייגער אוויא ווען די זאגסט אשרי, זאגט זיך עס שנעל ווייל עס איז רגיל בפיך פון אזויפיל מאל זאגען,(און טאקע מעזאגט פון אינוויניג אבער און אמתן זאגט מען פון אויסענווינג) אנדערשט אבער
א קאפיטעל תהילים אדער למשל די הפטרה יעדען שבת,
דארט איז מען מער פארזיכטיג און וואס מעזאגט. עס איז נישט רגיל בפיך, איז, קוקט מען אריין און מען איז אויפמערקזאם אויף די נקודות אויך.

קען זיין איי אווער ריעקטעט מיט מיין שטארק פרעגען.

איך האב אנגעפאנגען ליינען אלטס בחור ביי די פיפטצען יאהר.
ווען מען ליינט מיז מען אריין קוקען. און דער עולם וועט דיך כאפען ביי דיינע גרייזען, אן קיין טראף רחמנות.

לערענט מען זיך שנעל אויס אז מעקען נישט ליינען אזוי וויא מען איז געוואוינט ביים דאווענען.
מען מוז קוקען און זעהן וואס מעליינט. איז ממילא ווערט מען שוין ציגעוואוינט צי דאווענען דער אשרי, די זעלבע וועג אוויא א קאפיטעל תהילים וואס איז נישט רגיל.

עסט פרעגען איך-הער, און ער אלטץ בעל קורא, וועט מאשר זיין וואס איך האב געשריבען
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 11:22 am

הרב פוקס,
מהרב פארשלאפן האט שוין דאכציך געברענגט באריכות דעם ענין פון 'חי העולמים' (פארשלאפן, צייכן אן ביטע).

ר' שמחה,
אודה ולא אבוש, איך גלייך נישט צו דאווענען פון אינעווייניג ווייל די אויגן שווינדלען מיר און איך זאג שנעלער ווי איך ליין (ביי זאכן וואס איך זאג יעדן טאג) ממילא אויב כאפט זיך מיר אריין א טעות (זעלטן :? ) בלייבט עס ביי מיר ביז איינער ברענגט עס ארויף אינעם קרעטשמע.

משה
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2008 8:56 am

תגובהדורך משה » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 1:36 pm

אז מרעדט שוין יא דערפון איז כדי אויפמערקזאם צו מאכן ביי די מגילה קאפיטל ט' "ובשנים עשר חודש" זאגט מען נישט "איבישטיי-אים". נאר "איבישטיים".

איך האב שוין געזען אסאך גוטע בעל קורא'ס וואס ווייסן נישט דערפון.

just to let it know לידיעה בעלמא...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 2:19 pm

משה האט געשריבן:אז מרעדט שוין יא דערפון איז כדי אויפמערקזאם צו מאכן ביי די מגילה קאפיטל ט' "ובשנים עשר חודש" זאגט מען נישט "איבישטיי-אים". נאר "איבישטיים".

איך האב שוין געזען אסאך גוטע בעל קורא'ס וואס ווייסן נישט דערפון.

just to let it know לידיעה בעלמא...


משה'לע,
איך ווייס נישט וויאזוי פונעם נו"ן איז געווארן א טי"ת (אדער תי"ו כלומר), אבער דער כלל איז דאך די זעלבער אז וויבאלד ער איז דבוק צום 'עשר' פאלט דער חירק אוועק כנ"ל.

באמת קלער איך אז א בעל קורא וואס טראכט די טייטש בשעת'ן לייענען אדער ביים זיך פארקוקען האט רוב מאל א בעסערע שאנס צו כאפן די עברי און נקודות טעותים אויב קען מען די כללים, משא"כ איינער וואס לייענט עס ווי א עם-הארץ.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 4:39 pm

scy4851 האט געשריבן:
יעקעלע פוקס האט געשריבן: (און אפשר WITH ALL THE RESPECT וואלט איר מיר געזאגט פון ווען אן ווייסט איר שוין די אלע זאכען, גלייך ווען איר האט אנגעפאנגען אריינקוקען און סודר אדער און חומש)

איך האב אנגעפאנגען ליינען אלטס בחור ביי די פיפטצען יאהר.
ווען מען ליינט מיז מען אריין קוקען. און דער עולם וועט דיך כאפען ביי דיינע גרייזען, אן קיין טראף רחמנות.

לערענט מען זיך שנעל אויס אז מעקען נישט ליינען אזוי וויא מען איז געוואוינט ביים דאווענען.
מען מוז קוקען און זעהן וואס מעליינט. איז ממילא ווערט מען שוין ציגעוואוינט צי דאווענען דער אשרי, די זעלבע וועג אוויא א קאפיטעל תהילים וואס איז נישט רגיל.

עסט פרעגען איך-הער, און ער אלטץ בעל קורא, וועט מאשר זיין וואס איך האב געשריבען

כבוד ר' שמחה שליט"א
איך האב אויך געליינט פון די בר-מצוה יעדע שבת (יעצט שוין נישט) און מ'האט מיך טאקע שיין מסדר געווען, יעדער האט געוואלט כאפען דעם קליין ראצערל ביי א טעות, וכך הוה, האב איך בלית ברירה גיט געליינט, למעשה האב איך אבער 'זית' הערשט יעצט אויפגעכאפט (איבער צוואנציג יאר שפעטער)
און לגבי חי העולמים ווייס איך אויך אז עס איז דא א חילוק, און איך האב טאקע געשריבען אז "כמעט" נישט דא אחילוק, וויזוי עס הערט זיך, און אויף דעם האב איך גערעט פון די קאמארנער אז מ'דארף טאקע שטארק מדייק זיין אז מזאל חלילה נישט אריין גיין אין דעם גדר וואס ער זאגט
טעמו וראו כי טוב השם


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט