דייטש אידיש / היינטיגע אידיש ולשה"ק

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2561
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

דייטש אידיש / היינטיגע אידיש ולשה"ק

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך מארטש 20, 2019 12:43 pm

לפום ריהטא האב איך נישט געטראפען א אשכול אויף די נושא, טוה איך דא עפענען א אשכול [ואם יש כבר אשכול כזה נא ללנקק]

איך האב א בריעוו געשריבען אין דויטש אידיש וואס איך טוה איבער שרייבען, לדעתי קען זיין לתועלת הרבים צו מאכען א אשכול אויף אזלעכע ווערטער
עס איז דא 2 אופנים פון איבערשרייבען אזא סארט בריעוו א. איברשרייבען ווארט ביי ווארט = מילולי. ב. איבער שרייבען די תוכן.

וזה החלי

דורך מעהרערע ביישפילע,דיא וויר פאן זערא גראסמוטה אונד מענשענליבע פראבע האבען, שפארנט אונז אן אויך געגענווערטיגעס שרייבן אן זיא ערגעהן צו לאסען


דורך מעהרערע ביישפילע, = על פי הרבה דוגמאות
דיא וויר פאן זערא גראסמוטה = אודות נדיבות לבכם
אונד מענשענליבע פראבע האבען, = ומעשי החסד שיש לנו נסיון בזה
שפארנט אונז אן אויך געגענווערטיגעס שרייבן = הוא אשר הניא אותנו לכתוב אליכם גם כעת
אן זיא ערגעהן צו לאסען. =

*
עוד קטע

אללען פאללס = בכל אופן
בעליבן זיך אלופים קצינים קהל יצ"ו = יואילו נא אלופים קצינים קהל יצ"ו
אויף דער וואהרהייט אונזערס שרייבענס = על אמיתות דברינו
בייא הראש והקצין הגביר מו"ה מענדל ווירטהיים צי ערקונדיגען [=נאכפרעגען] = אצל הראש והקצין הגביר מו"ה מענדל ווירטהיים לברר

תרגום בכל אופן יואילו נא אלופי קציני הקהל יצ"ו לברר על אמיתות דברינו אצל הראש והקצין הגביר מו"ה מענדל ווירטהיים.

*

עוד קטע

אויף דעהא גראסמיטה אונד מענשענליבע = על נדיבות לבכם וחסדכם
ערווארטן וויר זערא אנטווארט = מצפים אנו למענתכם
אונד זינד זערא בערייטווילליגע דינער. =

יענקל אלצווייסער
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:30 pm

תגובהדורך יענקל אלצווייסער » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 2:54 am

לדעתי איז אידיש נישט קיין שפראך אויף וועלכע מען קען פונקטליך אנדייטן די ריכטיגע אפטייטש. פרעגט אן אונגערישע איד וואס מיינט אידיש וועט ער דיר זאגן אז די אידיש וואס מען פלעגט רעדן אין אונגערן איז די ריכטיגע אידיש, דאס זעלביגע וועט ענטפערן א פילישע איד אז דער פולישע אידיש איז די ריכטיגער. עס איז א שפראך וועלכע האט זיך פארמירט פון דייטש, לאטייניש, און אנדערע ענליכע אייראפעישע שפראכן, און מיט די צייט ווען דאס אידישע פאפולאציע האט זיך פארשפרייט צו אנדערע לענדער און קאנטינענטן האט זיך דאס אויסגעמישט אביסל מיט די ארטיגע שפראך, און עס איז געווארן א פוליש, גאליציאנע, אונגערישע און ליטווישע אידיש, וואס יעדער האט גערעדט לויט די לאנד ווי ער האט געוואנט אדער געשטאמט (א שטייגער ווי די אמעריקאנעם אינגליש און דער בריטישע אינגליש) היינו אבער ווען די מלחמה איבערלעבער וועלכע רעדן זייער איינגנארטיגע אידיש פון ווי זיי שטאמען ווערן ליידער ווינציגער, איז דעריבער שווער אנצוצוכיינען וואס עס איז אקוראט אידיש.
טראכט גוט וועט זיין גוט, טראכט גארנישט וועט זיין נאך בעסער!

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 7:26 am

בס"ד

אללען פאללס = בכל אופן
בעליבן זיך אלופים קצינים קהל יצ"ו = יואילו נא אלופים קצינים קהל יצ"ו
אויף דער וואהרהייט אונזערס שרייבענס = על אמיתות דברינו
בייא הראש והקצין הגביר מו"ה מענדל ווירטהיים צי ערקונדיגען [=נאכפרעגען] = אצל הראש והקצין הגביר מו"ה מענדל ווירטהיים "לברר"

איז ווי זאגן, "וועלכע ראש הקהל רעדסטו פון?"

סיי אין אידיש און סיי אין לשה"ק קומט די "לברר" פאר "על אמיתות דברינו."

לויט די יעצטיגע פארעם איז עס "טרענסלעיטעד" נישט צופיל אנדערש ווי גוגל, ווען גוטע טרענסלעישאן מיינט עס זאל שטימען אין די נייע שפראך ווי ארגינעל אזוי געשריבן מיט אלע כללים.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:27 pm

למעשה איז געווען א ווערסיע פון די יודישע שפראך וואס האט געהייסן דייטש-יודיש אין איז טאטאל פארשווינדען געגאנגען מיטן עהרליכן אויבערלענדישן אידנטום אינאיינעם און איבערגעלאזט כלל ישראל אן קיין מסורה וויאזוי זיך צו האלטן שטרענג יודיש און עהרליך אין א דור המבול פון נסיונות
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

ODOM
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » מוצ"ש נובעמבער 16, 2019 5:02 pm

מענשענליבע = אהבת אדם
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט