'ההוא' טייטש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: 'ההוא' טייטש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

גרשון האט געשריבן:אופס... מעשה איז לשון זכר (מה המעשה הזה אשר עשיתם), וויבאלד דער ה' האט א סגול. די זעלבע איז מיט מקוה.

אין אידיש איז יא יענע, וויבאלד אידיש מאכט נישט קיין חילוק צווישן א קמץ און א סגול, אלעס וואס ענדיגט זיך מיט א ה' איז לשון נקיבה.

מקוה איז מיט סגול?
---
דאס איז דאך די חילוק ביי די נומער שמונה, צווישן קמץ און סגול, אנדערש ווי די אנדערע וועלכע האבן דעם ה' ביי לשון זכר, צב"ש שלש/שלשה.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: 'ההוא' טייטש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

ההוא גברא איז יענער 'מאן' אדער יענער 'מענטש'?
לכאורה מאן, פארקערט ווי ההיא איתתא.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: 'ההוא' טייטש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

זאג א גוטס האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:אופס... מעשה איז לשון זכר (מה המעשה הזה אשר עשיתם), וויבאלד דער ה' האט א סגול. די זעלבע איז מיט מקוה.

אין אידיש איז יא יענע, וויבאלד אידיש מאכט נישט קיין חילוק צווישן א קמץ און א סגול, אלעס וואס ענדיגט זיך מיט א ה' איז לשון נקיבה.

מקוה איז מיט סגול?
---
דאס איז דאך די חילוק ביי די נומער שמונה, צווישן קמץ און סגול, אנדערש ווי די אנדערע וועלכע האבן דעם ה' ביי לשון זכר, צב"ש שלש/שלשה.

מיט א צירי אדער א סגול -- נישט קיין קמץ.

שמונָה איז פאר זכרים, און שמונֶה איז פאר נקיבות. ס'איז פארקערט ווי דער כלל ביי שמות העצם אז א קמץ מאכט דאס ווארט פאר לשון נקיבה און א סגול נישט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חוק תוכות
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 8:17 pm

Re: 'ההוא' טייטש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוק תוכות »

ערלויבט מיר אריינשטעקן די נאז. א פשוטע בדיקה אין אוצר החכמה (די ספרים אין עברי טייטש, יזכור בוכער כו'), ווייזען די דאזיגע תוצאות:
יענע_מענטש = 3 מאהל
יענער_מענטש = 67 מאהל
יענעם_מענטש = 45 מאהל
יענע_מאן = 2 מאהל
יענער_מאן = 36 מאהל
יענעם_מאן = 29 מאהל
יעצט עמער לאזען די "יעניגע" זיך ווייטער אויס'טענה'ן יענער צו יענע
מאי אשכולות - איש שהכל בו (סוטה מז:) - ודבריהם כיין אשכולות משמח אלקים ואנשים (תפ"י יכין סוטה ט'). ותרגומו בוויקי: renaissance man
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: 'ההוא' טייטש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

גרשון האט געשריבן:שמונָה איז פאר זכרים, און שמונֶה איז פאר נקיבות. ס'איז פארקערט ווי דער כלל ביי שמות העצם אז א קמץ מאכט דאס ווארט פאר לשון נקיבה און א סגול נישט.


אזוי ווי ביי אלע אנדערע מספרים מיט א ה"א (און א קמץ) לשון זכר, און אהן א ה"א לשון נקבה.

______________________________________________
נאך אלעם איז שמנה בסגול אנדערש ווי מקוה, מראה וכדומה, ביי וועלכע די ה"א איז פונעם שרש (און די מ"ם איז נוספת). משא"כ ביי שמנה איז די ה"א נוסף.

און עס איז באמת יצא מן השורה, אז עס האט א ה"א הנוספת, מיט א סגול דערצו, (ומלרע).
עס זעהט אויס ממש ווי עס איז מושרש אין די ווארט, אבער אויב אזוי וואו איז עס אנטרינען ביי שמנה לזכר? (וואלט געדארפט זיין שמנתה).
שטייענדיג שוין אין כסליו, קען מען דערמאנען אז אכט איז דאך ארויס פון טבע. (דער גאנצער מושג טבע רופט דאך דער מהר"ל סדר, ודו"ק).
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”