טעותים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 4:42 pm

איך ווייס נישט וואס דער טעות איז, אויב אין אידיש איז איינס אן הושענא און לדעת מחשב ברויך מען שרייבן הושענא'ס דאן גילט דאס אויך אין לשה"ק אז איינע איז א א הושענא און איטליכע זענען הושענות.

און אז ס'שטייט שוין אין רמ"א איז דאך זיכער נישטא וואס צו רעדן.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 4:48 pm

דערפאר טאקע האבן מיר געשריבן: 'ריכטיגע/אומריכטיגע ווארט', ניין, עס שטומט נישט הושענא'ס אויך נישט, עס איז ווי: העלף-ביטע'עס. עס איז נישט קיין 'שם דבר' וואס דארט פאסט זיך עס יא, ווי למשל תפילות וכו'.
הוי מחשב...

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 5:13 pm

דער מהרי"ל (הלכות לולב אות א) ברענגט אז מען רופט עס 'הושענות' ווייל מען איז עס מנענע בשעת מען זאגט נאכאמאל און נאכאמאל הושענא.
דאס מיינט אז די ערבות ווערן אנגערופן מיט א נייעם נאמען, א נייער שם דבר 'הושענות'.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 5:19 pm

אגב דערמאנט עס אויך פון די ערשטע דרוקן מדרש רבה וואס אויפן שער-בלאט שטייט 'מדרש רבות', און הייסן הייסט דער מדרש על שם ר' הושעיא רבה אדער על שם רבה בר נחמני.
פאסט דען צו זאגן אויף צוויי ספרים הנקראים על שם רבה "רבות"?
דאך, וויבאלד ס'איז על חומשי התורה ועל המגילות האט מען עס גערופן בלשון רבים 'מדרש רבות'.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 5:53 pm

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:דער מהרי"ל (הלכות לולב אות א) ברענגט אז מען רופט עס 'הושענות' ווייל מען איז עס מנענע בשעת מען זאגט נאכאמאל און נאכאמאל הושענא.
דאס מיינט אז די ערבות ווערן אנגערופן מיט א נייעם נאמען, א נייער שם דבר 'הושענות'.


גראדע דער מהרי"ל רעדט נישט פון די ערבות-הושענות, נאר פון אלע ד' מינים צוזאמען זאגט ער אז מ'רופט עס הושענות, ווייל מ'זאגט דערמיט 'הושענות'.

image.png
image.png (17.53 KiB) געזעהן 1657 מאל


אלענפאלס, זעט טאקע אויס אז דאס ווארט איז שוין גאר פריער'דיג, בלייבט נאר איבער זיך צו וואונדערן פון וואו דאס שטאמט.
הוי מחשב...

האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

תגובהדורך האפ קאזאק » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:50 pm

היינט געזען אויפן צעטל:

דער וועלט'ס בארימטער מתמידים

מתמידים באלאנגט נישט פאר דער וועלט, עס באלאנגט פארן בעה''ב דערפון.
עס איז אבער בארימט אין דער גאנצער וועלט.

ריכטיג איז: דער וועלט-בארימטער מתמידים
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1773
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 2:37 pm

איבער די דעבאטע וויאזוי צו שרייבן "הושענות". איך מיין אז אויב גייט מען אזוי ווייט קען מען פרעגן די זעלבע אויף מחזורים, סידורים, חומשים, וכו'. מ'רופט אן זאכן לויט די נאמען וואס מאכט עס די גרינגסטע צו אידענטיפיצירן.

ODOM
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 9:38 am

אזוי ווי דער קעפל דא "טעותים", פאסט אויך זאגן "הושענות".
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 2:23 pm

האפ קאזאק האט געשריבן:היינט געזען אויפן צעטל:

דער וועלט'ס בארימטער מתמידים

מתמידים באלאנגט נישט פאר דער וועלט, עס באלאנגט פארן בעה''ב דערפון.
עס איז אבער בארימט אין דער גאנצער וועלט.

ריכטיג איז: דער וועלט-בארימטער מתמידים

יענער האט הויפטזעכליך געוואלט ארויסברענגן "וועלט-בארימטסטער". דאס מערסטע בארימט אין די גאנצע וועלט.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 2:28 pm

ODOM האט געשריבן:אזוי ווי דער קעפל דא "טעותים", פאסט אויך זאגן "הושענות".


זאלץוואסער האט געשריבן:איבער די דעבאטע וויאזוי צו שרייבן "הושענות". איך מיין אז אויב גייט מען אזוי ווייט קען מען פרעגן די זעלבע אויף מחזורים, סידורים, חומשים, וכו'. מ'רופט אן זאכן לויט די נאמען וואס מאכט עס די גרינגסטע צו אידענטיפיצירן.



א זאך וואס איז א שם דבר, קען מען נוצן בלשון רבים. טעות - פארבלאנדזשעטקייט, איז בלשון רבים טעותים - פארבלאנדזשעטקייטן. די זעלבע מחזור -מחזורים, וכו'.

משא"כ 'הושענות' - 'העלף-ביטע'כצער' האט נישט קיין פשט. אזוי מיין איך.
הוי מחשב...

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 2:31 pm

טעות מיינט פארבלאנזשעט?! תעיתי איז פארבלאנזשעט....
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 2:35 pm

תעיתי... און גוט 'פארגרייזט'..
הוי מחשב...

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 2:37 pm

טעות בלשון רבים איז טעויות.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 2:41 pm

אפשר איז א חילוק צווישן לשה"ק און ארמ'יש? איך קען נישט די כללים.
הוי מחשב...

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 2:41 pm

ביי א כמו שארט-קאט אין מאנסי, הענגט שוין לאנג א טאוול, אז דער דורכגאנג איז "געאייניגט נאר פאר מענער".
כ'בין נייגעריג צי נאר מיר גריזשעט עס.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 7:17 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:טעות בלשון רבים איז טעויות.

אזוי ווי די אמעריקאנער בחורים אין אר''י פרעגן אין די געשעפטן 'יש לך שקיתים?' אנשטאט שקיות...
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 1:18 pm

IMG_2416.JPG
IMG_2416.JPG (14.41 KiB) געזעהן 1232 מאל

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 1:28 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:טעות בלשון רבים איז טעויות.

אזוי ווי די אמעריקאנער בחורים אין אר''י פרעגן אין די געשעפטן 'יש לך שקיתים?' אנשטאט שקיות...

מ׳דערציילט אז ווען דער בן יהודה איז אריין צו איינעם פון די גדולים רעדן וועגן די וויכטיקייט פון עברית האט יענער זיך געדינגען מיט איהם, און בן יהודה האט זיך אנגערופן אתה מדבר שטותים, האט איהם דער גדול געזאגט אז לפי כללי הדקדוק דארף מען זאגן שטיות, און ער האט דאס פאראכטן.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 7:03 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:
IMG_2416.JPG

אויף וואס קומען זיי מוחה זיין?....
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 7:38 pm

איינס האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:טעות בלשון רבים איז טעויות.

אזוי ווי די אמעריקאנער בחורים אין אר''י פרעגן אין די געשעפטן 'יש לך שקיתים?' אנשטאט שקיות...

מ׳דערציילט אז ווען דער בן יהודה איז אריין צו איינעם פון די גדולים רעדן וועגן די וויכטיקייט פון עברית האט יענער זיך געדינגען מיט איהם, און בן יהודה האט זיך אנגערופן אתה מדבר שטותים, האט איהם דער גדול געזאגט אז לפי כללי הדקדוק דארף מען זאגן שטיות, און ער האט דאס פאראכטן.

שוין עס קומט זיך א יש'כ פארן גדול פארן ארויס העלפן מיטען שפראך
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:40 am

פיל שרייבן: "מען לייגט א דגוש אויף...".
אנשטאט: "מען לייגט א דגש אויף...".
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מארטש 27, 2019 5:24 pm

Annotation 2019-03-27 172150.png
Annotation 2019-03-27 172150.png (568.53 KiB) געזעהן 359 מאל


א העלישער פלאם?! רחמנא ליצלן!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מיטוואך מארטש 27, 2019 5:55 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:א העלישער פלאם?! רחמנא ליצלן!

ס'דארף צו זיין א מליצה פונעם לשון המשנה אין מס' ראש השנה: "עד שהיה רואה כל הגולה לפניו כמדורת האש".
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מארטש 27, 2019 5:56 pm

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:א העלישער פלאם?! רחמנא ליצלן!

ס'דארף צו זיין א מליצה פונעם לשון המשנה אין מס' ראש השנה: "עד שהיה רואה כל הגולה לפניו כמדורת האש".

אבער וואס עפעס העליש?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מארטש 27, 2019 7:41 pm

איינער ווייסט וואס מיינט טאקע 'העליש'? לעצטנס האב איך געזען ערגעץ, אז עס קומט פון ענגלישן 'העלל' - גיהנום....

אבער דער העלישער פלאם וואס קלאצקאפ ברענגט איז זיכער א העלישער טעות....
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט