טעותים
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
טעותים
איך מיין עס וואלט געווען א געוואונטשענע טעמע - טעותים, אנווייזן אויף טעותים וואס גנב'ען זיך אריין צווישן אידישע שרייבער, סיי שרייבער פון בארוף און אויך סתם עמך וואס שרייבן דא און דארט א צעטל, א מודעה, אן אי-מעיל, צי א תגובה.
דא אויפן שפיץ פינגער ליגן מיר איצט צוויי-דריי טעותים אויף אנצוהייבן:
שטומען, געשטומט - ריכטיג: שטימען, געשטימט (שטום איז איינער וואס רעדט נישט)
אייגנטומער - ריכטיג: אייגנטימער, דאס איז דער מענטש, דער בעל-הבית און באזיצער פון אייגנטום, און אזוי אויך מערערע אייגנטימער/בעלי-בתים. אייגנטום מיט א ווא"ו באציט זיך בלויז אויף די פארמעגנס, נישט אויף זייערע בעלי-בתים. עס איז א שם-הכולל (אזוי ווי אידנטום, רייכטום), און עס קומט נאר בלשון-יחיד - דאס אייגנטום
אינטערוויוס - אויף אידיש זאגט מען בלשון-רבים: אינטערוויוען. דער מענטש וואס מאכט דעם אינטערוויו - אינטערוויואירט, און ער איז אן אינטערוויואירער. פאר די וואס רעכענען זיך מיט ווערטערביכער: כאטש הארקאווי אין דער הוספה צו זיין אידיש-ענגליש-העברעאישן ווערטערבוך שרייבט אנדערש, מעג מען אבער אויף אים חולק זיין. וויינרייכס החלטה, וואס שטימט מיטן אויבנדערמאנטן, איז לענ"ד ריכטיגער.

- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
Re: טעותים
אידיש האט געשריבן:שטומען, געשטומט - ריכטיג: שטימען, געשטימט (שטום איז איינער וואס רעדט נישט)
זענען נישט די צוויי מושגים פון די זעלבע שורש? ווען איינער איז שטום האט ער נישט קיין שטומע, און ווען איינער גייט שטומען גיבט ער אפ זיין שטומע?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אנדי.
שטימען VOTEN און א שטימע VOICE איז די זעלבע זאך, VOTE און VOICE איז אויך דער זעלבער שורש, און טאקע וועגן דעם, ווייל ווען איינער גיבט אפ זיין שטימע, שטימט ער, אבער שטום MUTE SHTUM, דאס איז מיט א וי"ו און די אנשי ליטא וועלן דאס ארויסזאגן, מיט א מלאפום אונזער קמץ.
לפי זה קומט אויס אז שטום איז לשון סגי נהור פון שטימע, און פון די ווערטער וואס אין לה"ק איז עס דבר והפיכו ווי שורש.

scy4851,
האלט זיך רואיג און ווער נישט געכאפט אין פלאחראחנאטיע. קיינער קוקט נישט נאך, נישט דיך און נישט אנדערע. עס זענען נישטא קיין געהיימע אגענטן און שפיאנען. מ'וועט דא קיינעם נישט כאפן ביים ווארט, אדער ביים אות. די כוונה איז נאר טעותים אין אלגעמיין וואס כאפן זיך אריין ביים עולם, נישט יעדער גרייז וואס כאפט זיך ביי איינעם ארויס. קענסט שרייבן ווי ביז איצט אן קיין שום דאגה. עס וועט קיינעם נישט אחרן און קיינער וועט דיך נישט קריטיקירן אדער ח"ו אפלאכן פון דיר. עס איז נארמאל דא אזוי. עס איז א היימיש קרעמל, און יעדער האט דאס רעכט און ווערט אפילו דערמוטיגט צו שרייבן ווי ער וויל און פילט. דערפאר רופט זיך דאס די "היימישע" קרעטשמע. עס ווערט נישט געשטעלט דא א דגש צו שרייבן ריכטיג אדער פערפעקט. דער ציל אין דער דאזיגער טעמע איז אויך נישט איינעם אויסצובעסערן דא אין דער קרעטשמע, נאר בלויז צו אדרעסירן טעותים בדרך-כלל פאר די וואס ווילן זיך לערנען פון טעותים און שרייבן ריכטיגער.

- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
ר' שמחה, ס'איז גוט אז איר זאלט וויסן, אז ס'איז דא דא (קען זיין אז כ'בין מיך טועה, און כ'רעד פון אלטשטאט, סאכדעס עט שוין וויסן.) אן עמטליכע אשכול, פון טעותים פון שרייבער, און כ'בין אפילו נישט זיכער, צו מ'האטעס געעפענט, עפעס אויפצוטוהן, נאר ענדערש צו כאפן איינעם ביים ווארט, און די קרעטשמע איז דערמיט נישט אונטער געגאנגען, סאו ברויכסט נישט מורא האבן.
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
דא האט איר ר' שמחה, דאס פון וואס כ'האב גערעדט פריער. טאקען סאכדעס האטעס געעפנט, און טאקע מיט מיר אנגעהויבן. איר קענט אליינס זעהן, אז ס'האט נישט אנגעהאלטן מער ווי פיר פעיזשעס.
הגם ס'קען זיין, אז די נייע שרייבער וועלן זיך יעצט ארויף כאפן דערויף, ווי אויף הייסע לאקשן.

- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
מר. אידיש,
אויסערדעם וואס איך האב איצט א שטיקל פראבלעם זיך צו באדאנקן פאר אייער רייכע תגובה צו scy4851, וויל איך אייך יא פערזענליך בעטן, - פארשטייט זיך אויב איז דאס נישט שווער, און נאר ווען עס קומט אייך אן גרינג - איר זאלט מיר פארעכטן אויף מיינע טעותים, אפילו אויב עס וועט זיין פערזענליך. כ'זוך צו קענען די כללים פון שרייבן, ולא הבישן למד.
טענקס אגען.

פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
דער מענטש איז אויסנאם פיין.
טעות. אויסנאם איז נישט קיין אדיעקטיוו אדער אדווערב, וואס באציט זיך און איז מסביר אן אנדער אדיעקטיוו אדער אדווערב ("פיין"). "אויסנאם" קען נישט מסביר זיין "פיין".
דער איינציגער וועג ווי אזוי מ'קען עס ניצן איז: ער איז אן אויסנאם מיט זיין פיינקייט, אדער ווען מ'כאפט צוזאמען די צוויי ווערטער: אויסנאם-פאל (אויסנאמס-פאל) אד"ג. אויסנאם איז בעצם א זאכווארט (שם עצם).
אויב מ'וויל עס יא ניצן אלס אן אדיעקטיוו און אפגעטיילט פון אנדערן ווארט, דארף מען שרייבן אויסנעמליך (אויסנעמליך פיין).
סאכדעס,
פאררעכטן - מיט צוויי רי"שן.
טעות. אויסנאם איז נישט קיין אדיעקטיוו אדער אדווערב, וואס באציט זיך און איז מסביר אן אנדער אדיעקטיוו אדער אדווערב ("פיין"). "אויסנאם" קען נישט מסביר זיין "פיין".
דער איינציגער וועג ווי אזוי מ'קען עס ניצן איז: ער איז אן אויסנאם מיט זיין פיינקייט, אדער ווען מ'כאפט צוזאמען די צוויי ווערטער: אויסנאם-פאל (אויסנאמס-פאל) אד"ג. אויסנאם איז בעצם א זאכווארט (שם עצם).
אויב מ'וויל עס יא ניצן אלס אן אדיעקטיוו און אפגעטיילט פון אנדערן ווארט, דארף מען שרייבן אויסנעמליך (אויסנעמליך פיין).
סאכדעס,
פאררעכטן - מיט צוויי רי"שן.
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
סאכדעס,
באדאנקען - מיט אן עי"ן נאך נק (און נג - חוץ ביי אדיעקטיוו - לאנגן)
מילער,
אויסנאך-אויסנעמליך - פינקטליך (פון פונקט) פארוואס און ווען יא/ווען נישט איז א טעמע וואס וואלט געווען אינטערעסאנט צו פארשן. עס זענען דא כללים, אבער געווענליך אויף אנדערע "איבערקלאנגען" (אדער "אינעווייניגסטע בייגונג"), ווי למשל פון יחיד אויף רבים, פארקלענערווערטער, קאמפאראטיוון און סופערלאטיוון (כ'האב ממש נישט קיין צייט מרחיב צו זיין ועוד חזון למועד) וכו'. אין דעם פאל מיטן -ליך (אדער -לעך) ענדונג, זענען דא נאך פיל אזעלכע. דאס זעלבע איז מיט ו' אויף י' אדער יי וואס איך האב דערמאנט "פינקטליך" איז ווייל פילמאל טוישט זיך דער ו' אויף א י' ווען עס קומט צו -ליך אדער אנדערע סופיקסן. אבער אויסער דעם זענען דא ווערטער מיט א פתח אדער קמץ וואס טוישן זיך אויף אן עי"ן מיטן צוגאב -ליך. אנדערע אזעלכע ווערטער זענען געפאר - געפערליך, גאנץ - גענצליך, פערזאן - פערזענליך, טאג - טעגליך, יאר - יערליך.
מאשקע,
ריכטיג (גערעכט) וועגן פאררעכטן/פארריכטן, אבער וויבאלד סאכדעס האט אזוי געשריבן, האב איך מעורר געווען נאר אויפן טאפלטן ריש, ווייל איך האב נישט דעם קוראזש צו זאגן אז פאררעכטן איז היינט א טעות, פונקט ווי איך וואלט עס נישט געזאגט אויף דאפלטן אנשטאט טאפלטן. ווען איינער וועט זאגן, למשל, שטערקער אנשטאט שטארקער, וועל איך אויך מוזן האלטן דאס מויל פארמאכט.
אנדי,
גערעכט וועגן דיינע הערות וועגן קאמפאזאטיזירט/קאמפאזירט. אבער עס זענען יא דא וואס שרייבן קאמפאנירט, פונקט ווי זיי שרייבן אימפאנירט אויף IMPOSED. אויף פשוט אידיש: צוזאמענגעשטעלט אדער צונויפגעשטעלט.
יאהאן,
איך לייען גאר ווייניג דעם "שטערן", אבער וואס איך ווייס קלאר אז דער רעדאקטאר איז איינער פון די וואס האבן היינט א שטארקן אינטערעס אין לערנען, פארשטיין און שרייבן ריכטיגער לויט די גראמאטישע כללים.

אידיש האט געשריבן:סאכדעס,

יישר כוח מר. אידיש פאר די הערה, איך וויל ארויסברענג(ע)ן מיינע טיפע דאנק(ע)ן אויף דיין אויסערגעווענדליכע איבערגעגעבנקייט.
קומען ביידע טאקע מיט אן עי"ן?
דערנאך, אדרבה ואדרבה, האלט דאס מויל אפן. איך האב קיינמאל נישט אויפגעמערקט אז דאס איז נישט ריכטיג געשריבן, איך האף צו פארריכטן פון היינט און ווייטער.
אידיש האט געשריבן:
מילער,
אויסנאך-אויסנעמליך - פינקטליך (פון פונקט) פארוואס און ווען יא/ווען נישט איז א טעמע וואס וואלט געווען אינטערעסאנט צו פארשן. עס זענען דא כללים, אבער געווענליך אויף אנדערע "איבערקלאנגען" (אדער "אינעווייניגסטע בייגונג"), ווי למשל פון יחיד אויף רבים, פארקלענערווערטער, קאמפאראטיוון און סופערלאטיוון (כ'האב ממש נישט קיין צייט מרחיב צו זיין ועוד חזון למועד) וכו'. אין דעם פאל מיטן -ליך (אדער -לעך) ענדונג, זענען דא נאך פיל אזעלכע. דאס זעלבע איז מיט ו' אויף י' אדער יי וואס איך האב דערמאנט "פינקטליך" איז ווייל פילמאל טוישט זיך דער ו' אויף א י' ווען עס קומט צו -ליך אדער אנדערע סופיקסן. אבער אויסער דעם זענען דא ווערטער מיט א פתח אדער קמץ וואס טוישן זיך אויף אן עי"ן מיטן צוגאב -ליך. אנדערע אזעלכע ווערטער זענען געפאר - געפערליך, גאנץ - גענצליך, פערזאן - פערזענליך, טאג - טעגליך, יאר - יערליך.
.
איך האב נישט פארשטאנען דאס ערשטע חלק פונעם פאראגראף, אבער די לעצטע שורה מיט דוגמאות זענען גענוג פאר מיר צו פראוון דיין פוינט.
דאנקע שיין מר. אידיש פאר די מיה און צייט אונז אויסצובעסערן און לערנען, כה לחי!