אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

כ'ווייס נישט אויב ס'איז שוין דא אזא אשכול, אויב יא קען מער אריבערפירן, אבער ס'מאכט זיך אמאל אז מ'האט קלענערע זאכן צו מגיה זיין, און אויב איז דא איינער וואס קען גוט מגיה זיין, און האט א גוטע אידיש, און ער וויל עס טון פאר א טובה, קען ער עס קענען מגיה זיין.
לעצט פארראכטן דורך לעקיש אום מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 1:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

Re: אייוועלט הגה"ה סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

לכבוד תומכי הישיבה והורי התלמידים הע"י.

ביטע געט אונז א מינוט, און ליינט אפ אונזערע ווערטער, געשריבן מעומק הלב.

עס איז קיין סוד פאר קיינעם אז אין אונזער ישיבה ישיבת אור נפתלי, ווערט אריינגעלייגט גאר אסאך כח און צייט צו הייבן א יעדע בחור צום מאקסימום מעגליך. און ווי פארשטענדליך קאסט דאס אויך א געוואלד מיט געלט.

עס איז אמת אז א חלק ניכר דערפון ווערט באצאלט דורך די שכר לימוד פון די עלטערן, אבער ווי פארשטענדליך דעקט דאס נישט אלע קאסטן, און מיר מאכן ווי יאר יערליך, א מלוה מלכה – דיננער, צו געבן די געלעגנהייט פאר אייך, צו האבן א זכות אין די הונדערטע שעות תורה 'טעגליך'!

אבער מער ווי אלע יארן זענען מיר דאס יאר אנגעוויזן אויף א ברייטערע שטוצע פון אייך ידידנו הנכבד, צוליב דעם וואס ווי באוויסט האבן מיר דאס יאר פארמינערט די צאל תלמידי הישיבה, כדי צו הייבן די אווירה רוחני אינעם ישיבה, און זיך צו קענען אפגעבן מיט יעדע בחור באזונדער.

צעזאמען מיט דעם איז מיטגעקומען דאס אז מיר האבן פארלוירן די שכר לימוד פון אט די בחורים, וואס איז בעצם א מוז פאר אונז צו קענען אנגיין, אבער טראץ דעם האבן מיר געטון וואס מיר האבן געפילט פאר ריכטיג פאר די טובה פון אונזער רוחניות מער ווי אויפן גשמיות.

אבער טאקע דערפאר דארפן מיר – די הנהלה גשמיות – שווערער ארבעטן צו דעקן דעם חלול, פונעם בחור וואס איז נישטא... בעטן מיר פון אייך: נעמט אויף אייך א בחור'ס ליידיגע פלאץ, באצאלט די שכר לימוד פון דעם בחור וואס איז נישט אין אונזער ישיבה, אויף א יאר; האלבע יאר אדער לכה"פ א חודש, כדי מיר זאלן טאקע קענען אנגיין און הייבן די בחורים ווייטער, לנחת הוריהם ומוריהם.

בזכות זה וועט איר אוודאי באשאנקען ווערן מיט אלע ברכות האמורות בתורה, אורך ימים בימינה בשמאלה עושר וכבוד, רפואות און ישועות, נחת פון די אייגענע קינדער און אייניקליך, אמן.

החותמים בברכה: הנהלת הישיבה
לעצט פארראכטן דורך לעקיש אום מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 1:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אייוועלט הגה"ה סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

בשמאלה אן די וואו
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

שכח נקודה! פאראכטן
אגב, מ'קען אויך פארעכטן די פינטליך און קאמעס.
איך זע יעצט אז רפואות פעלט א וואו.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אייוועלט הגה"ה סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

לעקיש האט געשריבן:לכבוד תומכי הישיבה והורי התלמידים הע"י.

ביטע געט אונז א מינוט, און ליינט אפ אונזערע ווערטער, געשריבן מעומק הלב.

עס איז קיין סוד פאר קיינעם אז אין אונזער ישיבה ישיבת אור נפתלי, ווערט אריינגעלייגט גאר אסאך כח און צייט צו הייבן א יעדע בחור צום מאקסימום מעגליך. און ווי פארשטענדליך קאסט דאס אויך א געוואלד מיט געלט.

עס איז אמת אז א חלק ניכר דערפון ווערט באצאלט דורך די שכר לימוד פון די עלטערן, אבער ווי פארשטענדליך דעקט דאס נישט אלע קאסטן, און מיר מאכן ווי יאר יערליך, א מלוה מלכה – דינער, צו געבן די געלעגנהייט פאר אייך, צו האבן א זכות אין די הונדערטע שעות תורה 'טעגליך'!

אבער מער ווי אלע יארן זענען מיר דאס יאר אנגעוויזן אויף א ברייטערע שטיצע פון אייך ידידנו הנכבד, צוליב דעם וואס ווי באוואוסט האבן מיר דאס יאר פארמינערט די צאל תלמידי הישיבה, כדי צו הייבן די אווירה רוחני אינעם ישיבה, און זיך צו קענען אפגעבן מיט יעדע בחור באזונדער.

צוזאמען מיט דעם איז מיטגעקומען דאס אז מיר האבן פארלוירן די שכר לימוד פון אט די בחורים, וואס איז בעצם א מוז פאר אונז צו קענען אנגיין, אבער טראץ דעם האבן מיר געטון וואס מיר האבן געפילט פאר ריכטיג פאר די טובה פון אונזער רוחניות מער ווי אויפן גשמיות.

אבער טאקע דערפאר דארפן מיר – די הנהלה גשמיות – שווערער ארבעטן צו דעקן דעם חלל, פונעם בחור וואס איז נישטא... בעטן מיר פון אייך: נעמט אויף אייך א בחור'ס ליידיגע פלאץ, באצאלט די שכר לימוד פון דעם בחור וואס איז נישט אין אונזער ישיבה, אויף א יאר; האלבע יאר אדער לכה"פ א חודש, כדי מיר זאלן טאקע קענען אנגיין און הייבן די בחורים ווייטער, לנחת הוריהם ומוריהם.

בזכות זה וועט איר אוודאי באשאנקען ווערן מיט אלע ברכות האמורות בתורה, אורך ימים בימינה ובשמאלה עושר וכבוד, רפואת און ישועות, נחת פון די אייגענע קינדער און אייניקליך, אמן.

החותמים בברכה: הנהלת הישיבה

די נוסח קען נוצן א שיפור, איך האב בלויז אנגעצייכנט עטליכע גרייזן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

wow אסדר
שכח שכח!
לעצט פארראכטן דורך לעקיש אום מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 1:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אייוועלט הגה"ה סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

לעקיש האט געשריבן:לכבוד תומכי הישיבה והורי התלמידים הע"י.

ביטע גיבט אונז א מינוט, און ליינט אפ אונזערע ווערטער געשריבן מעומק הלב.

עס איז קיין סוד פאר קיינעם אז אין אונזער ישיבה, ישיבת אור נפתלי, ווערן אריינגעלייגט גאר אסאך כח און צייט צו הייבן יעדן בחור צום מאקסימום מעגליך. ווי פארשטענדליך קאסט דאס אויך א געוואלד מיט געלט.

עס איז אמת אז א חלק ניכר דערפון ווערט באצאלט דורכ'ן שכר לימוד פון די עלטערן, אבער ווי פארשטענדליך דעקט דאס נישט אלע קאסטן. דעריבער מאכן מיר היי-יאר, ווי יאר יערליך, א מלוה דמלכה לטובת הישיבה, צו געבן די געלעגנהייט פאר אייך צו האבן א זכות אין די הונדערטער שעות תורה 'טעגליך'!

אבער מער ווי אלע יארן זענען מיר דאס יאר אנגעוויזן אויף א ברייטערע שטיצע פון אייך ידידנו הנכבד, צוליב דעם וואס ווי באוואוסט האבן מיר דאס יאר פארמינערט די צאל תלמידי הישיבה, כדי צו הייבן דעם אוויר רוחני אין ישיבה און זיךקענען אפגעבן מיט יעדן בחור באזונדער.

צוזאמען מיט דעם איז אויך מיטגעקומען דאס אז מיר האבן פארלוירן דעם שכר לימוד פון אט די בחורים, וואס איז בעצם א מוז פאר אונז צו קענען אנגיין. אבער טראצדעם האבן מיר געטון וואס מיר האבן געפילט פאר ריכטיג פאר דער טובה פון אונזער רוחניות מער ווי אויפ'ן גשמיות.

אבער טאקע דערפאר דארפן מיר – די הנהלה גשמית – שווערער ארבעטן צו דעקן דעם חלל וואס האט זיך געשאפן מיט'ן פארמינערטן צאל בחורים. דעריבער אפעלירן מיר צו אייך, צו נעמען אויף זיך דעם פלאץ פון איין פעלנדער בחור, באצאלן דעם שכר לימוד פון דעם בחור וואס איז נישט דא אויף א יאר, א האלבע יאר, אדער לכה"פ א חודש, כדי מיר זאלן קענען אנגיין און הייבן די בחורים ווייטער לנחת הוריהם ומוריהם.

בזכות זה וועט איר אוודאי באשאנקען ווערן מיט אלע ברכות האמורות בתורה, אורך ימים בימינה בשמאלה עושר וכבוד, רפואות און ישועות, נחת פון די אייגענע קינדער און אייניקלעך, אמן.

החותמים בברכה: הנהלת הישיבה
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

A1 ר' גרשון, שכח. א פיינע ארבעט געמאכט!

אגב, ניצט מען נישט אסאך היינטיגע צייטן די ווארט געט אנשטאטס גיבט?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

@ר' גרשון, 'דער טובה' ליבערשט ווי 'די טובה'?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

באצאלן דעם שכר לימוד פון דעם בחור וואס איז נישט דא, אויף א יאר, א האלבע יאר,

כנלענ"ד צוצולייגן די קאמע, היות 'אויף א יאר' גייט ארויף אויף די באצאלן, נישט אויף ווילאנג ער איז נישטא.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

פאר אדער קומט א קאמע?
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

זיךקענען קומט א ספעיס
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

נקודהלע האט געשריבן:פאר אדער קומט א קאמע?

זע איך יעצט אז מ'קען אדער יא אדער נישט לייגן א קאמע פאר אדער.
In a series (or list) of three or more items, you can use a comma before or, but this is a preference, not a rule. (Grammarly)
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נקודהלע האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:פאר אדער קומט א קאמע?

זע איך יעצט אז מ'קען אדער יא אדער נישט לייגן א קאמע פאר אדער.
In a series (or list) of three or more items, you can use a comma before or, but this is a preference, not a rule. (Grammarly)

ריכטיג, דאס רופט זיך אן "אקספארד קאמע". איך בין מיך נוהג עס צו לייגן, וויבאלד ס'מאכט דאס ליינען מער פארשטענדליך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

זאג א גוטס האט געשריבן:@ר' גרשון, 'דער טובה' ליבערשט ווי 'די טובה'?

יא, לשון נקיבה דאטיוו.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

*פון איין "פעלנדן" בחור. ניין?

אויך האב איך בעסער ליב דאס ווארט "פונדעסטוועגן" אנשטאט טראצדעם, סאיז מער געשמאק און אידישליך, אבער דאס האט שוין מער מיט טעיסט.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למדן וצדיק האט געשריבן:*פון איין "פעלנדן" בחור. ניין?

ריכטיג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

הנני בזה להזמין אמע”כ לבא ולהשתתף
בסעודת מלוה דמלכה ומסיבת דינער
לטובת ישיבתנו הק’ ישי”ק וכו’
שיתקיים בעז”ה במוצש”ק ויחי י”ט טבת הבעל”ט
באולם וכו’
נטילת ידים לסעודת מלוה מלכה רחבה
בשעה 8:40 בדיוק
דברי ברכה וכו’
נואם הכבוד
ידינו הנכבד: השתתפתיכם יהיה לנו לכבוד ולחיזוק!
הנהלת הישיבה
באס יסע מביהמ”ד וכו’ בשעה 9:00
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

לעקיש האט געשריבן:הנני בזה להזמין אמע”כ לבא ולהשתתף
בסעודת מלוה דמלכה ומסיבת דינער
לטובת ישיבתנו הק’ ישי”ק וכו’
שיתקיים בעז”ה במוצש”ק ויחי י”ט טבת הבעל”ט
באולם וכו’
נטילת ידים לסעודת מלוה מלכה רחבה
בשעה 8:40 בדיוק
דברי ברכה וכו’
נואם הכבוד
ידינו הנכבד: השתתפתיכם יהיה לנו לכבוד ולחיזוק!
הנהלת הישיבה
באס יסע מביהמ”ד וכו’ בשעה 9:00

הננו
את מע"כ
לבוא להשתתף (בלא וא"ו, ואינו מוכרח)
מלכה
שתתקיים
מוצש"ק
X(לסעודת מלוה מלכה רחבה)X
ידידינו הנכבד
השתתפותכם תהיה
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

יידישע קהילות האט געשריבן:
לעקיש האט געשריבן:הנני בזה להזמין אמע”כ לבא ולהשתתף
בסעודת מלוה דמלכה ומסיבת דינער
לטובת ישיבתנו הק’ ישי”ק וכו’
שיתקיים בעז”ה במוצש”ק ויחי י”ט טבת הבעל”ט
באולם וכו’
נטילת ידים לסעודת מלוה מלכה רחבה
בשעה 8:40 בדיוק
דברי ברכה וכו’
נואם הכבוד
ידינו הנכבד: השתתפתיכם יהיה לנו לכבוד ולחיזוק!
הנהלת הישיבה
באס יסע מביהמ”ד וכו’ בשעה 9:00

הננו
את מע"כ
לבוא להשתתף (בלא וא"ו, ואינו מוכרח)
מלכה
שתתקיים
מוצש"ק
X(לסעודת מלוה מלכה רחבה)X
ידידינו הנכבד
השתתפותכם תהיה

שכח!
אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

ב"ה
ערש"ק פרשת בשלח תשפ"א לפ"ק
יישר כח פארן אריינעמען אונזערע געסט לכבוד די שבת עליה לתורה פון אונזער זון החתן כמר משה צבי ני"ו.
אי"ה ביי אייך אויף שמחות געזונטערהייט!
א גוט שבת, משפחת שרייבער
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ב"ה
ערש"ק פרשת בשלח תשפ"א לפ"ק
יישר כח פאר'ן ארייננעמען אונזערע געסט לכבוד דעם שבת עליה לתורה פון אונזער זון החתן כמר משה צבי ני"ו.
אי"ה ביי אייך אויף שמחות געזונטערהייט!
א גוט שבת, משפחת שרייבער
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

יישר גרשון!
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

איינער קען מיר דאס געבן א שיק איבער געפינטלט מיט נקודות? (אויב ס'איז גוט שנעל קען מען ארבייטן אויף נאך פאר שכר משלם).

וזכינו לגדל בנים ובני בנים חכמים ונבונים אוהבי ד' יראי אלקים אנשי אמת זרע קודש בד' דביקים ומאירים את העולם בתורה ובמעשים טובים ובכל מלאכת עבודת הבורא.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

Re: אייוועלט הגה"ה און שיפור לשון סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאראמוטשי »

דאס איז זיכער דא מנוקד ועומד אויף גוגל.

איר האט בדוקא געטוישט פון וזכני צו א לשון רבים?
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”