בלאט 1 פון 5

כללים אין לשון הקדוש / ארמית

געשריבן: מאנטאג ינואר 14, 2019 10:06 pm
דורך ברכה והצלחה
איך זיך א גוטע ספר פון די כללים אין לשון קדוש / ארמית צו קענען ספעלן ריכטיג די ווערטער וכו', וואס קאן זיין גוט פערדעם?

געשריבן: דינסטאג ינואר 15, 2019 12:42 pm
דורך אושר עד
פראבירט דעם ספר "הכי גרסינן"

שאלות בדקדוק לשון קודש וארמית

געשריבן: דינסטאג ינואר 15, 2019 7:49 pm
דורך ברכה והצלחה
כמה שאלות בעניני דקדוק
א. לפעמים כותבין מתכוון עם ב' וא''ו, ולפעמים כותבין מתכוין וא''ו יו''ד, במה הוא תלוי?
ב. תרווייהו – למה יש בו ב' פעמים אות וא''ו, וב' פעמים אות י' – למה לא כותבין תרויהו
ג. כחו – כותבין עם שתי וא''ו כזו 'כוחו', או עם חד כזו 'כחו'
ד. דיחוי / שינוי למה כותבין בו וא''ו יו''ד, ולא סגי רק יוד כזו דיחי שיני

געשריבן: דינסטאג ינואר 15, 2019 8:26 pm
דורך אסדר לסעודתא
בדרך כלל, אסאך ווערטער קומט עכט מיט איין ו' אבער עברית האט צוגעלייגט צוויי, אזוי ווי אין אידיש. למשל, דווקא, כוונה, שווין, און נאך.

כח קומט אן א ו'.
מתכוון ווענד זיך לשוה"ק אדער עברית, לכאו', כמ"ש לעיל.
דיחוי איז די ווארט, אפשר זאל מען עס שרייבן אן א ח' אויך?...
תרוייהו קומט מיט נאר איין ו'.

לגבי דיין שאלה פון צוויי יודן, לשוה"ק האט היבשע צאל ווערטער מיט צוויי יודן. לדוגמא, יישר כח, ייפוי כח, ועוד כמה. אין אראמיש געפינט מען עס מער.

געשריבן: דינסטאג ינואר 15, 2019 8:41 pm
דורך ברכה והצלחה
צוויי וא''ו האט נישט קיין שייכות צו עברית, שטייט שוין אין גמרא און אין ראשונים תרווייהו וכו'
דיחוי - מיין איך צו פרעגן וואס איז די וואקעל פון ''וי''?

געשריבן: דינסטאג ינואר 15, 2019 10:05 pm
דורך אסדר לסעודתא
וואו שטייט 'דווקא' אין די ראשונים? ריין עברית.

תרווייהו שטייט זיכער מיט איין ו', קען זיין אז ס'שטייט אמאל אזוי און אמאל אזוי.

לגבי דיחוי פארשטיי איך דיין שאלה. אין די ליטא זאגט מען די-חו-אי. ענליך צו 'לטאי'.

געשריבן: דינסטאג ינואר 15, 2019 10:41 pm
דורך למעלה משבעים
אסדר לסעודתא האט געשריבן:וואו שטייט 'דווקא' אין די ראשונים? ריין עברית.

תרווייהו שטייט זיכער מיט איין ו', קען זיין אז ס'שטייט אמאל אזוי און אמאל אזוי.

לגבי דיחוי פארשטיי איך דיין שאלה. אין די ליטא זאגט מען די-חו-אי. ענליך צו 'לטאי'.

עברית????
שטייט אזוי אין גמרא א שיינע פאר מאל. דווקא זע לדוגמא שבת קכז: תרווייהו זע לדוגמא שבת לז: און נאך א שיינע פאר מאל.

געשריבן: דינסטאג ינואר 15, 2019 11:02 pm
דורך אסדר לסעודתא
תרווייהו האב איך געשריבן אז עס שטייט מעגליך יא ביידע וועגן, ווייל אראמיש האט אנדערע כללים.


איך זוך די ווארט 'דווקא', 'כוונה', וכדו' אין חז"ל.

געשריבן: דינסטאג ינואר 15, 2019 11:06 pm
דורך אסדר לסעודתא
ביסט גערעכט. טעיתי, שטייט דארט אין שבת מיט צוויי.

אבער כ'מיין נאכאלץ אז אין ריין לשוה"ק שרייבט מען על פי רוב מיט איין ו'.

געשריבן: מיטוואך ינואר 16, 2019 12:11 am
דורך למעלה משבעים
דווקא איז א לשו"ק ווארט? טרעף עס מיר ביטע אין משנה אדער ירושלמי...
כוונה שטייט אויך פולע מאל אין גמרא. אדרבה כונה איז כמעט נישט בנמצא אין ש"ס, א שנעלע זיכעניש ברענגט עס נאר 4 מאל, משא"כ כוונה שטייט צענדליגע מאל.

געשריבן: מיטוואך ינואר 16, 2019 7:55 pm
דורך ברכה והצלחה
סוי ס'בלייבט אז ס'האט נישט קיין שייכות צו עברית,
אויב אזוי קומט'ס אריין קלאר צו עס איז דא א כלל, אימתי כותבין עם ו' אחד ואימתי כותבין עם ב' ו'?

אין כלפי דיחוי - אסדר שרייבט אז אין די ליטא דרוקט מען ''אי'', גייט עס אזוי ביי יעדע ''וי'' כגון גילוי שינוי כיבוי?

געשריבן: מיטוואך ינואר 16, 2019 9:02 pm
דורך אסדר לסעודתא
כ'האב שוין מורא צו רעדן, איך גיי צוריק צו אידיש...

מ'שרייבט היינט מיט צוויי וו'ס עפ"י רוב.

געשריבן: מיטוואך ינואר 16, 2019 10:07 pm
דורך ברכה והצלחה
מורא פון וועם?????
למעשה זע איך ס'דא וואס שרייבן מתכוון / מתכוין / מתכון, וואס גייט דא פאר?

געשריבן: מיטוואך ינואר 16, 2019 10:20 pm
דורך אסדר לסעודתא
אין חז"ל שטייט קלאר מתכוין. אין עברית זאגט מען קלאר מתכוון.

למעלה וועט באלד פעסטשטעלן וויפיל מאל שטייט אין חז"ל אויך פארקערט...

געשריבן: מיטוואך ינואר 16, 2019 11:49 pm
דורך למעלה משבעים
אין גמרא שטייט ביידע, מתכוין און מתכוון אבער נישט מתכון.

אין משנה שטייט איבעראל מתכוין, חוץ אין איין פלאץ בבא קמא פ"ה מ"ד שטייט צוויי מאל מתכוון, ווייס איך נישט צו ס'איז נישט פערצופאל א טעות המעתיק.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 17, 2019 12:58 am
דורך בראשית ברא
אסדר לסעודתא האט געשריבן:.

לגבי דיחוי פארשטיי איך דיין שאלה. אין די ליטא זאגט מען די-חו-אי. ענליך צו 'לטאי'.

איר חלומ'ט..

די יו"ד פון דיחוי איז נישט קיין נייע וואקאל, ס' איז א נח נראה ולא נסתר. און פונקט ווי דו זאגסט נישט ארויס אין פסוק אזעלכע יודין, אבער ס'קומט צו זאגן דעם יוד, אז מ'קען נישט איז מען פטור. למשל ביי א קמץ אדער פתח בעפאר אזא יוד וועט דער קמץ ווערן א חולם און דער פתח א צירי, כ'מיין נישט עכט ווערן נאר זיך הערן אזוי לויט אונזער הברה, און דאס איז ווייל דער וועג צו דערהערן דעם יוד איז אזוי נשתלשל געווארן עד ימינו.

גראדע רעדסט וועגן וואקאלן און אראמיש, די געדאנק פון וואקאלן אין הלכה לגבי שמות גיטין אז א יוד מיינט א חיריק אדער צירי און א ויו א חולם אדער מלאפום ועוד, איז היבש געבויעט אויף ארמיש, קוק וואס זיי רעדן ביי די דאבעל יוד פאר א פתח חריף ווי דייסא עיי"ש.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 17, 2019 1:13 am
דורך שטאלצער יוד
בראשית ברא האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:.

לגבי דיחוי פארשטיי איך דיין שאלה. אין די ליטא זאגט מען די-חו-אי. ענליך צו 'לטאי'.

איר חלומ'ט..

די יו"ד פון דיחוי איז נישט קיין נייע וואקאל, ס' איז א נח נראה ולא נסתר. און פונקט ווי דו זאגסט נישט ארויס אין פסוק אזעלכע יודין, אבער ס'קומט צו זאגן דעם יוד, אז מ'קען נישט איז מען פטור. למשל ביי א קמץ אדער פתח בעפאר אזא יוד וועט דער קמץ ווערן א חולם און דער פתח א צירי, כ'מיין נישט עכט ווערן נאר זיך הערן אזוי לויט אונזער הברה, און דאס איז ווייל דער וועג צו דערהערן דעם יוד איז אזוי נשתלשל געווארן עד ימינו.

גראדע רעדסט וועגן וואקאלן און אראמיש, די געדאנק פון וואקאלן אין הלכה לגבי שמות גיטין אז א יוד מיינט א חיריק אדער צירי און א ויו א חולם אדער מלאפום ועוד, איז היבש געבויעט אויף ארמיש, קוק וואס זיי רעדן ביי די דאבעל יוד פאר א פתח חריף ווי דייסא עיי"ש.

אסדר חלומ'ט גארנישט.

די ליטאים זאגן עס ארויס ממש אזוי, DICHOO-EY.

ביסט אבער גערעכט מיט דיין הסבר אז די י' ביים סוף ווארט מאכט אז די מלאפום זאל באקומען אזא פיניש.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 17, 2019 1:41 am
דורך בראשית ברא
ניין! ס'איז נישט קיין 'אי' מיט קיין אלף. סתם מ'הערט דעם יוד

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 17, 2019 1:44 am
דורך בראשית ברא
דווקא איז עברית? מתכון איז עברית?...

מתכוין מתכוון, ס'דא לשון משנה ולשון תלמוד, במשנה מתכוין ווי מתכויץ וכדומה, ווען ס'איז א חיריק, איז עס מלא יו"ד, און ארמי איז עס מלאפום.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 17, 2019 5:53 am
דורך אסדר לסעודתא
בראשית ברא האט געשריבן:דווקא איז עברית? מתכון איז עברית?...

מתכוין מתכוון, ס'דא לשון משנה ולשון תלמוד, במשנה מתכוין ווי מתכויץ וכדומה, ווען ס'איז א חיריק, איז עס מלא יו"ד, און ארמי איז עס מלאפום.


אסדר לסעודתא האט געשריבן:אין חז"ל שטייט קלאר מתכוין. אין עברית זאגט מען קלאר מתכוון.

למעלה וועט באלד פעסטשטעלן וויפיל מאל שטייט אין חז"ל אויך פארקערט...



איך זע נישט קיין סתירה מיט מיינע ווערטער. אויף עברית זאגט מען נישט מתכוון? אין חז"ל שטייט נישט מתכוין?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 17, 2019 5:53 am
דורך אסדר לסעודתא
בראשית ברא האט געשריבן:ניין! ס'איז נישט קיין 'אי' מיט קיין אלף. סתם מ'הערט דעם יוד

מ'הערט 'סתם' דעם י' און ס'הערט זיך ווי די הברה פון 'אי'.

געשריבן: זונטאג ינואר 20, 2019 8:45 pm
דורך ברכה והצלחה
בראשית ברא האט געשריבן:דווקא איז עברית? מתכון איז עברית?...

מתכוין מתכוון, ס'דא לשון משנה ולשון תלמוד, במשנה מתכוין ווי מתכויץ וכדומה, ווען ס'איז א חיריק, איז עס מלא יו"ד, און ארמי איז עס מלאפום.


מיינסט צו זאגן אז יעדע ''וו'' מיינט מלאפום ו' - אין וואס טוט זיך מיט תרווייהו?

הוה

געשריבן: זונטאג ינואר 20, 2019 8:45 pm
דורך ברכה והצלחה
מילת 'הוה' הוא לשון ארמית ופירושה הוא ''היה'' [לשון עבר] כגון מריש הוה אמינא, אמנם מצאנו כמה מקומות בספרים דמשתמשים במילה זה בלשון הוה, כגון עי' בבא בתרא דף קמא. ''אידך מנה הוה ממון המוטל בספק וחולקין'' בכורות דף כה. היינו טעמא דשרי - דהוה ליה עוקר דבר מגידולו כלאחר יד, מאי הוא הפשט בזה

געשריבן: זונטאג ינואר 20, 2019 8:58 pm
דורך חלב ישראל
אין לשון הקודש/עברי איז דא דריי סעטס פון כללים, כתב חסר, כתב מלא און כתב מלא דמלא. די תנ"ך איז געשריבן אין כתב חסר, רוב ראשונים נוצן כתב מלא, און געוויסע מלא דמלא, קיינער שרייבט נישט חדש אנשטאט חודש, אדער נער אנשטאט נערה. אין כתב מלא דמלא שרייבט מען אלע ווין און יודין דאפלט, צו פונאנדערשיידן צווישן אן אמתע וו/יוד, און א צירה/מלאופום. היינטיגע צייטן באנוצט מען זיך בדרך כלל מיט די כללים פון מלא, און ווען ס'פעלט זיך אויס באנוצט מען זיך מיט מלא דמלא.

געשריבן: זונטאג ינואר 20, 2019 9:03 pm
דורך אהרן הלוי
ברכה והצלחה האט געשריבן:מילת 'הוה' הוא לשון ארמית ופירושה הוא ''היה'' [לשון עבר] כגון מריש הוה אמינא, אמנם מצאנו כמה מקומות בספרים דמשתמשים במילה זה בלשון הוה, כגון עי' בבא בתרא דף קמא. ''אידך מנה הוה ממון המוטל בספק וחולקין'' בכורות דף כה. היינו טעמא דשרי - דהוה ליה עוקר דבר מגידולו כלאחר יד, מאי הוא הפשט בזה

א דאנק פאר די מראי מקומות! וועל איך מיך שוין אויפהערן צו 'בייזערן' אויף די מחברים וואס שרייבן 'הוה' במקום 'הוי', אבער עדיין לבי נוטה אז ס'איז א טעות הזעצער אין די צוויי אויבנדערמאנטע ערטער (אויסער אויב דו טרעפסט נאך א סאך...)