לשנה הבאה בירושלים "הבנויה"

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אליעזר לאנדא
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

לשנה הבאה בירושלים "הבנויה"

תגובהדורך אליעזר לאנדא » זונטאג מאי 05, 2019 12:49 pm

עס זענען דא וואס זאגען אז דער ווארט "הבנויה" קומט פון דער ציונים, ווייסט איינער אויב דאס איז ריכטיג ?

אליעזר לאנדא
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

לשנה הבאה בירושלים "הבנויה"

תגובהדורך אליעזר לאנדא » זונטאג מאי 05, 2019 12:55 pm

אליעזר לאנדא האט געשריבן:עס זענען דא וואס זאגען אז דער ווארט "הבנויה" קומט פון דער ציונים, ווייסט איינער אויב דאס איז ריכטיג ?

און דער הגדת בעלי התוספות אויף הא לחמא עניא שטייט כמו שרגילין לומר לשנה הבאה בירושלים הבנויה אויב דאס איז נישט קיין טעות המעתיק האבן מיר שוין א מקור פון מזמן הראשונים, [לכאורה קומט עס פון דער פסוק (תהילים קכב ג) ירושלים הבנויה כעיר שחוברה לה יחדו]

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » זונטאג מאי 05, 2019 3:49 pm

קלאר אז עס קומט פון די ציונים. אין קיין איינס פון די טויזענטער אלטע הגדות שנדפסו לפני המלחמה וועסטו דאס נישט טרעפן.

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » זונטאג מאי 05, 2019 7:09 pm

שואל ומשיב האט געשריבן:קלאר אז עס קומט פון די ציונים. אין קיין איינס פון די טויזענטער אלטע הגדות שנדפסו לפני המלחמה וועסטו דאס נישט טרעפן.


מהיכי תיתי? לא ראינו אינו ראיה אז ס'קומט פון זיי.

1. מיינע און דיינע זיידעס האבן געזונגן דעם וועלטליכן אידישן ניגון ישועת ה' כהרף עין... וואס ענדיגט זיך מיט די ווערטער בירושלים הבנויה.
2. קוק דא אין אוצה"ח שוין גערעדט די שמועס
3. יש לומר א סברא אז דווקא ווייל די ציונים האבן געוואלט גיין צו ירושלים שאינה בנויה האבן די יראים ושלמים דאס גאר צוגעלייגט.
4. ייתכן אז דאס איז א נוסח עתיק פון תושבי ירושלים - דארט אין אוצה"ח ברענגט ער א לינק צו א אנדערע אשכול וואס האט די פאלגענדע העתק פון ספר בית ישראל -אדמו"ר ממטרסדורף:
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג מאי 05, 2019 7:16 pm

ביי אונז האט מען געזאגט אז "שוין שוין שוין" קומט פון זיי.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח

חוות דעת
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 10:15 am
לאקאציע: ארץ ישראל

תגובהדורך חוות דעת » זונטאג מאי 05, 2019 7:48 pm

עס איז שטותים און לאקשן.

איבעית אימא סברא איבעית אימא קרא:

איבעית אימא סברא - די ציונים בעטן זיך נישט אז משיח זאל קומען, און זיי ווארטן נישט אויף ירושלמים הבנויה, ווייל פון זייער זייט איז דאס שוין אויפגעבויעט.

נאר וואס דען, דער וואס האט דאס אויסגעטראכט, האט געהאט א טעות און האט געדארפט זאגן אז עס קומט פון די מזרחי'סטן, דאס וואלט שוין יא געמאכט סענס.

נאר די פראבלעם איז אז עס הייבט זיך נישט אן. ווייל עס איז ידוע פון אסאך פלעצער אז מען האט אזוי געזאגט - פלעצער וואס מען דארף נישט חושד זיין אז זיי האבן בכלל עפעס א שייכות מיט ציונים, און אויך ווייל זיי האבן עס געזאגט נאך פאר די ציונים.

און די סברא פון די מנהג איז טאקע פונקט פארקערט. צדיקים וואס זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל, האבן געפילט אז מיטן בעטן 'לשנה הבאה בירושלים' איז נאכנישט גענוג אויף צו ארויסגעבן די וואונטש און געפיל אז די בית המקדש זאל ווערן אויפגעבויעט, ווייל זיי געפונען זיך דאך שוין אין ירושלים. דעריבער האבן זיי מוסיף געווען 'הבנויה'. און פון דארט האבן אויך אנדערע צדיקים, וואס האבן לאו דוקא געוואוינט אין ירושלים אויך אנגענומען אזוי צו זאגן.

(איבעית אימא קרא:)
אין משפחת קאסאן זענען דא וואס זאגן אזוי (עס איז די עפעס א חילוקי דיעות). און קלאר אז עס איז מקובל פון די פריעדיגע דורות.
ר' אהרל'ע ראטה מיט זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זי"ע פלעגן אזוי זאגן (וואס טוהט זיך היינט דארט ווייס איך נישט).
און בית ישראל ואהרן, ווערט אראפגעברענגט מנהגי קארלין, אז זייערע פריעדיגע רבי'ס, אסאך פארן קריג, האבן אזוי געזאגט.
די שפע חיים פון צאנז האט אזוי געזאגט.

אליעזר לאנדא
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

תגובהדורך אליעזר לאנדא » זונטאג מאי 05, 2019 9:41 pm

אז איינער קען בודק זיין דער כתבי ידות פון דער בעלי תוספות וואלט געוועהן א גרויסע תועלת (זיי ווערען דארט צוגעצייכענט)

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג מאי 05, 2019 10:30 pm

בערך ביי א שעה הערט מען זינגען 'הבנויה'.
https://drive.google.com/open?id=1d-6A_ ... L6huBB9hdM


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט