פרשת מצורע אדער פרשת טהרה?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

פרשת מצורע אדער פרשת טהרה?

תגובהדורך דער בדחן » פרייטאג אפריל 12, 2019 11:32 am

קען איינער אויסשמיסען ווען און ווער מהאט עס אנגעהויבען רופען פרשת טהרה, אמאל פלעגט איבעראל שטיין פרשת מצורע

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אפריל 12, 2019 11:38 am

ווען די מצורעים האבן זיך אנגעהויבן צו שעמען מיט זייער נאמען...
איך זוך א דזשאב

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » פרייטאג אפריל 12, 2019 11:39 am

אין די תקופה וואס כל צרוע וכל זב זענען געווארן קדושים וטהורים..

אוועטאר
טלה ונעשה איל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 27, 2019 11:06 am

תגובהדורך טלה ונעשה איל » פרייטאג אפריל 12, 2019 11:41 am

ווי א דור שפעטער אלץ איז מען מער אלערגיש צו כל מיני לשונות.
אויך הלכות נדה רופט מען הלכות טהרה [אבער די מסכתא רופט מען נאך דערווייל 'נידה']
(שוב התבוננתי שבנוגע להל' נדה יש טעם מיוחד שלא לנקוב בפירסום את התואר נדה)

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3524
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג אפריל 12, 2019 11:50 am

אין די תורה שטײט נפתלי אין ס׳דא װאס פירן זיך צו זאגן נפתלה פון װי נעמט זיך דאס? אױך למשל מוגי חנװני וכו׳ זאגט מען מיגה חנװנה (אױב קימט עס נישטא ארײן זאל דאס ביטע די מנהל אױסמעקען)

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

מחברתו הטהורה אדער אשת חבר?

תגובהדורך דער בדחן » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:00 pm

די זעלבער זאך איז מיט די טיטל אויפן רעבעצין "מחברתו הטהורה" סאיז א נייע קאנצעפט, פארטס אויף קברי אבות אין פולין אוקריינא און אונגארן וועסט עס נישט זעהן אינערגעץ

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3098
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג אפריל 12, 2019 2:03 pm

טלה ונעשה איל האט געשריבן:ווי א דור שפעטער אלץ איז מען מער אלערגיש צו כל מיני לשונות.
אויך הלכות נדה רופט מען הלכות טהרה [אבער די מסכתא רופט מען נאך דערווייל 'נידה']
(שוב התבוננתי שבנוגע להל' נדה יש טעם מיוחד שלא לנקוב בפירסום את התואר נדה)

עס איז דא מקומות וואס מען רופט עס מסכת סיום.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10648
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג אפריל 12, 2019 4:14 pm

דער בדחן האט געשריבן:קען איינער אויסשמיסען ווען און ווער מהאט עס אנגעהויבען רופען פרשת טהרה, אמאל פלעגט איבעראל שטיין פרשת מצורע

די ראשונים צו גאר פריער נאך האבן עס גערופן פרשת זאת תהיה. די נאמען פרשת טהרה שטייט שוין אין רמב"ן פאריגע וואך.

אוועטאר
טלה ונעשה איל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 27, 2019 11:06 am

תגובהדורך טלה ונעשה איל » פרייטאג אפריל 12, 2019 5:29 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:די ראשונים צו גאר פריער נאך האבן עס גערופן פרשת זאת תהיה. די נאמען פרשת טהרה שטייט שוין אין רמב"ן פאריגע וואך.

אינטערסאנט! א דאנק.
די סיבה צו רופן די פרשה ''טהרה'' איז וויבאלד די [גאנצע] פרשה איז עוסק אין אסאך סארט טהרות.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג אפריל 12, 2019 5:49 pm

בר דעת האט געשריבן:אין די תקופה וואס כל צרוע וכל זב זענען געווארן קדושים וטהורים..


:wink:

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג אפריל 14, 2019 12:22 am

דיברה תורה בלשון נקיה
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » זונטאג אפריל 14, 2019 1:14 am

די רב האט היינט ביים שבה"ג דרשה אביסל ארומגעשמועסט וועגן דעם בתוך הדברים האט ער דערמאנט אז דער הייליגער חת"ס זי"ע ווען ער פלעגט אונטערשרייבן בריוון אדער תשובות פרשת מצורע פלעגט ער שרייבן יום כך וכך לסדר טהרה. סא, ס'נישט קיין לעצטיגע זאך ס'זעכער יסודתו בהררי קודש!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » זונטאג אפריל 14, 2019 6:04 pm

איז אויך דא א מקור צו רופן הלכות נדה הלכות טהרה?


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט