אונגאריש: ווער קען ארויסהעלפן?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מארטש 02, 2008 12:01 pm

הוידא לר' שמחה כי טוב, כי למיללער חסדו!

א דאנק פאר די ג'יאגרעפי/שפראך לעסאן, וויאזוי איז גרויס-ווארדיין אויף אונגאריש?

רבי;
איי עדמייער יור נאלעזש אין נאו ענאדער עריע!

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג מארטש 02, 2008 1:18 pm

מילער

גרויסווארדיין איז NAGYVARAD אויף אונגאריש, און אין רומעניש, ORADEA, זייער אסאך שטעט אין גרויס אונגארן האבן געהאט דריי נעמען אויף דייטש אונגאריש רומעניש. [איך רעד פון די רומענישע זייט, די זעלבע זאך ביי צפון, איז עס סלאוואקיש].

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מארטש 02, 2008 1:37 pm

אט-אזוי, NAGY איז דער ריכטיגער אויסדריק אויף 'גרויס' (אריין אין די גדולים אשכול..) הערט זיך דאס 'נאגי' אדער 'נאדי'?

איך געדענק א שטעטל נאדי-דוואהר, נאדי-פאלא, איז דעט איט?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג מארטש 02, 2008 1:56 pm

אלע נאדס, זענען גרויס, געווענליך וועט זיין די זעלבע שטאט, א נאד און א קיש, NAGY ES KIS

ס'הערט זיך נישט אזוי און נישט אזוי, פרעג אן אלטן איד, דאס איז א מבטא ספעציעל מיוחד פאר אונגארישע, סאלא קאקאש קענסטו? שעיטאל עדי מאדאר, דינד אה סייאה, בקיצור א דזשינדזשי.

דו מיינסט זיכער נאווידוואהר, דאס איז א פוילישע שטאט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22370
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 02, 2008 2:08 pm

בני היכלא האט געשריבן:
ס'הערט זיך נישט אזוי און נישט אזוי, פרעג אן אלטן איד, דאס איז א מבטא ספעציעל מיוחד פאר אונגארישע, סאלא קאקאש קענסטו? שעיטאל עדי מאדאר, דינד אה סייאה, בקיצור א דזשינדזשי.



האסט מיך דערמאנט

ווי אזוי זאגט מען:
דערעש
גערעש
אדער דזשערעש

עלטערע אידן זאגן אז קיין איינס פון די דריי, כדברי רבינו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

תגובהדורך דוד פיישוט » פרייטאג מארטש 25, 2011 11:51 am

h.jpg

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מוצ"ש מארטש 26, 2011 11:36 pm

דער ווער עס האט איבערגעזעצט די אינגערישע ווערטער אויף אידיש זאל מיר מוחל זיין...ער יכול'ט נישט.

די ריכטע איבערזעצונג.

nagymama = די באבע'ס
toltott = געפילט
kaposzta = קרויט
a = איז
legjobb = די בעסט
the SCY is the limit

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מאנטאג מארטש 28, 2011 5:29 pm

מען האט דערמאנט דא אז אסאך שטעט האבן נעמען אויף עטליכע שפראכן.

מיר וועלן אראפברענגען עטליכע דערפון.

די אור-אלטע שטאט "אלט-אויפן" ווערט דערמאנט אין די ספרים אלס "אפען ישן" "אויבן ישן" און אלטין אויבין". און אויף אונגאריש הייסט עס "אוי-בודא".
שפעטער ווען עס איז זיך צואוואקסן ביזן דונא און מ'האט געבויעט דאס בריקל זענען בודא און פעסט געווארן בודא-פעסט - די בארימטע הויפט-שטאט פון אונגארן. (א צייט בעפאר האט פרעשבורג געטראגן דעם טיטל).


אין די צייטן פון די רוימער האט די געגענט פון די לענדער "מאלדוי", "וואַלעכיי" און "טראנסילוואניע" געהייסן "דאציע". שפעטער האט מען דאס גערופן ביי די אידן "זיבענבירגען" ווייל עס האט פארמאגט זיבן פעסטונגען. און אויף אונגאריש הייסט עס "ערדעלי". נאך די ערשטע וועלט קריג האט רומעניע באקומען דעם חלק וואס זי רופט "טראנסילוואניע", דעריבער פארמאגן רוב שטעט דארט אן אונגארישן נאמען און א רומענישן.

אט האט איר עטליכע ביישפילן (אין מוקדם ומאוחר):

די הויפט-שטאט "קארלסבורג" האט געהייסן אויף רומעניש "אַלבאָ-יוליא".

"הערמאַנשטאַט", רומעניש: סיביו. אונגאריש: נאַדי-סעבען.

"קראנשטאָט", רומעניש: בראשאוו [בראשוב?]. אונגאריש: בראשוי.

"שעסבורג" האט געהייסן "שעגעשוואר" אין אונגאריש.

די גרעסטע שטאט אין טראנסילוואניע "גרויס-ווארדיין", רומעניש: אָראַדאָ. אונגאריש: נאָדי-וואַראָד.

"סאַקמיר", אונגאריש: סאָטמאַר. רומעניש: סאַטומאַרע.

"קראָלע", אונגאריש: נאדי קאַראָל. רומעניש: קאַראַי מאַרע.

די באוואוסטע שטאט "עיר-חדש"="ניי-שטאט" וואס האט געהייסן אויף אונגאריש "וואַג-אוהעל" האט געהייסן אויף סלאוואקיש "נאָווע מעסטאָ".

די שטאט "מיקאָלאַש" האט געהייסן אויף אונגאריש "ליפטוי סענט מיקלויש".


די איבריגע באוואוסטע ווי "אוהעל" אא"וו זענען מער ווייניגער באקאנט אז אויף אונגאריש הייסן זיי היפש לענגער און אנדערש.

די טרויעריג-בארימטע שטאט "אוישוויץ", איז אויף אידיש: "אושפיצין" (באבובער רב זצ"ל פלעגט אסאך דארט וויילן). און אויף פויליש: "אָשוויענטשים".

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

אונגאריש: וויאזוי שרייבט מען דאס?

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך מאי 14, 2014 7:39 pm

איך מיטשע זיך איבער א נאמען וואס א זקן האט מיר איבערגעבען וועגן א גרויסע לויער אין אונגארין.
זאגט ער מיר אז דער נאמען פון דער לויער איז געוועהן: "עטוויש קארו".
א לויער (lawyer) אין אונגאריש איז ügyvéd

ווי אזוי קען איך אויסגעפונען עפעס אינפראמאציע איבער דעם לויער? זיין עכטע אונגארישע נאמען?
ער האט פיגערירט בתוקפו בין השנים 1920-1932 בערך

איך דארף דאס וויכטיג וויסען, א גרויסע ייש"כ פאר ווער עס קען מיר ארויס העלפן.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך מאי 14, 2014 7:46 pm

וויאזוי ספעלט מען זיין נאמען אינעם מאדיארן שפראך ?

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג מאי 15, 2014 10:09 am

Gevald Geshrigen האט געשריבן:וויאזוי ספעלט מען זיין נאמען אינעם מאדיארן שפראך ?


דאס דייקא איז גרויס חלק פון מיין פראבלעם, ווי כ'האבב וען די אונגארישע בוכשטאבן פון דעם נאמען וואלט עס מיר אסאך פארגרינגערט.
וואס פאר אונגארישע נאמען איז דאס 'עטוויש'?
קארו, קען אויך ווערן געטייטשט צו קארול וכיוצ"ב?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג מאי 15, 2014 10:43 am

ישלהוסיף האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:וויאזוי ספעלט מען זיין נאמען אינעם מאדיארן שפראך ?


דאס דייקא איז גרויס חלק פון מיין פראבלעם, ווי כ'האבב וען די אונגארישע בוכשטאבן פון דעם נאמען וואלט עס מיר אסאך פארגרינגערט.
וואס פאר אונגארישע נאמען איז דאס 'עטוויש'?
קארו, קען אויך ווערן געטייטשט צו קארול וכיוצ"ב?

tinyurl.com/kbgu6kr

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » דאנארשטאג מאי 15, 2014 10:58 am

קיקיון האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:וויאזוי ספעלט מען זיין נאמען אינעם מאדיארן שפראך ?


דאס דייקא איז גרויס חלק פון מיין פראבלעם, ווי כ'האבב וען די אונגארישע בוכשטאבן פון דעם נאמען וואלט עס מיר אסאך פארגרינגערט.
וואס פאר אונגארישע נאמען איז דאס 'עטוויש'?
קארו, קען אויך ווערן געטייטשט צו קארול וכיוצ"ב?

tinyurl.com/kbgu6kr

גוגל טרענסלעיט אידאך ווערט וואס סיז ווערט...

אבער עס זעהט אויס פון דארט אז דער איז געווען דער לויער וואס האט פארטיידיגט די אידן ביים באקאנטן טיסא עסלאר בלוט בלבול.
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג מאי 15, 2014 11:12 am

אליקים געציל האט געשריבן: גוגל טרענסלעיט אידאך ווערט וואס סיז ווערט...

אבער עס זעהט אויס פון דארט אז דער איז געווען דער לויער וואס האט פארטיידיגט די אידן ביים באקאנטן טיסא עסלאר בלוט בלבול.

דא האסט די אויף ענגליש
www.britannica.com/EBchecked/topic/1459222/Karoly-Eotvos

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג מאי 15, 2014 11:18 am

אוי געוואלד ווי איז די ריכטיגע ווערטער אפצוגעבן פאר קיקיון, דו האסט נישט קיין אנוינג וויפיל דו האסט מיר פארגרינגערט.
אליקים גראדע זוך איך איהם נישט וועגן דער בלוט בלבול, אבער ס'וועט מיר צוברענגן עפעס ידיעות איבער איהם, א דאנק פאר מיר מאכן אויפמערקזאם דערפון.

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » דאנארשטאג מאי 15, 2014 11:24 am

דאס איז זיין בוך "דער גרויסער פראצעס וואס גייט אן פאר טויזענט יאר" ווי ער באשרייבט די גאנצע פרשה פון טיסא עסלאר.

סידא נאך ביכער פון איהם ווי דערמאנט אין די לינקס פון הרב קקיון. איהר מוזט אבער טרעפן איינעם וואס קען אונגאריש זיי צו ליינען.
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22370
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 15, 2014 11:50 am

ר' סענדער דערמאנט אים אין זיין בוך "דער בלוט בלבול פון טיסא עסלאר" [גירסא דינקותא].
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוגוסט 16, 2015 4:13 pm

הורי ע"ה האבען געזאגט "ער שׁמאֶלט " אויף איינעם וואס איז אנגעבלאזען
סיי אויף אידיש און סיי אויף אונגאריש
פון וועלכע שפראך האו עס געשטאמט?
איך וואלט געפריווט מיט GOOGLE ווען איך ווייס אן ענגליש ווארט

בעטשיאר
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 2:10 pm

תגובהדורך בעטשיאר » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:36 pm

אפשר מלשון שמאלץ??

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 4:17 pm

דער וואס איז שטארק נייגעריג וואס א בעטשיאר מיינט אין מקור קען דא געוואר ווערען

בעטשיאר
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 2:10 pm

תגובהדורך בעטשיאר » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 9:45 pm

סאיז אינגעריש?

בעטשיאר
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 2:10 pm

תגובהדורך בעטשיאר » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 9:46 pm

וויסאלאטש

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 10:25 pm

בעטשיאר האט געשריבן:וויסאלאטש

viszontlátásra

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3992
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 9:29 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:קען זיין טאקע אז נישט

סתם אינטרעסאנט וויפיל ווערטער פון אונגעריש האבן זיך אריינגעכאפט אין אינזער אידיש אריין (ציביסלעך פאלען זיי ארויס ווייל ענגליש נעמט איבער)
ווי טשילאחר, פאטלאחטשינטאח, (על אף דאס ענגלישע ווארט בלינצ קימט גאר פון אידיש), קאטנטשאט, לעטשאט, וכו'


קיפערט = רענצל
צווירן =פאדעם

באדזשי (אינטערהויזן) קלינגט אויך אונגאריש. אזוי אויך ראלאש (קעיק) און אפשר קאלאטשן

און קאמפאט, וועלכע שפראך איז דאס?
לעצט פאראכטן דורך דריידל אום מיטוואך ינואר 03, 2018 1:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 10:17 am

א רענצעל איז איין koffer אויף דייטש און bőrönd אויף אונגאריש
https://translate.google.com/#de/hu/koffer
גאלאשען זענען kalocsni אויף אונגאריש
bugyi איז אונגאריש
cérna איז אונגאריש
קאמפאט איז ענגליש דייטש פראנצעזיש ספאניש און אונגאריש


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט