אונגאריש: ווער קען ארויסהעלפן?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

אונגאריש: ווער קען ארויסהעלפן?

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 8:03 pm

לכבוד ר' שמחה און זיידעניו;

איר מעגט רעדן צווישן זיך אויף וועלכן שפראך איר ווילט, אבער ביטע שעהן, זייט מסביר פאר די קינדערלעך וואס זייערע עלטערן זענען נישט קיין מאדיארן וואס די באדייט דערפון איז.

איך הייב אן מיט די ווערטער "נא האט" וואס איר האט היינט געשריבן אויף זיידעניו'ס זונטאג/דאכענע/חלום ארטיקל.

ערקלערונג דערויף, ביטע.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24524
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג פאברואר 22, 2008 9:21 am

קרעמער:

טעשעק?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25850
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 22, 2008 9:49 am

איך בין נישט קיין אונגארישער, אבער מיר קוקט אויס אז 'נע-האט' איז אזא סלענג (די אונגארישע האבן אויך סלענגס אזוי ווי זיי האבן רעפ-סטייל מוזיק געזינגען דורך י. לעבאוויטש...) ווי 'האסטו-געזעהן-אזאנס'.

נעם=נישט
יא(מיט א קמץ גדול)=גוט
עשטע=פארטי
אפא=טאטע
אניא=מאמע
באלאנד=מעשוגענער
פינאם=געשמאק
נאדיאן=זייער
קיטשי=קליין
הוידא=גרויס
שיר=וויינען
שאגא=קינד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24524
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג פאברואר 22, 2008 9:59 am

ווער קען מיר איבערטייטשן דאס לידל?

הינטא פאלינטא רעגין טאנא
קישקא טאנא אגער אגו נא באה.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 11:15 am

miszter simcha -a körülbelül idő részére egy új cikk tőled

כדי די קליינע קינדער שאלן נישט פארשטיין האבעך עס געשריבן אין מאמע לשון

אבער כ'בעט דיך זייער

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » זונטאג פאברואר 24, 2008 11:52 am

"אינעם בית-מדרש מ'טאר נישט רעדן גוייש. דא רעד מען נאר אידיש אדער הונגאריש!" :wink:
די וואָר הענגט אויף א האָר

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג פאברואר 26, 2008 3:23 am

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 2:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך פאברואר 27, 2008 2:12 pm

בני היכלא האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:miszter simcha -a körülbelül idő részére egy új cikk tőled

כדי די קליינע קינדער שאלן נישט פארשטיין האבעך עס געשריבן אין מאמע לשון

אבער כ'בעט דיך זייער


קוק וואס ער זאגט מיר דערפאר

the some time for one new item from you

http://www.tranexp.com:2000/InterTran?u ... hun&to=eng
נו גיי לערן מיט א קאמפיוטער אינגעריש

דאס וואס איך האב געשריבן ווערט איבערגעטשייט אין אידיש ווי פאלגענד

"עס איז שוין העכסט צייט פאר נייע סחורה פון אייך"

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך פאברואר 27, 2008 4:10 pm

מילער
פארוואס האסטו אויסגעלאזט
טאנטא
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25850
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך פאברואר 27, 2008 4:59 pm

אלד;
איך האב אויסגעלאזט? קענסט עס נאך שרייבן.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך פאברואר 27, 2008 5:20 pm

קען זיין טאקע אז נישט

סתם אינטרעסאנט וויפיל ווערטער פון אונגעריש האבן זיך אריינגעכאפט אין אינזער אידיש אריין (ציביסלעך פאלען זיי ארויס ווייל ענגליש נעמט איבער)
ווי טשילאחר, פאטלאחטשינטאח, (על אף דאס ענגלישע ווארט בלינצ קימט גאר פון אידיש), קאטנטשאט, לעטשאט, וכו'
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25850
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך פאברואר 27, 2008 8:11 pm

מיני עסן איז נישט אזא חידוש, ווייל א קולטור קומט געווענליך מיט דעליקאטעסן, און די באקאנטע האנגעריען פוד רופט מען מיט די אריגינעלע נעמען.

אבער 'טשילאר' אז עס קומט פון אונגאריש איז מיר א חידוש, כ'האב עס פשוט אלס באטראכט אלס אידיש.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך פאברואר 27, 2008 8:34 pm

נישט אידיש און נישט אונגאריש, עס איז אן אלטע ווארט. עי' בשו"ת מהרי"ל החדשות בתשובתו בענין כתיבת טש/זש בגט
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6701
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך פאברואר 27, 2008 10:48 pm

מיללער האט געשריבן:איך בין נישט קיין אונגארישער, אבער מיר קוקט אויס אז 'נע-האט' איז אזא סלענג (די אונגארישע האבן אויך סלענגס אזוי ווי זיי האבן רעפ-סטייל מוזיק געזינגען דורך י. לעבאוויטש...) ווי 'האסטו-געזעהן-אזאנס'.

נעם=נישט
יא(מיט א קמץ גדול)=גוט
עשטע=פארטי
אפא=טאטע
אניא=מאמע
באלאנד=מעשוגענער
פינאם=געשמאק
נאדיאן=זייער
קיטשי=קליין
הוידא=גרויס
שיר=וויינען
שאגא=קינד

זייט מיר אלע מוחל. איך זעה דעם אשכול יעצט צום ערשטע מאל.

