אשכול ראשי תיבות
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
אשכול ראשי תיבות
אזוי ווי היינט איז פארגעקומען א גאנצע איבערקערעניש ביי איינע פון די דערנעבנדיגע טישלען צוליב דעם וואס איינער פון די קאלעגעס האט זיך אויסגעדרוקט מיט אן אומבאקאנטן ראשי תיבות [זז"ג], ווידמע איך דא א ספעציעלע אשכול פאר ראשי תיבות.
דער אשכול וועט דינען אלץ הילף פאר שווערע ראשי תיבות, ווי אויך אלץ שטופ ווינקל פאר די וואס גלייכן זיך ארומצושפילן און אויפעפענען ראשי תיבות אויף אנדערע וועגן (ודי).
--------
איך הייב אן:
ווער ווייסט די ריכטיגע ערעפענונג פון אט דעם ראשי תיבות יכב"ץ

-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
מ'דארף בכלל מאכן כללים פאר די גאנצע אשכול, ס'קען קומען איינער, און נעמען א פסוק פונעם דאווענען און שרייבן די ראשי תיבות, און יעדער זאל זיך ברעכן קאפ, וואס דאס מיינט, ס'איז אביסל נאריש, ווען מ'געט אריין א ראשי תיבות דא, דארף מען אדער לייגן אפאר ווערטער פאר און אפאר ווערטער נאך, די געשטרעכלטע ווארט, אדער א פלאץ ווי מען קען טרעפן די אנגעגעבענע ווארט, אז מ'זאל האבן א שטיקל אהנונג פון וואס מ'רעדט דא, דאס איז מיין עפינדיען.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
איך האלט אז די דרוקערס האבן דאס אזוי געמאכט מיט א ספעציעלע כוונה, ווייל זיי האבן דאך אנגערופן די שלחן ערוך "מגיני ארץ" על שם די צוויי מגינים, מגן אברהם און מגן דוד, דערפאר האבן זיי ארויסגעשריבן "מגן אברהם" און "מגן דוד", משא"כ די אנדערע נעמען דערפון נר ישראל און טורי זהב, האבן זיי פארשלאסן אין ראשי תיבות (צו שפארן פלאץ).
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
קרעמער האט געשריבן:איך האלט אז די דרוקערס האבן דאס אזוי געמאכט מיט א ספעציעלע כוונה, ווייל זיי האבן דאך אנגערופן די שלחן ערוך "מגיני ארץ" על שם די צוויי מגינים, מגן אברהם און מגן דוד, דערפאר האבן זיי ארויסגעשריבן "מגן אברהם" און "מגן דוד", משא"כ די אנדערע נעמען דערפון נר ישראל און טורי זהב, האבן זיי פארשלאסן אין ראשי תיבות (צו שפארן פלאץ).
קרעמער גאנץ א זיסע סברא, אבער טוה א קוק אין לשון קדשו פונעם בן המחבר, וואס איך האב שוין אויבן צוגעצייכנט, וועט דיר די זאך אביסל קלארער ווערן.
וזל"ק בהקדמת רבי חיים בן המגן אברהם, בהקדמתו לספר מגן אברהם:
...כי היא חיים ואורך ימים למחזיקים, למגינם עליהם עידנא דעסיק ביה ובעידנא דלא עסיק ביה, קראתיו בשם "מגן אברהם", כששמעתי מתלמידיו המופלגים שי', שפעם אחת שאלו את רבם, היאך ומה יקרא שם של הספר, והשיב להם באקראי בעלמא "נר ישראל", ר"ת נר יפה של ר' אברהם הלוי. בכן אחזתי ידי בתרין בתי אבות, שאברהם נכלל בישראל להיות לנו הנר למאירת עינים, וגם נ"ר ישרא"ל בגי' מגינ"י אר"ץ דוד אברהם הסג"ל ז"ל. עכל"ק.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט קרעמער.
די זאך איז אזוי: דעם חיבור "מגן אברהם" האט דער מחבר קיינמאל נישט געדרוקט בחייו, ווען דער זוהן האט דאס געדרוקט, לאחר פטירתו, האט ער דאס א נאמען געגעבן: "מגן אברהם", און ווי ער שרייבט אליין אין די הקדמה האט זיין טאטע גערופן דעם חיבור בשם: "נר ישראל"
איי איז די פראגע, פארוואס האט ער געטוישט?
צו פארשטיין דעם תי', פעלט אויס צו וויסן א שטיקל ידיעה אינעם ענין.
דער מחדש פונעם נאמען "מגיני ארץ", אויפן שולחן אורח חיים, איז טאקע נישט קיין אנדערער ווי דער מג"א'ס זוהן. און טאקע ביי די אויסגאבע, ווי ער האט צום ערשטן מאל געדרוקט דעם חיבור מג"א, האט ער גענומען דעם שולחן ערוך אורח חיים און דאס א נאמען געגעבן "מגיני ארץ", און דערביי געטוישט דעם נאמען פונעם ספר "טורי זהב" אויף "מגן דוד" און דעם נאמען פון זיין טאטענס חיבור האט ער קובע געווען אויף "מגן אברהם".
אצינד ליין נאכאמאל איבער די ווערטער פונעם מג"א זוהן, אין די הקדמה, ויובן:
"בכן אחזתי ידי בתרין בתי אבות, שאברהם נכלל בישראל להיות לנו הנר למאירת עינים, וגם נ"ר ישרא"ל בגי' מגינ"י אר"ץ דוד אברהם הסג"ל ז"ל". עכל"ק.

זארעכ;
יעצט רעדסטו! יישר כח פאר די שיינע ערקלערונג.
למעשה איז עס טאקע אזוי ווי איך האב געזאגט (כמעט), אז דער "דרוקער" (אין אונזער פאל: דער זוהן פונעם מגן אברהם) האט באשלאסן א נאמען צו געבן דעם חיבור הכולל "מגיני ארץ", און טאקע דערפאר האט מען ביים מג"א ארויסגעשריבן "מגן אברהם" (און געלאזט דעם אנדערן/עיקר נאמען אין ראשי תיבות), ווידעראום דעם טורי זהב האט מען ארויסגעשריבן "מגן דוד" (וואס לויט ווי דו שרייבסט איז דער נאמען באשאפן געווארן טאקע דורכן זוהן פונעם מגן אברהם), און געלאזט דעם אנדערן/עיקר נאמען אין ראשי תיבות!
והכל על מקומו יבא בשלום.
-----
ואיידי דאתינן להכי, ווער האט קובע געווען די נאמען "אשלי רברבי" פארן שלחן ערוך יורה דעה, און "אפי רברבי" אויפן אבן העזר ? (א זאך וואס איך בין נעכטן געוואויר געווארן, ווען איינער האט מיר דאס צוגעוויזן אין שוהל נאכן הערן איבער די "מגיני ארץ" שערוריה דא אין קרעטשמע).