ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2437
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך שטומפיג » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 11:59 am

אנדערש ווי דעם אשכול אין וועלכע מ'קען "פרעגן" וואס ס'איז די וועג צו זאגן עפעס אויף ענגליש, עפן איך דעם דאזיגן אשכול אין וועלכע מ'קען "זאגן" אז ס'איז נישט פארהאן אין ענגליש עפעס וואס איז יא פארהאן אין אידיש. ( די סברא זאגט אז אזא אשכול איז שוין דא איך האב אבער אזאנס נישט געטראפן)

איך וועל עס עפענען מיט צוויי משלים:

"נאך"
די ווארט "נאך" (קמץ פתוחה), נוצט מען אין אידיש פאר 1) געב מיך נאך זופ 2) ס'איז געווען נאך איינער דארט 3) איך וועל דיר זאגן נאך מער.
אין ענגליש איז נישט דא א ווארט צו ריפלעיסן דעם "נאך". ביי דוגמא 1 נוצט מען "more" וואס איז באמת "מער" אין אידיש, ביי נומער 2 נוצט מען "another" וואס איז באמת "אנדערע" אין אידיש, און אנשטאט די דריטע פראזע וואלט מען לכאורה געזאגט "even" וועלכע איז באמת "אפילו" אין אידיש.
סאו דער "נאך" האט נישט איין סובסיטוט אין ענגליש, און באמת איז ער גענצליך איבריג אין אידיש אויך, ווייל אויף יעדע באנוץ איז שוין דא א אידישע ווארט.

"יא"
ווען מ'נוצט די ווארט "יא" שטערקער צו מאכן א פוינט, למשל "איך בין יא דארט געווען" אדער "איך האב יא אויפגערוימט".
אין ענגליך וואלט מען סתם געזאגט "I was there" און געגעבן א שטיקל קנייטש אויף די ווארט "was" לאלומיה. אין בעסטן פאל וואלט מען צוגעלייגט א "did", למשל "I DID Clean up"
אבער אין אידיש נוצט מען די "יא", און אויף ענגליש באשטייט עס נישט.
...האט זיך די רבי ארומגעדרייט צו ר' יוסל און זיך אנגערופן מיט א שמייכל
"נישט פון מיר לאכן זיי, פון דיר לאכט מען, ווייל דו גייסט אן א מאסק"
(פיקטיווע געשיכטע, באזירט אויף אמת'ע פאקטן)

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 12:30 am

שיין און אינטערעסאנט.

אפשר קען מען צולייגן: מויער.
אין ענגליש איז עס wall אזוי ווי 'וואנט'. אבער דער 'מויער' האט נישט קיין אייגענעם נאמען.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

ווארעמע מעלאנע
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך ווארעמע מעלאנע » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 12:39 am

א מויער איז א fortress.

נעה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך נעה » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 2:24 am

ווי פלעגט מיין רבי זאגן
נחת איז נישט דא אין ענגליש
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

טריליאנער
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 8:50 pm

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך טריליאנער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 2:31 am

די ווארט נעבעך איז נישט דא אין ענגליש
רחמנות איז pity אבער סתם נעבעך איז נישט דא
אז דו חלומסט סייווי פאר וואס פון מיליאן חלום פון טריליאן

נעה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך נעה » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 2:40 am

חוצפה
בייגל
טשולענט
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 8:07 am

שטומפיג האט געשריבן:"יא"
ווען מ'נוצט די ווארט "יא" שטערקער צו מאכן א פוינט, למשל "איך בין יא דארט געווען" אדער "איך האב יא אויפגערוימט".
אין ענגליך וואלט מען סתם געזאגט "I was there" און געגעבן א שטיקל קנייטש אויף די ווארט "was" לאלומיה. אין בעסטן פאל וואלט מען צוגעלייגט א "did", למשל "I DID Clean up"
אבער אין אידיש נוצט מען די "יא", און אויף ענגליש באשטייט עס נישט.

גראדע איז יא דא א ווארט דערפאר אין ענגליש, "indeed"
I was indeed there, I did indeed clean up

און אז מ'רעדט פונעם ווארט "נעבעך", דאס איז פון די איינציגסטע ווערטער וואס זענען געשאפן געווארן דורך אידיש, ס'איז פארדרייט פון א ווארט אין טשעכיש וואס באדייט "שלימזל", למעשה זעהט אבער אויס אז ס'איז יאר אריין אינעם ענגלישן לעקסיקאן.
לעצט פאראכטן דורך חלב ישראל אום מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 8:59 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך יודל קליין » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 8:26 am

טריליאנער האט געשריבן:די ווארט נעבעך איז נישט דא אין ענגליש
רחמנות איז pity אבער סתם נעבעך איז נישט דא

ס'איז טאקע נישט די אפטייטש פונעם ווארט נעבעך אבער אין ענגליש זאגט מען unfortunately
זה הקטן גדול יהי'

אוועטאר
ציגאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך ציגאנער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:34 am

זאט

ראש המערכה
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: בית ה'

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך ראש המערכה » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:47 am

איך מיין ס'איז באמת יא דא א ענגלישע ווארט פאר יעדע אידישע ווארט (אפשר אפילו צוויי) נאר די המון עם ניצט נישט אפי' האלב ווערטער פון וואס ס'דא אינעם דיקשענערי. ענגליש איז זייער א רייכע און פארצווייגטע שפראך.

אדמיראל
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:54 am

דאס אז מען ווייסט נישט פון א ווארט, מיינט נישט אז ענגליש פארמאגט עס נישט.
ציגאנער האט געשריבן:זאט

די ענגלישע ווארט פאר זאט איז sated. מען הערט עס זעלטן, אבער די ווארט ערשיינט אסאך אין ליטעראטור.

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 10:07 am

ענדליך דא אשכול דערוועגן.

וויאזוי זאגט מען און ענגליש די ווארט שיף (נישט גראד) למשל א שיפע דאך?
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

טוב ויפה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך טוב ויפה » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 11:00 am

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:א מויער איז א fortress.

fortress מיינט נישט א מויער,‏ עס מיינט א שטארקע געביידע/בילדינג

מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!

אוועטאר
א צווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך א צווייטער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 11:05 am

נעה האט געשריבן:חוצפה
בייגל
טשולענט

חוצפה איז אינטערעסאנט אז זיי האבן שוין אריינגעלייגט אינם דיקשאנערי chutzpah,

בייגל, baigle איז נישט ענגליש?

טשולענט אליינס איז דאך אויך נישט דא ביי זיי, נישט נאר די ווארט..
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.


טוב ויפה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך טוב ויפה » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 11:22 am

עס זענען כמעט נישט דא קיין ווערטער וואס עקזיסטירן נישט אינעם ענגלישן שפראך, נאר עס איז נישט קיין ווארט וואס איז מיוחד "נאר" פאר דעם.
למשל די ווארט more‏ מיינט מער און עס מיינט אויך 'נאך'
די ווארט wall מיינט וואנט און עס מיינט אויך מויער.
ווער האט דיר פארציילט אז בעצם מיינט wall וואנט, און מ'נוצט עס אויך פאר מויער? עס איז א ווארט וואס איז לכתחילה תרתי משמע!

אפשר ווילסטו זאגן אז עס איז נישט דא קיין ווארט אויף ענגליש פאר 'סעקונדע'? ווייל די ווארט second‏ מיינט דאך 'צווייטע'?

ס'איז טאקע דא ווערטער וואס זענען נאר דא אין איין שפראך אבער נישט אין א צווייטע, און וועגן דעם איז טאקע אונזערע אידיש אנגעפילט מיט ענגליש(כל אחד לפי מדינתו). אבער כדי צו זאגן אז עס איז נישט דא אזא ווארט אין דעם שפראך איז נאר ווען איך דארף צוקומען צו א צווייטע שפראך. נישט ווען איך האב א ווארט וואס איז בלויז נישט מיוחד פאר דעם.
נאך א נקודה.. אסאך מאל פעלט א ווארט, נישט ווייל זיי האבן נישט אזא ווארט נאר ווייל זיי האבן נישט אזא מושג. ווי למשל א אידישע זאך ווי טשאלענט, חלה, אדער פארשטייט זיך תפילין סכך גמרא... בקיצור כאפסט די געדאנק

מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!

נעה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך נעה » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 11:38 am

בייגל איז אידיש
טשולענט איז ביי זיי א חשובע מאכל למשל ווען סווערט אויסגעפירט א מיסיע אין ספעיס
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8189
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 11:44 am

שטומפיג האט געשריבן:"נאך"
די ווארט "נאך" (קמץ פתוחה), נוצט מען אין אידיש פאר 1) געב מיך נאך זופ 2) ס'איז געווען נאך איינער דארט 3) איך וועל דיר זאגן נאך מער.
אין ענגליש איז נישט דא א ווארט צו ריפלעיסן דעם "נאך". ביי דוגמא 1 נוצט מען "more" וואס איז באמת "מער" אין אידיש, ביי נומער 2 נוצט מען "another" וואס איז באמת "אנדערע" אין אידיש, און אנשטאט די דריטע פראזע וואלט מען לכאורה געזאגט "even" וועלכע איז באמת "אפילו" אין אידיש.
סאו דער "נאך" האט נישט איין סובסיטוט אין ענגליש, און באמת איז ער גענצליך איבריג אין אידיש אויך, ווייל אויף יעדע באנוץ איז שוין דא א אידישע ווארט.

"יא"
ווען מ'נוצט די ווארט "יא" שטערקער צו מאכן א פוינט, למשל "איך בין יא דארט געווען" אדער "איך האב יא אויפגערוימט".
אין ענגליך וואלט מען סתם געזאגט "I was there" און געגעבן א שטיקל קנייטש אויף די ווארט "was" לאלומיה. אין בעסטן פאל וואלט מען צוגעלייגט א "did", למשל "I DID Clean up"
אבער אין אידיש נוצט מען די "יא", און אויף ענגליש באשטייט עס נישט.

דוגמא 1 משל 3

אין ענגליש איז עס ווייטער 'מאור' נישט even וואס מיינט טאקע אפילו. אידיש: איך וועל דיר אפילו זאגן נאכמער. ענגליש: I'll tell you even more.

ממילא 1 מיט די 3 זענען די זעלבע, נאך מיינט מאור.

דוגמא 2

אין ענגליש וואלט מען געזאגט: i was actually there. אין אידיש: איך בין פאקטיש דארט געווען, אדער מיט א פשוט'ע רעדנדע אידיש: איך בין יא דארט געווען.

אין ענגליש רעדט מען בדרך כלל מיט א רייכערע שפראך, אין אידיש זאגט מען געוויסע ווערטער וואס מ'שרייבט קיינמאל נישט. פשוט ווייל דער עולם קען נישט קיין אידיש. חוץ די גאר גרויסע בעלי דרשנים און שרייבערס וואס ברענגען זיך גוט ארויס אין ריין אידיש. ליידער.

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך נעכטן » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 11:59 am

דאס ווארט 'טאקע' איז נישט דא אין ענגליש.
געשריבן דורך: נעכטן

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך נעכטן » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 12:01 pm

חלב ישראל האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:"יא"
ווען מ'נוצט די ווארט "יא" שטערקער צו מאכן א פוינט, למשל "איך בין יא דארט געווען" אדער "איך האב יא אויפגערוימט".
אין ענגליך וואלט מען סתם געזאגט "I was there" און געגעבן א שטיקל קנייטש אויף די ווארט "was" לאלומיה. אין בעסטן פאל וואלט מען צוגעלייגט א "did", למשל "I DID Clean up"
אבער אין אידיש נוצט מען די "יא", און אויף ענגליש באשטייט עס נישט.

גראדע איז יא דא א ווארט דערפאר אין ענגליש, "indeed"
I was indeed there, I did indeed clean up

און אז מ'רעדט פונעם ווארט "נעבעך", דאס איז פון די איינציגסטע ווערטער וואס זענען געשאפן געווארן דורך אידיש, ס'איז פארדרייט פון א ווארט אין טשעכיש וואס באדייט "שלימזל", למעשה זעהט אבער אויס אז ס'איז יאר אריין אינעם ענגלישן לעקסיקאן.

נעבעך האביך אמאל געזען איז געווארן פון די ווערטער ''ניט ביי אייך''
געשריבן דורך: נעכטן

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 12:10 pm

נעכטן האט געשריבן:דאס ווארט 'טאקע' איז נישט דא אין ענגליש.

פעמים Indeed ופעמים Truly
איידער איר גיבט א שפאן / אין מרה שחורה אריין / געבט אייך א דערמאן / אז פינקט ווי אן עראפלאן / וואס פארט קיין קאזאחסטאן / איז קיין ניק נישט פארהאן / וואס טראגט א טורבאן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24883
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 12:14 pm

טוב ויפה האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:א מויער איז א fortress.

fortress מיינט נישט א מויער,‏ עס מיינט א שטארקע געביידע/בילדינג

פעסטונג
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 12:15 pm

אומפארגינער, פארגין יענעם, איז דא אין ענגליש?
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 12:16 pm

אחת ואחת האט געשריבן:ענדליך דא אשכול דערוועגן.

וויאזוי זאגט מען און ענגליש די ווארט שיף (נישט גראד) למשל א שיפע דאך?



וויל איך שוין אויך לאנג וויסן

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 12:16 pm

אויך, וויאזוי זאגט מען בערגיג?

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ס'איז דא אין אידיש, אבער נישט אין ענגליש.

תגובהדורך גרשון » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 12:17 pm

חלב ישראל האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:"יא"
ווען מ'נוצט די ווארט "יא" שטערקער צו מאכן א פוינט, למשל "איך בין יא דארט געווען" אדער "איך האב יא אויפגערוימט".
אין ענגליך וואלט מען סתם געזאגט "I was there" און געגעבן א שטיקל קנייטש אויף די ווארט "was" לאלומיה. אין בעסטן פאל וואלט מען צוגעלייגט א "did", למשל "I DID Clean up"
אבער אין אידיש נוצט מען די "יא", און אויף ענגליש באשטייט עס נישט.

גראדע איז יא דא א ווארט דערפאר אין ענגליש, "indeed"
I was indeed there, I did indeed clean up

איך מיין אז indeed טייטשט זיך בעסער "טאקע".

פון גוגל (דער צווייטער באדייט איז עפעס אזוי ווי "אפילו"):
1. used to emphasize a statement or response confirming something already suggested.
"it was not expected to last long, and indeed it took less than three weeks"

2. used to introduce a further and stronger or more surprising point.
"the idea is attractive to many men and indeed to many women"
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט