בלאט 1 פון 1

פּראָצעס - trial אדער process - אדער ביידע

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 7:28 pm
דורך מיגו
איז ריכטיג צו נוצן דער אידישער ווארט "פראצעס" פאר די ענגלישע process?

לעצטנס געליינט ערגעץ די ווערטער "פראצעס פון עלימינירונג" אלס אן איבערטייטש פון "process of elimination"

דאס האט מיר אויסגעזען אומריכטיג, אין אידיש איז פּראָצעס באנוצט פאר "משפט", אין ענגליש trial

אבער קען זיין אז עס פארנעמט ביידע

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 7:57 pm
דורך קלאפער
פראצעדור אפשר?

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 8:20 pm
דורך ווייזער
פראסעס - פראצעדור / פראסידשער

פראצעס - משפט - געריכט.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 8:26 pm
דורך צו געזונט
צוגאנג איז איין ווארט דעפונען, און דאס ווארשיינליך א איבערטייטש פון די ענגלישע ווארט.
משפט איז די ריכטיגע אפטייטש וואס דאס איז אויך אזוי אין עטליכע אייראפעער און סלאווישע שפראכען

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 10:01 am
דורך איטשע
ווייזער האט געשריבן:פראסעס - פראצעדור / פראסידשער

פראצעס - משפט - געריכט.


נישט קיין ווארט אין אידיש ׳פראסעס׳.
נעמנדיג אין באטראכט די עטימאלאגיע פונ׳ם ווארט, וועט איר זעהן אז דאס ווארט שטאמט, פון פראצעסירן זאכן.
דא איז עס א געריכט, דא איז עס עפעס אנדערש.
ביי געריכט האט עס גראדע איבערגענומען פיל מער ווי עס באדייט.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 10:03 am
דורך איטשע
צו געזונט האט געשריבן:צוגאנג איז איין ווארט דעפונען, און דאס ווארשיינליך א איבערטייטש פון די ענגלישע ווארט.

צוגאנג איז approach.
איבערהויפט נישט גלייך.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 10:10 am
דורך צו געזונט
איי עם סאררי. דורכגאנג...

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 10:18 am
דורך צו געזונט
אבער די שורש המילה איז ווארשיינליך די זעלבע ביי ביידע. א געריכט איז א פערצויגענע זאך וואס מען גיין אדורך און א PROCESS איז אויך א זאך וואס נעמט צייט אדורכצוגיין. אלזא, עס איז וואו פאלגענג. די ביזט ארעסטירט און דו האסט אפאר זאכען אדורכצוגיין זיך צו זעהן פריי, און די עסן איז נאכנישט פארטיג, ווייל עס האט נאך א שטיקל וועג ביז עס וועט זיין גרייט. און די זעלבע מיט פראצעדור, ווייל עס געזעהט נישט פון איין סעקונד צום צווייטן

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:01 pm
דורך מיגו
איטשע האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:פראסעס - פראצעדור / פראסידשער

פראצעס - משפט - געריכט.


נישטא קיין ווארט אין אידיש ׳פראסעס׳.
נעמנדיג אין באטראכט די עטימאלאגיע פונ׳ם ווארט, וועט איר זעהן אז דאס ווארט שטאמט, פון פראצעסירן זאכן.
דא איז עס א געריכט, דא איז עס עפעס אנדערש.
ביי געריכט האט עס גראדע איבערגענומען פיל מער ווי עס באדייט.


ווייזער האט געמיינט דעם ענגלישן process. וז"פ

דער שורש פונעם ווארט קען זיין און איז מסתבר (הגם עס איז נישט מוכרח) אז עס קומט פונעם זעלבן ווי דער ענגלישער process אבער דאס מאכט עס נישט קיין אידישער ווארט אויב אין אידיש איז עס נאר באנוצט פאר א געריכט פראצעס.

איטשע האט געשריבן:ביי געריכט האט עס גראדע איבערגענומען פיל מער ווי עס באדייט.


דאס איז נישט ריכטיג, מען נוצט עס נישט נאר צו באצייכענען דעם געריכט פראצעדור, נאר עס איז ווי א שם דבר פאר א Trial.

לגבי וואס ווייזער שרייבט Process = פראצעדור / Procedure, בין איך מסופק געווען, ווייל אין ענגליש איז פראסעס נישט די זעלבע ווי פראצעדור, קען זיין אין אידיש יא.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 7:07 am
דורך איטשע
לאמיר אפירנעמען עטליכע יודישע ווערטערביכער:

הארדוף:
Process n
פּראָצעס ז (ן)

Process v
פּראָצעסירן

הארקאווי - אידיש:
פראָצעס s (-ן pl.)
lawsuit משפט

הארקאווי - ענגליש:
Process (פּראָ׳סעס)
דער גאַנג, דער לויף; דער פערגאַנג, דער פערלויף; אַמיטעל; אַ פּראָצעס, אַ משפּט; אַ פאָרטזאַץ, אַ שטיקעל ביין וואָס שטעהט אָב.

צאנין:
פּראָצעס (ן) דער משפט, דין, נוהל, שיטה, תהליך

אבעלזאהן:
proc'ess n. and v. (פּראָס-עס)
דער פּראָצעס, דער גאַנג, לויף; דער פאָרגאַנג, דער פערלויף; די מעטאָדע, אַ פאָרטזעצונג; אַ פאָרטשריט; אַ פּראָצעס; אַ משפּט; אַ צואוואוקס, אַן אַרויסשטאָרצונג; פערפיהרען אַ פּראָצעס אָדער משפּט [געגען אימעצען]; רעפּראָדוצירן דורךְ אַ מעכאַנישען אַדער פאָטאָגראַפישען פּראָצעס.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 4:33 am
דורך גם זקנתי
לויט ווי איך פארשטיי:
פראצעדור - process
פראצעס - trial
איך ווייס נישט דעם אפשטאם פון די ווערטער אבער אויב דו רעדסט פון פשט טייטש מיין איך אז דאס איז די ריכטיגע.