טעותים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מיטוואך מארטש 27, 2019 8:50 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איינער ווייסט וואס מיינט טאקע 'העליש'? לעצטנס האב איך געזען ערגעץ, אז עס קומט פון ענגלישן 'העלל' - גיהנום....

אבער דער העלישער פלאם וואס קלאצקאפ ברענגט איז זיכער א העלישער טעות....

אמת, ס'איז נישט אין ריכטיגן קאנטעקסט. כ'האב נאר ארויסגעברענגט אז דער שרייבער האט געוואלט איבערזעצן 'מדורת אש'.
העליש קומט נישט פון ענגליש, עס איז אויך אין דייטש höllisch.
און יא, ס'האט שייכות מיטן גיהנם Hölle.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
צעגראדזשעט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:02 am
לאקאציע: אין מיין שוך

תגובהדורך צעגראדזשעט » מיטוואך מארטש 27, 2019 9:06 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:
האפ קאזאק האט געשריבן:היינט געזען אויפן צעטל:

דער וועלט'ס בארימטער מתמידים

מתמידים באלאנגט נישט פאר דער וועלט, עס באלאנגט פארן בעה''ב דערפון.
עס איז אבער בארימט אין דער גאנצער וועלט.

ריכטיג איז: דער וועלט-בארימטער מתמידים

יענער האט הויפטזעכליך געוואלט ארויסברענגן "וועלט-בארימטסטער". דאס מערסטע בארימט אין די גאנצע וועלט.

ביי נאו... קען ער זיך שוין אפשר האלטן פאר א וועלט בארימטע מתמידים... חחח...

סאברע
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 8:35 am

תגובהדורך סאברע » מוצ"ש ינואר 18, 2020 11:01 pm

הכותרת היא הטעות הכי גדולה - "טעותים".
צ"ל 'טעויות'.
עס איז נישטא אזא ווארט "טעותים" על פי דקדוק,
דאס איז נאר א מויל-שפראך. אזוי ווי 'תעניתים' (צ"ל תעניות)

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מוצ"ש ינואר 18, 2020 11:36 pm

סאברע האט געשריבן:הכותרת היא הטעות הכי גדולה - "טעותים".
צ"ל 'טעויות'.
עס איז נישטא אזא ווארט "טעותים" על פי דקדוק,
דאס איז נאר א מויל-שפראך. אזוי ווי 'תעניתים' (צ"ל תעניות)

ריכטיג. באקאנט.
ס'איז דא אנגעמערקט געווארן.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מיטוואך ינואר 22, 2020 2:19 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
סאברע האט געשריבן:הכותרת היא הטעות הכי גדולה - "טעותים".
צ"ל 'טעויות'.
עס איז נישטא אזא ווארט "טעותים" על פי דקדוק,
דאס איז נאר א מויל-שפראך. אזוי ווי 'תעניתים' (צ"ל תעניות)

ריכטיג. באקאנט.
ס'איז דא אנגעמערקט געווארן.

טעות.

אין לשה"ק זאגט מען על פי דקדוק "טעיות", אבער אין אידיש זאגט מען "טעותים", און אייוועלט איז אויף אידיש.

כ'האב גראדע געהאט געטראכט צו מאכן א שטיקל באשרייבונג פון לשה"ק ווערטער אין אידיש וועלכע זענען נישט אויסגעהאלטן אין לשה"ק און זענען דאך הונדערט פראצענט כשר אין מאמע לשון (צווישן אלע זאכן וואס איך האב געטראכט צו טון...). אז איר וועט בלעטערן אין אלטע אידישע זאכן, וועט איר טרעפן דערפון לרחצה; היינט מיט דער פארשפרייטונג פון דער העברעאישער שפראך אין ארץ ישראל האט מען צוביסלעך אנגעהויבן צוריקטוישן אסאך ווערטער צו זייער ארגינעלן פארעם.

איין קלאסישער ביישפיל אויף דעם פענאמען איז א זאך-ווארט (שם דבר) מיט אן אדיעקטיוו (תואר). אין לשה"ק ווען ס'איז דא א זאך-ווארט וואס ווערט פארגעשטעלט מיט אן אדיעקטיוו, וועט קודם שטיין דאס זאך-ווארט און דערנאך דער אדיעקטיוו. ביישפילן: בית גדול, ילד קטן, שלחן גבוה, כסא נמוך, חתול שחור, תרנגולת לבינה, גשם חזק, קול חלוש.

אין אידיש, דאגעגן, אזוי אויך אין אלע גערמאנישע שפראכן, וועט קודם קומען דער אדיעקטיוו און דערנאך דאס זאך-ווארט: א גרויסע הויז, א קליין קינד, א הויכער טיש, א נידריג בענקל, א שווארצע קאץ, א ווייסע הון, א שטארקער רעגן, א שוואך קול.

יעצט ווען מען ברענגט אריין אין מאמע לשון א לשה"ק'ע זאך-ווארט מיט'ן אדיעקטיוו אינאיינעם, וועט מען עס נישט זאגן ווי אין אידיש, נאר אויפ'ן ארגינעלן אופן, א שטייגער ווי "שבת קודש", "בית הקברות", "מגילת אסתר", אא"וו. דאס איז קלאר. וואו מענטשן ווערן צומישט איז ביי א פלאץ וואו מ'האט מ'פאראידישט בלויז דאס זאך-ווארט, און שפעטער לייגט מען צו אן אדיעקטיוו וועלכער איז גראדע אויך א לשה"ק'ע ווארט. "וועד החתונה" אדער "חתונה וועד"? "לוח סוף זמן קריאת שמע" אדער "סוף זמן קריאת שמע לוח"?

און וואס איז מיט "חנוכה מנורה"? גוט, ביי דעם קען מען זאגן אז ס'איז נישט לשה"ק, ווייל אויב יא וואלט מען געדארפט זאגן "מנורה של חנוכה". און "שושן פורים"? אקעי, גיי לערן אויס גראמאטיק א טאג נאכ'ן טרינקען...
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

לבלר
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

...ים אדער ...ות

תגובהדורך לבלר » מיטוואך ינואר 22, 2020 3:40 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
סאברע האט געשריבן:הכותרת היא הטעות הכי גדולה - "טעותים".
צ"ל 'טעויות'.
עס איז נישטא אזא ווארט "טעותים" על פי דקדוק,
דאס איז נאר א מויל-שפראך. אזוי ווי 'תעניתים' (צ"ל תעניות)

ריכטיג. באקאנט.
ס'איז דא אנגעמערקט געווארן.

מיין שאלה איז נאר, פון ווי קומט דאס ווארט "תהלים", עפ"י חשבון וואלט מען געדארפט זאגן "תהלות"?

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מיטוואך ינואר 22, 2020 4:44 pm

לבלר האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
סאברע האט געשריבן:הכותרת היא הטעות הכי גדולה - "טעותים".
צ"ל 'טעויות'.
עס איז נישטא אזא ווארט "טעותים" על פי דקדוק,
דאס איז נאר א מויל-שפראך. אזוי ווי 'תעניתים' (צ"ל תעניות)

ריכטיג. באקאנט.
ס'איז דא אנגעמערקט געווארן.

מיין שאלה איז נאר, פון ווי קומט דאס ווארט "תהלים", עפ"י חשבון וואלט מען געדארפט זאגן "תהלות"?

ווי אזוי זאל מען זאגן, נשים אדער נשות? אבים אדער אבות? מקומים אדער מקומות?

ביי זאך-ווערטער גייט נישט אייביג אן דער כלל אז מ'דארף ענדיגן -ים ביי זכרים און -ות ביי נקיבות. פאקטיש זענען דא געוויסע ווערטער וואס מ'טרעפט אויף ביידע פארמען, אזוי ווי חצרים-חצרות. זע איבער דעם אין אבן עזרא אנהייב שמות (נישט שמים, אפילו ס'איז לשון זכר), און אין תוספות שבת ב, ב.

אין פריערדיגע ספרים טרעפט מען טאקע "תהלות", אבער שפעטער איז געווארן מער פארשפרייט "תהלים".
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך ינואר 22, 2020 11:22 pm

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:ביי א כמו שארט-קאט אין מאנסי, הענגט שוין לאנג א טאוול, אז דער דורכגאנג איז "געאייניגט נאר פאר מענער".
כ'בין נייגעריג צי נאר מיר גריזשעט עס.

ווייס איך נישט וואו דער שארטקאט איז, אבער דער תגובה גריזשעט גענוג..
"געאייגנט"
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט