פארשלאגן פאר דער אידישער שפראך

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אידיש גראמאטיק
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2020 1:38 pm

Re:

תגובהדורך אידיש גראמאטיק » דינסטאג ינואר 05, 2021 3:17 pm

גרשון האט געשריבן:וועלן מיר אנהייבן מיט א געדאנק, צו שאפן אין אידיש א קאנסטאנאנט פאר'ן ענגלישן W. אונזערע זיידעס וואס זענען געקומען פון אייראפע האבן בכלל נישט אנערקענט אז ס'עקזיסטירט אזא קלאנג; אינדערהיים האבן זיי נישט געוואוסט פון אזוינס, ס'איז אן ענגלישער חידוש. אנשטאט זיך באזעצן אין דער הערליכער Williamsburg, זענען זיי געגאנגען קיין וויליאמסבורג...

היינט צוטאגס, ווען אן א שיעור ווערטער אין אונזער וואקאבולאר ווערן ארויסגעזאגט מיט'ן W, וואלט שוין געווען העכסט צייט צו מאכן א חילוק אין שריפט צווישן א V און א W. א פראקטישער וועג דערצו איז וו' (וו'יליאמסבורג), אדער ווה (ווהליאמסבורג).

אין דייטשלאנד איז דער W דאס זעלבע ווי א V, פונקט ווי אידיש.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: פארשלאגן פאר דער אידישער שפראך

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג ינואר 05, 2021 3:27 pm

גרשון האט געשריבן:אגב, דו מישסט אביסל איבער יידישיזם. די רעפארמער זענען געווען אין מערב-אייראפע און אמעריקע, בעת יידישיזם שטאמט פון מזרח-אייראפע, פון די ציונ'יסטישע פארגייערס. זיי האבן זיך אפגעשאקלט פון דייטשמעריזמען נישט ווייל זייערע זיידעס האבן עס גערעדט, נאר ווייל אין מזרח-אייראפע איז דער אידיש געווען אנדערש.

די סיבה פארוואס די אידישיסטן האבן נישט ליעב דייטשמעריזם האט מיר אמאל א (פרומע) אידישיסט געזאגט איז ווייל זיי ווילן אוועקשטעלן אידיש אלס א באזונדערע שפראך פון דייטש, לאפוקי פון די אנגענומענע מיינוג אז אידיש איז נאר א דייטשע דיאלעקט (וואס אגב זענען דא א שיינע פאר דייטשע דיאלעקטן וואס זענען אומפארשטאנדבאר איינס פאר׳ן אנדערן, אני הקטן למשל קען נאר הויכדויטש, אנדערע דיאלעקטן זענען מיר זייער שווער צו פארשטיין, שוין אפגערעדט פון פלאטדויטש וואס איז פאר מיר ווי כינעזיש). ווי אויך אזויווי אין אידיש קען זיך צומאל מאכן אפאר ווערטער מיט׳ן זעלבן באדייט, איינס פון פוילישע אידיש, א צווייטע פון רוסישע אידיש, א דריטע פון ליטווישע אידיש, א.א.וו., וועלן זיי אלץ אויסקלויבן דאס ווארט וואס איז די ווייטסטע פון דייטש.

און אז מ׳רעדט שוין, פון די שמועסן דא אויפ׳ן וועלטל האב איך מיר באגעגנט מיט אזא סארט שיטה נאר וועגן אן אנדערן טעם, נעמליך צו זיין ווי מער אנדערש פון די פארשאלטענע נאציס/דייטשן, און ווען איך האב אריינגעווארפן א ווארט אז די יידישיסטן האבן אויך ליעב צו זיין ווי מער אנדערש פון דייטש זענען די בעלי השיטה הנ״ל אריין אין א פארלעגנהייט, זיי האלטן נאך אינמיטן אויפקומען מיט א מהלך ווי מ׳קען אפטוהן די דייטשן מיט די יידישיסטן אינאיינעם... אזוי קוקט מען נעבעך אויס ווען די סארט נארישע השקפות דיקטירן דעם מענטש׳נס לעבן אויף טריט און שריט, מ׳פירט גאנצעטע חשבונות מיט די גאנצע וועלט, דעם דארף מען צופיקסן, פון דעם דארף מען זיך דערוווייטערן, און אזוי פארפלאנטערט מען זיך נאר מער און מער און מ׳טרעפט נישט דעם עקזיט פון די אלע חשבונות און פילפולים. דער דייטש און יידישיסט גייען זיך ווייטער אן מיט זייער טאג און דער פארלירער פון די גאנצע געים ביזטו אליינס.
לעצט פאראכטן דורך חלב ישראל אום דינסטאג ינואר 05, 2021 3:45 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

והיתם נקיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: פארשלאגן פאר דער אידישער שפראך

תגובהדורך והיתם נקיים » דינסטאג ינואר 05, 2021 3:32 pm

די ארגינעלע לאטיינישע אלפאבעט האט נאר געהאט דעם V (וואס אין קליין האט מען עס געשריבן u), און מ'האט עס ארויסגעזאגט ווי א W.

מיט די צייט האבן די נישט פראפעסיאנאלע לאטיינער אנגעהויבן ארויסצוזאגן דעם V אזויווי מ'זאגט עס היינט, און לכבוד דעם האט מען צוגעלייגט דעם W וואס איז א דאפעלטע V, ארויסצוברענגען אז מ'רעדט ממש פון דעם ארגינעלן V.

לענינו, אין אידיש איז נישטא אזא זאך ווי א W, און ווען מ'שרייבט אן ענגליש ווארט אין אידיש ספעלט מען עס דאך עס סייווי נישט ווי אין ענגליש (למשל מ'שרייבט "גראסערי" און נישט "גראוסערי"), און דערפאר איז נישט מוכרח אז ס'איז פראבלאמאטיש צו שרייבן "וואלאבאוט סטריט", ווייל אפילו איינער וועט עס זאגן מיט א ו' ענדיגט זיך אויך נישט די וועלט...

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פארשלאגן פאר דער אידישער שפראך

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג ינואר 05, 2021 4:20 pm

גרשון האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:צום נושא האשכול

די ציל פון די אידישע שפראך איז נאר בכדי זיך צו האלטן אפגעזינדערט פונעם גוי און פארמירן אן אייגענעם קולטור
אונזער קולטור איז בעצם א טפל צו תורה ומצוות, במילה איז גארנישט אז אונזער יודיש איז נישט פערפעקט און עוואלווד זיך כסדר
די באגריף פון דאקומענטירן די "פערפעקטע" "ריכטיגע" אידיש האט זיך אנגעהויבן ביי די רעפארמער וועלכע האבן איבערגעלאזט די נשמה פון "אידישע אידישקייט" און עס געוואלט רעפלעיסן מיט "קולטורעלע אידישקייט", למעשה איז אינטערגעקומען דאס ציונות וועלכע האט געאפערט אסאך א ברייטערע און נאסטאלגישערע וויזיע פאר א איד אן קיין תורה, במילה איז דאס גאנצע אידישיזעם אינטערגעגאנגען
זייער פשוט, פארוואס פרעזערווירן דעם נעבעכדיגן גלות איד? ליבערשט פרעזערווירן דעם גליקליכן תנ"ך ארץ ישראל איד.. (פארשטייט זיך אן קיין תורה..)
מיין זיידע האט גערעדט א דייטשע אידיש, דארף איך יעצט אנהאלטן דאס דייטשע אידיש? אוואדע נישט
איך דארף ארויסנעמען די נשמה פון ערליכע ארטאדאקסיע און דאס ווייטער טראגן

וואס גייט מיר אן אז אונז זאגן "וויליאמסבורג" מיט א ואו? אדרבה זאל דער גוי/פארשעמטע איד פלאצן

אויב וויל איך יא שרייבן דעם ווארט W וועל איך ניצן אדער א ואו אדער וועל איך שרייבן דעם ענגלישן W בתוך מיין אידישע געשרייבעכץ, סאיז בכלל נישט קיין אישו

אזוי זעה איך די נושא
---------

הגם איך מוז מודה זיין אז אן ארטיקל פון שמעון ראלניצקי אדער פנחס גלויבער איז פשוט ציענד אדאנק זייער פערפעקטע געשרייבעכץ

איך וואלט געזאגט אז די שרייבערישע וועלט דארף ווען יא האבן סטאנדארטן אבער נישט אונז פשוטע מענטשן

וואלסט אפשר גערעכט געווען ווען אידיש סערווירט בלויז א מינדליכע שפראך און אונזער אינטערעסע איז נאר תורה. דאס מציאות איז אבער נישט אזוי. דער אויסוואל פון אויסגאבעס, גליונות, און אנדערע סארטן ליטעראטור איז ריזיג.

לדעתי איז די נויגונג פון געוויסע נישט צו נארמאליזירן די שפראך אן אפשפיגלונג פון א סארט קולטור, ווי @חלב ישראל שרייבט אויבן. והא ראיה, די וואס זוכן נישט קיין שיינע אידיש זענען געווענליך אויך נישט אינטערעסירט אין א שיינעם לשה"ק וכדומה.

אידישע כללים פלעגן נישט זיין נוגע מיט 250 יאר צוריק, ווייל כמעט קיינער האט נישט געשריבן אידיש -- נאר צאינה וראינה און אנדערע ספרים פאר פרויען. מ'פלעגט אלעס שרייבן אין לשה"ק. אבער א ליבשאפט צו קונסט, דערונטער פאעזיע און ליטעראטור, וועסטו טרעפן דורכאויס אלע דורות אין אלע מדינות ביי די גרעסטע גדולים אונזערע. אויב ס'איז געווען ערגעץ אן אפשיי צו פראפעסיאנאליזם, איז עס נאר געווען מיט א ציל אפצושלאגן שעדליכע השכלה.

אגב, דו מישסט אביסל איבער יידישיזם. די רעפארמער זענען געווען אין מערב-אייראפע און אמעריקע, בעת יידישיזם שטאמט פון מזרח-אייראפע, פון די ציונ'יסטישע פארגייערס. זיי האבן זיך אפגעשאקלט פון דייטשמעריזמען נישט ווייל זייערע זיידעס האבן עס גערעדט, נאר ווייל אין מזרח-אייראפע איז דער אידיש געווען אנדערש.

איך האב מיך בכלל נישט באצויגן צו @חלב ישראל'ס תגובה ווייל לדעתי איז אן עקל צו שרייבן אויף כלל ישראל אז זיי פארשטייען נישט צו גארנישט.. ריגארדלעס דיין גערעכטיגקייט
איך ווייס נישט פון נאך א פאלק וואס איז אזוי פאנדעמענטאל ריכטיג קאנצעטרירט אויפן עיקר ווס. דעם טפל

כוועל געבן א נערישע דוגמה,
וואו נאך אויף דער וועלט ליגט אזויפיל טעם אין שטוב-רעסעפיס ווי ביי א פשוטע אידישע מאמע?
וואו נאך אויף די וועלט פארשטייט א פרוי בכלל צו שטוב ווירטשאפט ווי אונז?
כוויל נישט אוועקפירן די שמוס אבער די נקודה איז אז אנשטאטן קריטיקרן דעם כלל ישראל אז זיי פארשטייען צו גארנישט, ענדערש טראכט אריין אין די חכמה ווי מייסטערהאפטיג געזונט מיר זענען אוועקגעשטעלט
נישט בחינם לייגט מען נישט קיין דגוש אויף אזויפיל זאכן, מיט די ירידות הדורות פאלט אונזער קאפעסיטי צו באנעמען זאכן און מדארף שניידן די טפל
-----

דאס וואס דו טיילסט אפ ידישיזעם פון רעפארמיזעם איז לדעתי א טעות
אמת, סאיז געאגראפיש אויף אנדערע לענדער און די עצם ידישיזעם איז נישט רעפארמיזעם
אבער די נשמה דערינטער איז די זעלבע, א מין אידישקייט אן קיין גא-ט
------
דאס זיך טשאטשקענען אין חרוזים און פיוטים איז נישט קיין פשוטע זאך, מטרעפט אין די ספרים קריטיק אויף דעם און דאס איז עכ"פ קלאר אז דאס איז נישט אונזער מסורה
דיקדוק איז נובע פון לערנען דרשות חז"ל און נישט א דבר בפני עצמו
די פאקט איז אז מיר די בני אשכנז זענען בדרך כלל אלע יארן אוועקגעשטאנען פון חכמת הדיקדוק, דאס איז נישט פאר אונז א תמיה אויף די פריערדיגע נאר א סטעיטמענט פון זיי

כמיין אז רוב שיינע לה"ק בריוון וואס מיר טרעפן זענען געפלאכטענע מליצות פון פסוקים, גמרה, גימטריאות און דוקא לאו א פערפעקטע לשון הקודש

בקיצור, אוואדע ענדערש לערנען דיקדוק ווי זיצן אויף אייוועלט, אבער אויב זיצטו שוין מיט א ספר איבער לשון קודש דאן גיי לערן ענדערש חומש רש"י.. ועל אחת כמה וכמה ווען מרעדט פון דיקדוק אין די אידישע שפראך

---------

מיין תגובה באלאנגט עכט נישט אהער דא, סאיז מיין כלליותדיגע בליק אויף דיקדוק
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום דינסטאג ינואר 05, 2021 6:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פארשלאגן פאר דער אידישער שפראך

תגובהדורך גרשון » דינסטאג ינואר 05, 2021 4:32 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:מיין תגובה באלאנגט עכט נישט אהער דא, סאיז מיין כלליותדיגע בליק אויף דיקדוק

די איינציגע שורה וואס איך בין איינשטימיג.

איך זוך ח"ו נישט צו זיין אפענסיוו, אבער דאכט זיך דו האסט אריינגעבלאנדזשעט דא בטעות.

צום ווידערזען אין קרעטשמע.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: פארשלאגן פאר דער אידישער שפראך

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג ינואר 05, 2021 4:46 pm

...He just proved my point

ווען אלס דרייט זיך ארום השקפות איז נישט דא מיט וועם צו גיין צום טיש.

נברא
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך נברא » דינסטאג ינואר 05, 2021 4:52 pm

אין פארשידענע שפראכן איז נישט פארהאן קיין W קלאנג, צום ביישפיל רוסיש-אוקרייניש. דאס ווארט "Washington" וועט מען דארט שרייבן אזוי "Вашингтон" און מ'ליינט עס "Vashington" מיט א ווא"וו דגושה... אויך האט רוסיש נישט קיין ה-H בוכשטאב/קלאנג, למשל "ניו העמ[פ]שיר" (New Hampshire) וועלן זיי שרייבן "Нью-Гемпшир" וואס ליינט זיך "ניו געמפשיר", און אזוי זאגן זיי עס טאקע ארויס. פיל מאל וועלן זיי ערזעצן דעם ה מיט א ח קלאנג.
לענינו, עס איז נישט קיין שום פראבלעם, אז אידיש פארמאגט נישט קיין דאבעליו בוכשטאב. לעניית דעתי די ווערטער וואס האט א דאבעליו, שרייבט מען אויף אידיש מיט א ווא"וו, אזוי ווי אלע אזוינע שפראכן טוען. און אזוי מעג מען עס אויך זאגן. וואלאבאוט. וואל מארט. א.א.וו.
לעצט פאראכטן דורך נברא אום דינסטאג ינואר 05, 2021 4:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נברא
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך נברא » דינסטאג ינואר 05, 2021 4:56 pm

איך האב אמאל באמערקט ווי די "באלייכטונגען" אויסגאבע האט געוואלט שרייבן דאס ווארט "welcome" אין א מעשה, האבן זיי געשריבן "אועלקאם"...
זייער שעפעריש... ["קריעיטיוו" ווי מ'זאגט אויף פלעין אידיש...]

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26065
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פארשלאגן פאר דער אידישער שפראך

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 05, 2021 5:05 pm

נע, סתם ירושלימ'ע אידיש.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פארשלאגן פאר דער אידישער שפראך

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג ינואר 05, 2021 5:59 pm

חלב ישראל האט געשריבן:...He just proved my point

ווען אלס דרייט זיך ארום השקפות איז נישט דא מיט וועם צו גיין צום טיש.

די פראבלעם איז אז די נישט פאנאטישע מיט וועלכע מהאט יא געקענט גיין צום טיש ווייל דאס לעבן האט זיך נישט דוקא געדרייט ארום השקפה זענען פון זייערע אייניקלעך כמעט גארנישט געבליבן

מיין פוינט איז, דו קענסט נישט מחייב זיין דעם כלל מיט זאכן וועלכע האבן נישט דירעקט מיטן ענדגילטיגן ציל, אנלעס דאס אליינס איז דא מיטן כוונה צו אויפטוישן די צילן אין לעבן
כפארשטיי אז סאיז דא א געוויסע עלעמענט וואס האט א הנאה פון א שיינע שפראך אבער פון דארט ביזן עס אימפלעמענטן פאר א עולם וואס האט נישט קיין געדולד דערצו.. פארוואס?

בקיצור
וואס איז אידיש?
וואס די ציל דערפון?
אויב קוקסטו אויף די שורש דערפון ווי א ריינע השקפה דעסיזשן איז שוין גארנישט שווער
-------

בעצם וואלט איך נישט מער ארומגערעדט דערפון אבער איך פיל אז דיין תגובה דארף אן ענטפער

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: פארשלאגן פאר דער אידישער שפראך

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג ינואר 05, 2021 6:32 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:מיין פוינט איז, דו קענסט נישט מחייב זיין דעם כלל מיט זאכן וועלכע האבן נישט דירעקט מיטן ענדגילטיגן ציל, אנלעס דאס אליינס איז דא מיטן כוונה צו אויפטוישן די צילן אין לעבן
כפארשטיי אז סאיז דא א געוויסע עלעמענט וואס האט א הנאה פון א שיינע שפראך אבער פון דארט ביזן עס אימפלעמענטן פאר א עולם וואס האט נישט קיין געדולד דערצו.. פארוואס?

מסכיםיעצט גיי צוריק צו מיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול וועסטו זעהן אז אקוראט די זעלבע זאך האב איך גע׳טענה׳ט. (אויב זעהסטו עס נישט זאג איך דיר יעצט אז דאס האב איך געמיינט.)

אוועטאר
חנן
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am

Re:

תגובהדורך חנן » פרייטאג ינואר 15, 2021 6:10 am

נברא האט געשריבן:איך האב אמאל באמערקט ווי די "באלייכטונגען" אויסגאבע האט געוואלט שרייבן דאס ווארט "welcome" אין א מעשה, האבן זיי געשריבן "אועלקאם"...
זייער שעפעריש... ["קריעיטיוו" ווי מ'זאגט אויף פלעין אידיש...]

איך האב געהאט א מלמד מיטן נאמען לאוען ווען מ'האט געהאנגען אויפן טיר פונעם כתה זיין נאמען, כנהוג במקומות אלו, האט עס דער דרוקער געספעלט [אנטשולדיגט, אויסגעלייגט] מיט צוויי ווי''ן 'לאווען'. האט ער אויסגעדרוקט זיין אנטריסטונג דערויף אנגעבנדיג אז דאס איז א פאטאלער טעות דען עס ווערט געשריבן מיט איין וא''ו כדי עס זאל זיך ליינען אזןי ווי א W.
אבער פילייכט איז דאס נאר אקצעפטירבאר אינמיטן פון א ווארט וואס דאן ווערט עס טאקע געליינט ווי א W, משאי''כ אנפאנג פון א ווארט איז שווער דאס געהעריג ארויס צו זאגן אזוי, סיידן אוב וועט די דאזיגע קאמבינאציע ארייינגיין אינעם אידישן לעקסיקאן אנגענומען פאר א במקום פון א W.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט