ישכר אדער יששכר
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
ישכר אדער יששכר
עס איז מיר אנגענומען אין געדאנק איך געדענק שוין נישט די מקור דערצו, אז ביז פרשת שמות לייענט מען "יששכר", און פון שמות והלאה לייענט מען "ישכר".
ווייסט איינער צי ס'יז ריכטיג און א מקור דערצו?
און וואס האט ישכר מיט דוב (ישכר בער)?
(אגב, ביי יששכר איז די קמץ א גדול, און ביי ישכר איז די קמץ קטן, אינטערעסאנט ווי ס'טוישט זיך)

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: ישכר אדער יששכר
שוועמל האט געשריבן:(אגב, ביי יששכר איז די קמץ א גדול, און ביי ישכר איז די קמץ קטן, אינטערעסאנט ווי ס'טוישט זיך)
פון וואו נעמסטו דאס?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
עס שטייט אז יעקב אבינו ביים אראפ גיין קיין מצרים, האט געאהאט אן אייניקל "יוב" און ווען ער איז אנגעקומען קיין מצרים האט ער געהערט אז דארט איז דא אן ע"ז מיט אזא נאמען, האט ער גענומען איין "ש" פון יששכר און עס געגעבן פאר יוב, און אים גערופן ישוב, (ווי מען זעהט טאקע אין ס' במדבר דעם נאמען ישוב).
דעריבער פון שמות ווען יודן זענען געקומען קיין מצרים האט מען אים גערופן נאר ישכר.
באמת האט ישכר גארנישט מיט דוב.
און אויך דער נאמען "בער" האט גארנישט מיט דוב, דער נאמען בער איז א דיטטשע ווארט, וואס באדייט שיינע גראז = "דודאים", און וויבאלד יששכר איז געבוירן געווארן דורך די דודאים, האט מען גערופן די צוויי נעמען צוזאמען, און ערשט שפעטער איז צוגעלייגט דעווארן די נאמען דוב.

כהאף נאך פארברייטערן דעם נושא אבער דער מקור איז אזוי ווי דער משאת המלך.
לישוב משפחת הישבי:
ברש"י לישוב הוא יוב כו' ע"ש, עוד י"מ (עיין בס' משכיל לדוד) דיוב נהיה לאחר זמן שם ע"ז, ונתן לו יששכר את האות ש' משמו כדי שלא יהא שמו כשם ע"ז ונקרא מעתה ישוב, ואחי וראש ביאר בזה המנהג שקוראים בתורה יששכר ככתיבתו בב' ש' עד פרשת פנחס, ומפרשת פנחס קוראים יששכר חסר ש' אחת, דלמבואר מובן היטב שהרי מפרשה זו נחסר האות ש' מיששכר ומעתה שמו ישכר.
עכ"ל
אלעקסס עס איז פלעין נישט שיין דאס צו טוהן פאר א זיידעניו, עס שטייט דאך בפירוש, קריינא דאיגרתא להויא פרונקא, ועוד אמרו המתחיל במצוה אומרים לו גמור....

- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
איכעראיך_הער האט געשריבן:איך האב נישט געהערט אז ס'האט צו טוהן מיט פאר שמות אדער נאך שמות, איך האב געהערט אז די ערשטע מאל ביים נאמען געבן, פרשת ויצא, ליינט מען יששכר, און פון נאכדעם ליינט מען ישכר.
און ווי אויך איז דא וואס פירן זיך אז מ'ליינט אלץ יששכר.
איך ווייס אויך אזוי.
דאס ערשטע מאל וויא דער נאמען איז דערמאנט ליינט מען יששכר דערנאך ליינט מען ישכר.
איך האב אזוי געטוהן ווען איך פלעג צי ליינען פון צייט צי צייט ביים אויווארער רב ז"ל און ער האט מיך אזוי געלאסט ליינען.
פון מיין טאטען ע"ה האב איך געהערט אז ווען ער האט געלערענט און מונקאטש האט ער דארט געהערט אלעמאל ליינען יששכר.
the SCY is the limit
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
שוועמל האט געשריבן:און וואס האט ישכר מיט דוב (ישכר בער)?
איך האב דא געשריבען וואס דער רבי זי"ע האט געזאגט פאר מיינער א פעטער בנוגע ישכר מיט בערשמערי בערי האט געשריבן:באמת האט ישכר גארנישט מיט דוב.
און אויך דער נאמען "בער" האט גארנישט מיט דוב, דער נאמען בער איז א דיטטשע ווארט, וואס באדייט שיינע גראז = "דודאים", און וויבאלד יששכר איז געבוירן געווארן דורך די דודאים, האט מען גערופן די צוויי נעמען צוזאמען, און ערשט שפעטער איז צוגעלייגט דעווארן די נאמען דוב.
the SCY is the limit
אויף כדי צו האלטן ווארט, וועל איך יעצט אביסל מאריך זיין אין דעם ענין,
לפי ידעתי איז דא פינף מנהגים איבער ווי זוי מען זאגט די ווארט יששכר, ביי קריאת התורה,
1) אין די גאנצע תורה זאגט מען יששכר מיט איין שי"ן דהיינו ישכר, דער ערשטע פון דעם מקור איז אין א פירוש אויף ספר יצירה פון ר' משה בוטבול זצ"ל בשם רב האי גאון, אויך איז דא א שיינע טעם אין בעלי תוספות אין פרשת ויצא אז איין שין איז פאר נתן א' שכרי און איין שין איז פאר שכר שכרתיך וואס דאס איז א טעם של גנאי און צילוב דעם זאגט מען נישט די צווייטע שין.
און לגבי גיטין איז דא די זעלבע מפהיכה ווי מען שרייב די נאמען ישכר.
די חידה אין מדבר קדמות ברענגט פון רבינו אפרים, אז מען זאל שרייבן מיט איין שין, דער ישמח משה שרייבט די זעלבע אין ער שרייבט אז דאס איז מטעם הכמוס, און אויך אין נודע ביהודא אבן העזר פסק'ענט אויך אזוי.
2) די ערשטע מאל וואס עס שטייט אין די תורה יששכר ליינט מען עס מיט ביידע שין'ס און פון דארט אין ווייטער ליינט מען עס נאר מיט איין שין, אזוי שטייט שוין אין די מנהגי ווירמיזא, און אזוי שרייבט דער חת"ם סופר אין תורת משה (מהדו"ק) פרשת ויצא, און לעצטענס איז ארויסגעקומען א ספר מנהגי החת"ם סופר שרייבן זיי עס דארט אויך, (עיין בדרשות חת"ס ח"א דף ס"ח ווי דארט זאגט ער פינק פארקערט אז יששכר איז בגמטרי' תת"ל כמספר השנין פון ביידע בתי מקדשות, און די ערשטע שי"ן זאגט מען נישט ארויס ווייל וכו', קען זיין אז ער רעדט פון די גאנצע תורה און נישט פון די ערשטע מאל, אולי), דער שואל ומשיב און זיין ספר על התורה דברי שאול (ויצא) שרייבט אויך אזוי,
3) אין די גאנצע תורה זאגט מען מיט ביידע שין'ס, דער קאמארנער אין היכל הברכה שרייבט אויף עטליכע פלעצער אזוי און אין פרשת ויצא ענדיגט ער "וכן נהג מו"ר דודי רבינו צבי הירש (זידיטשוב) וכן נהגו כל הצדיקים וישכר פי דוברי שקר," האט מיר איינער היינט געוויזן אז אין קרבן העני אין פרשת פנחס ווי ער שרייבט אז מהרצ"ה מזידישטוב האט געזאגט אז ביז פררשת פנחס זאגט מען יששכר. און דרכי חיים ושלום ברעגט אז אלע אדמור"י מונקאטש האבן אייביג געליינט מיט ביידע שין'ס און אויך אין קארלין איז אזוי דער מנהג.
4) ביז פרשת פנחס זאגט מען יששכר, און פון פרשת פנחס ליינט מען ישכר, דער מקור איז אין חומש דבק טוב פרשת ויחי וואס אלעקסיי האט צוגעברענג און די חידה דארט אין מדבר קדימות זאגט די טעם איז וועגן יוב הנ"ל און אויך איז דער קרבן העני בשם רצ"ה מזידישטוב א מקור דערצו.
5) און גור איז דער מנהג בשם דעם בית ישראל אז די ערשטע מאל זאגט מען ביידע יששכר-ישכר און נאכדעם זאגט מען נאר ישכר.
לפי ידעתי איז דא פינף מנהגים איבער ווי זוי מען זאגט די ווארט יששכר, ביי קריאת התורה,
1) אין די גאנצע תורה זאגט מען יששכר מיט איין שי"ן דהיינו ישכר, דער ערשטע פון דעם מקור איז אין א פירוש אויף ספר יצירה פון ר' משה בוטבול זצ"ל בשם רב האי גאון, אויך איז דא א שיינע טעם אין בעלי תוספות אין פרשת ויצא אז איין שין איז פאר נתן א' שכרי און איין שין איז פאר שכר שכרתיך וואס דאס איז א טעם של גנאי און צילוב דעם זאגט מען נישט די צווייטע שין.
און לגבי גיטין איז דא די זעלבע מפהיכה ווי מען שרייב די נאמען ישכר.
די חידה אין מדבר קדמות ברענגט פון רבינו אפרים, אז מען זאל שרייבן מיט איין שין, דער ישמח משה שרייבט די זעלבע אין ער שרייבט אז דאס איז מטעם הכמוס, און אויך אין נודע ביהודא אבן העזר פסק'ענט אויך אזוי.
2) די ערשטע מאל וואס עס שטייט אין די תורה יששכר ליינט מען עס מיט ביידע שין'ס און פון דארט אין ווייטער ליינט מען עס נאר מיט איין שין, אזוי שטייט שוין אין די מנהגי ווירמיזא, און אזוי שרייבט דער חת"ם סופר אין תורת משה (מהדו"ק) פרשת ויצא, און לעצטענס איז ארויסגעקומען א ספר מנהגי החת"ם סופר שרייבן זיי עס דארט אויך, (עיין בדרשות חת"ס ח"א דף ס"ח ווי דארט זאגט ער פינק פארקערט אז יששכר איז בגמטרי' תת"ל כמספר השנין פון ביידע בתי מקדשות, און די ערשטע שי"ן זאגט מען נישט ארויס ווייל וכו', קען זיין אז ער רעדט פון די גאנצע תורה און נישט פון די ערשטע מאל, אולי), דער שואל ומשיב און זיין ספר על התורה דברי שאול (ויצא) שרייבט אויך אזוי,
3) אין די גאנצע תורה זאגט מען מיט ביידע שין'ס, דער קאמארנער אין היכל הברכה שרייבט אויף עטליכע פלעצער אזוי און אין פרשת ויצא ענדיגט ער "וכן נהג מו"ר דודי רבינו צבי הירש (זידיטשוב) וכן נהגו כל הצדיקים וישכר פי דוברי שקר," האט מיר איינער היינט געוויזן אז אין קרבן העני אין פרשת פנחס ווי ער שרייבט אז מהרצ"ה מזידישטוב האט געזאגט אז ביז פררשת פנחס זאגט מען יששכר. און דרכי חיים ושלום ברעגט אז אלע אדמור"י מונקאטש האבן אייביג געליינט מיט ביידע שין'ס און אויך אין קארלין איז אזוי דער מנהג.
4) ביז פרשת פנחס זאגט מען יששכר, און פון פרשת פנחס ליינט מען ישכר, דער מקור איז אין חומש דבק טוב פרשת ויחי וואס אלעקסיי האט צוגעברענג און די חידה דארט אין מדבר קדימות זאגט די טעם איז וועגן יוב הנ"ל און אויך איז דער קרבן העני בשם רצ"ה מזידישטוב א מקור דערצו.
5) און גור איז דער מנהג בשם דעם בית ישראל אז די ערשטע מאל זאגט מען ביידע יששכר-ישכר און נאכדעם זאגט מען נאר ישכר.
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
וואס טוהט זיך מיט עולה זיין לתורה רופט מען אויס יששכר אדער ישכר, ווייל איך האב באמערקט אז איינקלעך פון הגה"צ בעל בינת יששכר מ'סענדזשארץ זצ"ל וואס האט געהייסן רבי יששכר בער דאכט זיך מיר אז זיי זענען עולה לתורה מיט יששכר, (אגב האט ער געהייסן אויפן נאמען בער נישט דוב און אזוי הייסן טאקע זיינע אייניקלעך נאך איהם, ווי אויך האט הגה"צ מ'וואוידיסלאב געהייסן ישכר בער נישט דוב).
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 988
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
ווי אויך און אנדערע פלעצער ווי מפירט זיך כנוסח זידיטשוב קאמארנא, זאגט מען אלץ יששכר, און ווי אויך שוין אויווען דערמאנט האט זיך די הייליגער קאמארנער אויסגעדריקט 'כי ישכר פי דוברי שקר'
וואס איך וויל צילייגען א אינטערעסאנטע זאך, איך האב א קינד וואס הייסט נאך א זיידען וואס האט געהייסען ישכר, און די רבי וואס האט דעם נאמען געגעבען האט געזאגט "יששכר" (נישט בטעות) און אזוי איז טאקע געבליבן זיין נאמען
ווי אויך האט מען דעם זיידען גערופען ר' בעריש אפילו ער האט נאר געהייסען ישכר און נישט דוב און אויך נישט בער, נאר ווייל ווי אויווען דערמאנט איז בער/בעריש א כינוי פאר ישכר ווייל דאס איז א נאמען פון די בלומען די דודאים וואס לאה האט באקומען פארן געבוירען יששכר

טעמו וראו כי טוב השם