און איך האב שוין באמערקט א פאר טעותים

עשטע מיינט נאכט נישט פארטי
גרויס איז נאדיא (NAGY)
קינד איז דיערעק

רב מיללער איר זענט זיכער אז איר האט גיוואלט איבערטייטשען אויף מאמע לשון און נישט גאליציאניש?
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25850
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:27 pm

מחול לך ר' שמחה, יעצט זעהט איר כאטש אז יעדער ווינקל דא אין דער קרעטשמע קען זיין אינטערעסאנט.

וועגן די קארעקשאנס אין מיין ארימע אונגארישע קענטעניסען זענט איר פילייכט גערעכט, אבער איך פלעג אלס הערן 'נאדיאן-פונאם' אויף געשמאקע עסן וכדו', אדער 'נאדיאן-סעיפ' אויף א שיינע קלייד וכדו', וואס האט מיר געשאפן אן איינדרוק אז 'נאדיאן' באדייט 'זייער' און נישט 'גרויס' ('נאט' האב איך שוין יא געהערט אויף גרויס) ווידער 'הוידא' פון די אונגארישע שטעט און דערפלעך ווי הוידא-נאנאש האט מיר געלאזט טייטשן אלס 'גרויס'

אויב בין איך נישט גערעכט, זייט מיר מוחל.

(איך האב נישט פארשטאנען דעם מאמע-לשון/גאליציאניש קשיא)

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:55 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 2:54 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25850
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 3:08 pm

בא רבינו והכריע ביניהם, א דאנק אייך רבי.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 3:10 pm

מילער. יישר

בעת הצורך נוץ מיין אויבנדערמאנטע לינק, ס'איז גוט איבערצוטייטשן ענגליש/אונגאריש.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25850
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 3:13 pm

איך גלייך נישט צו טשידען, און אונגאריש איז ביי מיר קיינמאל נישט קיין עת הצורך........

דער עיקר איז אז די קרעטשמע ווערט מער קאלירפול, אפי' אנגאריש האט שוין דא אן אמבאסאדע......

דער חידוש דא אין דעם אשכול איז דער ווארט 'טשילאר' אלעקסיי צייגט אן עפעס א מהרי"ל אז דאס איז אן אלטער אויסדריק, אבער נישט אידיש, וואס יא אלעקסיי?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 3:15 pm

וואו קומט דא אריין טשיטן?

און גייסט מיר זאגן, אז דו ווילסט נישט וויסן וואס דיינע עלטערן סודות'ן זיך ארום דיר, וועגן דיר? הא?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24524
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 3:20 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:קען זיין טאקע אז נישט

סתם אינטרעסאנט וויפיל ווערטער פון אונגעריש האבן זיך אריינגעכאפט אין אינזער אידיש אריין (ציביסלעך פאלען זיי ארויס ווייל ענגליש נעמט איבער)
ווי טשילאחר, פאטלאחטשינטאח, (על אף דאס ענגלישע ווארט בלינצ קימט גאר פון אידיש), קאטנטשאט, לעטשאט, וכו'



גיי ווייטער:
מאיפאשטעיטאם
ווינעטטא
פאפריקאש
פוליסקא
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 3:57 pm

און פאנדשעלא פון ווי קימט
אויפן קעמפ צעטל פלעגט שטיין פאפלאן וואס איז דאס
און וואס איז מיט פאפאטש וואסערע שפראך איז דאס
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 4:00 pm

פאדלאגע וואס מען ניצט אנשטאט דעם ענגלישן פלאר איז דאכצעך פויליש
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6701
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » פרייטאג פאברואר 29, 2008 10:40 am

מיללער האט געשריבן: ווידער 'הוידא' פון די אונגארישע שטעט און דערפלעך ווי הוידא-נאנאש האט מיר געלאזט טייטשן אלס 'גרויס'

אויב בין איך נישט גערעכט, זייט מיר מוחל.

ערעב סקרענטעני,
'הוידא' איז א געגנט אדער COUNTY און אינגערען אין דער ריכטיגער נאמען פונעם געגענט איז הוידא-ביהאר. אסאך שטעטליך און דעם געגענט וועלען האבען דעם ווארט 'הוידא' פאר זייער נאמען וויא למשל הוידא-סאבאסלא אדער הוידא-דאראג אדער הוידא-בעסערמין און אויך דער שטאט וואס די האסט דערמאנט הוידא-נאנאש.
דער האפטשטאט פון דעם געגענט איז דעברעצין.
דאס איז דיין GEOGRAPHY LESSON פאר היינט
the SCY is the limit

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג מארטש 02, 2008 3:16 am

ר' שמחה אז דו רעדסט שוין פון קאונטיס רעד מאמע לשון, MEGYE

און דער ריכטיגער נאמען פון דערהיים איז נאר הוידא אליינס, ביהאר איז געווען א קאנטי פאר זיך, וואס מ'האט שפעטער צוזאמגעשמאלצן, אזוי ווי, בארשאד אבוי זעמפלען.
פון די הוידא משפחה, איז אויך הוידא האדהאז, [נישט האטהאז].


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט