תגובהדורך yoy » זונטאג אוקטובער 27, 2019 1:39 pm
אויב איך בין ערלויבט צו זאגן א ידיעה וואס איך ווייס לגבי דעם שפריכווארט "א פייג"
איך האבן אמאל געוויזן "א פייג" פאר א נארמאל באזעצטער פויליש אדער רוסישער גוי.
האט ער מיר אָן געקוקט מיט 4 אויגן, אזוי-ווי- די ווייסט וואס די האסט יעצט געוויזן? שעם-זיך נישט?
ער זאגט מיר זייער ערנסט, אז ביי זיי, איז דאס ארויס-ציווייזן שמוציגע באדייטן וד"ל
איך ווייס נישט וואס צי זאגן, .. איך טראכט אפשר, (לייגט מען צו וועגן דעם) איז דער אידישע אויסדריק "א פייג און א רעטעך",אזוי ווי סע האט געהאלפען א "פייג און א רעטעך", קלאץ מיטון בוידעם - הודו מיט קוש - א פייג און א הויקער!
אבער דער אויסדריק, "א גראבע פייג"-"א פיג אין א פייג"
צו מאכן א 2טע פייג מיט די לעצטע 2 פינגער "תאנה חנטה פגיה"
ווייסט איינער,אדער אפשר האט מען די נישט ידיעה, צי סע נישט א שמוציג ווארט /באדייט ?
איז א פייג נגד עין הרע? מעגלעך
אפשר נישט צי ווייזען?
אבער דער בילד איז גענומען געווארן פון הרה"ק בעל "בית אברהם" מסלאנים זי"ע,
ווען ער איז אמאל ארויסגעקומען פון מקוה, האט ער באגעגענט איינעם מאכן א בילד, האט ער איהם געוויזן א 'פייג' מיטן פינגער...
-
צוגעלייגטע
-

- fig.gif (25.98 KiB) געזעהן 2095 מאל