באגאסן

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

israelm
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2013 3:37 am

באגאסן

תגובהדורך israelm » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 3:47 am

וואס איז דער טיישט פון באגאסן, אדער באגאסענעם אין לשון הקודש.

צום ביישפיל: זון באגאסענעם וואסער, באגאסענעם קדושה, באגאסענעם קיטל

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 5:21 am

israelm האט געשריבן:וואס איז דער טיישט פון באגאסן, אדער באגאסענעם אין לשון הקודש.

צום ביישפיל: זון באגאסענעם וואסער, באגאסענעם קדושה, באגאסענעם קיטל


"באגאסן" מיינט צום ביישפיל "אנגעגאסן מיט וואסער", המן איז געווען באגאסן נאכן פירן מרדכי אויפן פערד.

"באגאסענעם" איז קודם כל נישט קיין לשון הקודש און איך ווייס נישט צו עס איז גראמאטיש אויסגעהאלטן, אפשר געהערט עס "באגאסענע, באגאסענער, וכדו'" ווענדט זיך וואו ער שטייט. דער באדייט דערפון איז פשוט, א קיטל וואס איז געווארן באגאסן מיט וויין, איז יעצט א "באגאסענע קיטל," "זרש האט געהערט די טיר זיך עפענען און אריין האט שפאצירט א באגאסענער המן."

עד כאן וואס איך ווייס און פארשטיי, אפשר איז דא עפעס מער!
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 8:21 am

פון די ווערטער פונעם שואל, פארשטיי איך אז ער וויל מעגליך פרעגן איבער 'געגאסן' און 'אויסגעגאסן'.
א שטייגער ווי:
'אויף זיין פנים איז אויסגעגאסן א שיין פון קדושה'.
'דאס קיטל פאסט אים זייער גוט, עס איז ווי געגאסן אויף אים'.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

israelm
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2013 3:37 am

תגובהדורך israelm » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 6:09 am

יישר כח אלעמען


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט