כללים אין לשון הקדוש / ארמית

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: כללים אין לשון הקדוש / ארמית

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג יוני 22, 2020 1:29 pm

ארגאן האט געשריבן:פארוואס איז מען מנקד "שָׁאַתָּה" אין תפילת מודים בקמץ? לכאורה שרייבן דא די ספרדים, תימנים און אלטע נוסחים א סגול אונטערן שי"ן (שֶׁאַתָּה).

דאס ווארט 'שאתה' שטייט נאר איין מאל אין פסוק, און עס שטייט מיט א קמץ אונטערן ש', דערפאר גייט מען נאכן לשון המקרא.

אבל עי' קובץ אור תורה, תשמ"ב, עמ' קמב והלאה.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: כללים אין לשון הקדוש / ארמית

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יוני 22, 2020 3:11 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:וכל החיים ווערט אביסל פראבלעמאטיש, ווייל אלע יארן האט מען געזאגט וכל מיט א קמץ, ביז ר"ז הענא אדער יצחק סאטנוב האט עס געטוישט מדעתו, כדי ס'זאל שטימען מיט דעם כלל. אבער די שאלה איז אויב ס'איז טאקע א כלל און פון וואו דאס שטאמט.

מ'קען לכאורה פרעגן אויף דעם כלל פון "וְכֹל בְּכוֹר אָדָם בְּבָנֶיךָ תִּפְדֶּה" אין פרשת והיה כי יביאך. הגם אויב ס'איז באמת א כלל, איז נישט עק וועלט אז ס'שטייט אנדערש.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט