צענדליגע(ר?), הונדערטע(ר?), טויזענטע(ר?)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

צענדליגע(ר?), הונדערטע(ר?), טויזענטע(ר?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

בעניות דעתי קען איך נישט כאפן פארוואס און פארווען זאל מען שרייבן צענדליגער/ הונדערטער/ טויזענטער, מיט א ר' צום סוף.

צענדליגע מיינט, אפאר מאל צעהן; הונדערטע מיינט, אפאר מאל הונדערט; טויזענטע מיינט, אפאר טויזענט,
איז טייטש מ'רעדט דא א לשון רבים, וואס דאן איז די נאכזילבע פארן שילדערונגס-ווארט בלויז אן ע', אפגעזען צו דער זאך-ווארט איז א זכר, נקיבה, אדער נייטראל.
אויב אזוי, פארוואס זעה איך אזויפיל מאל געשריבן הונדערטער, טויזענטער?

אפילו זאל זיך עס רעדן פון טויזענטע מענער, דארף מען נאך אלץ נישט שרייבן קיין 'ער, נאר בלויז אן 'ע.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אמעריקאנער פארשטייסטו יא? ענגלענגדער? סאטמארער חסידים? אזוי שרייבט מען ווען מען רעדט פון א געמיינדע.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

ממש אזוי?
הייסט עס, מ'שרייבט אלעמאל אמעריקאנער? מ'וועט שרייבן די אמעריקאנער רעגירונג, און נישט אמעריקאנע, כאטש רעגירונג איז נקיבה?
אויך אין דאטיוו וועט עס נישט אננעמען די כללים אפילו ווען מ'וועט רעדן פונעם אמעריקאנעםר פאלק?

ווער זאגט אז מ'שרייבט ''סאטמארער'' ווען מ'רעדט פון מער ווי איין חסיד?
צו שרייבט מען דען די וויזניצער חסידים?
סאטמארער אויף א רבים איז אפשר אויך בלויז א טעות.

די זאך ברויך נאך מער הסבר.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אמעריקאנעם פאלק שרייבט מען אויך, אבער נישט אמעריקאנע.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

ווייסטו וואס, דיינע ווערטער קוקן אויס צו זיין ריכטיג, ס'הייבט מיר אן אריינגיין אין קאפ.

איך וועל אבער ווארטן פאר אן הסכמה פון נאך איינעם.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ווארט א מינוט, איך ברענג מיין צווייטע ניק...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

דיין טענה הערט זיך גערעכט, אבער פאר סיי וועלכע סיבה קלינגט מיר בעסער מי א 'ר' צום סוף
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

איך טראכט בדרך אפשר אז ווען משרייבט הונדערטער און נאכדעם טויזנטער קומט די ערשטע מיט א ר און די צווייטע אן א 'ר'
דאס הייסט אז די 'ר' וועט ערזעצן דעם of אין ענגליש
Hundreds of thousands
און די צווייטע 'ר' וועט מען מוזן איינזעצן אז א טעות
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

אין אידיש פעלט בכלל נישט אויס צו שרייבן א ווארט ווי of אין ענגליש, איך רעד ביי אזא פאל.

למשל, ''מיר פארטיילן קעסטלעך פלייש.''
מ'דארף נישט שרייבן ''קעסטלעך פון פלייש'', אבער אין ענגליש פארלאנג זיך יא דער boxes of meat'' .of''
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

באקומען אמאל פון א ידיד וואס האט באקומען אן אנטווארט פון 'מרת מעלות' (כ'האף מ'מעג מפרסם זיין):
אידישע, צאנזער, פוילישע, גערער, וויליאמסבורגער, אונגארישע.
כמיין דער כלל איז אויב דער נאמען פון דעם מקום בלייבט אריגינעל איז עס -ער. אויב מאיז עס משנה, איז עס -ע. צאנז - צאנזער, ווילנע - ווילנער. פוילן - פוילישע, ליטע - ליטווישע. אידישע איז אפשר אן אויסנאם ווייל סאיז נישט אויפ'ן נאמען פון א פלאץ, נאר סאיז מער ווי אן אדיעקטיוו, ווי גוישע, גוטע, שלעכטע.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

האפ קאזאק האט געשריבן:אין אידיש פעלט בכלל נישט אויס צו שרייבן א ווארט ווי of אין ענגליש, איך רעד ביי אזא פאל.

למשל, ''מיר פארטיילן קעסטלעך פלייש.''
מ'דארף נישט שרייבן ''קעסטלעך פון פלייש'', אבער אין ענגליש פארלאנג זיך יא דער boxes of meat'' .of''

קען זיין עס פעלט טאקע נישט אויס אבער משרייבט אזוי
אן אמעריקאנער איד מיינט א איד פון אמעריקע, ניין?
איך פרוביר עס נאר צו פארענטפערן בדוחק, ווי געשריבן הערט זיך אייער טענה גערעכט
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:באקומען אמאל פון א ידיד וואס האט באקומען אן אנטווארט פון 'מרת מעלות' (כ'האף מ'מעג מפרסם זיין):
אידישע, צאנזער, פוילישע, גערער, וויליאמסבורגער, אונגארישע.
כמיין דער כלל איז אויב דער נאמען פון דעם מקום בלייבט אריגינעל איז עס -ער. אויב מאיז עס משנה, איז עס -ע. צאנז - צאנזער, ווילנע - ווילנער. פוילן - פוילישע, ליטע - ליטווישע. אידישע איז אפשר אן אויסנאם ווייל סאיז נישט אויפ'ן נאמען פון א פלאץ, נאר סאיז מער ווי אן אדיעקטיוו, ווי גוישע, גוטע, שלעכטע.

זייער קלאר!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

קאטשקע, שיין פשט.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

מישרייבט אלץ צענדליגער, הונדערטער, טויזנטער, סאטמארער, ווינער, וויזניצער, גורער, קלאוזנבערגער, וכו' פשטות ווייל די רי"ש בסוף איז להבדיל ווי די S אויף ענגליש לשון רבים.
אבער לפלא אז אמאל איז פארקערט, "קלוגער מענטש" און "קלוגע מענטשן," אויך פשטות אז מירעדט פון שם דבר בהיפוך פון יחיד-רבים.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ס'האט נישט מיטן לשון רבים, אמעריקאנער פרעזידענט, אמעריקאנער בירגערשאפט, ערשטע פרוי אדער אמעריקאנער קאנגרעס שרייבט מען אויך אזוי.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

עס האט דייקא יא מיט לשון רבים, כאטש נישט 'נאר' מיט לשון רבים נאר אויך מיט זכר-נקיבה, און מעגליך נאך פאקטארן.
מרת וואטעווער איז אנגעקומען די ערשטע (נישט די ערשטער), אבער דערנאך זענען געקומען נאך צענדליגער (נישט צענדליגע) פרויען.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

Think and Thank האט געשריבן:עס האט דייקא יא מיט לשון רבים, כאטש נישט 'נאר' מיט לשון רבים נאר אויך מיט זכר-נקיבה, און מעגליך נאך פאקטארן.

דאס איז די קשיא דא, וואס טוט דזשסטיפייען דעם 'ר' פון צענדליגער, פשטות איז עס איבריג. די 'ע' מאכט עס פאר א לשון רבים
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

פארוואס דארף עס דזשאסטיפיקעחשאן? פארוואס עפעס זאל ע' מאכן לשון רבים מער ווי 'ער'?
פארוואס ביי 'מענער' למשל האסטו נישט די קשיא?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

ביי מענער פארדרייט מען די גאנצע ווארט, פארוואס ווייס איך נישט אבער א לשון יחיד איז מאן
משא"כ דא וואו א לשון יחיד איז הונדערט וועט די 'ע' זיין גענוג
איך ווייס אז 'מ' שרייבט הונדערטער, די שאלה איז פארוואס
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

איך מיין אז יעדע ווארט וואס ענדיגט זיך מיט א נון קומ מיט נאך עפעס חוץ די 'ע' עס צו מאכן א לשון רבים, קען מען נישט ברענגען א ראי' פון מענער
צב"ש פאן-פענער, אקעאן- אקעאנען, באן-באנען, ביין-ביינער
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

Think and Thank האט געשריבן:עס האט דייקא יא מיט לשון רבים, כאטש נישט 'נאר' מיט לשון רבים נאר אויך מיט זכר-נקיבה, און מעגליך נאך פאקטארן.
מרת וואטעווער איז אנגעקומען די ערשטע (נישט די ערשטער), אבער דערנאך זענען געקומען נאך צענדליגער (נישט צענדליגע) פרויען.

מ'שרייבט אבער אמעריקאנער פרוי, ריבניצער רביצין האט עס נישט בלויז מיט נקיבה.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ריכטיג שבתי, כנ"ל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

בשנים קדמוניות איז געפלויגן שטריימלעך דערוועגן..

viewtopic.php?p=135948#p135948
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

Think and Thank האט געשריבן:פארוואס דארף עס דזשאסטיפיקעחשאן? פארוואס עפעס זאל ע' מאכן לשון רבים מער ווי 'ער'?
פארוואס ביי 'מענער' למשל האסטו נישט די קשיא?

נאכאמאל:
די שאלה איז נישט, צו ע' מאכט לשון רבים צו נישט.
די שאלה איז נישט, צו נאכזילבעס (suffix) האט צו טון נאר מיט רבים, אדער אויך מיט זכר, נקיבה, סתמי. מ'איז נישט געקומען דא לערנען ''כללים פון נאכזילבעס''.
דאס איז זיכער, אז געווענדליך ביי לשון רבים איז די נאכזילבע פאר שילדערונגס-ווערטער (adjectives) דער אות ע', און עס וועט נישט כאפן קיין חילוק צווישן זכר, נקיבה, נייטראל; נאמינוטיוו, דימינוטיוו, דאטיוו, אקוזאטיוו.

וועגן ''מענער'' מישט נישט אריין דא, ווייל דאס איז זאך-ווארט (noun), וואס דאן איז דא אנדערע כללים אינגאנצן. מ'וועט נישט שרייבן טישער, אויך נישט טישע, נאר טישן. פשוט.

נומערן, זענען געווענדליך שילדערונגס-ווערטער. (adjectives), עס זאגט וויפיל פון א נאו''ן איז פארהאן.
נעמען פון פלעצער, ווען עס איז צו שילדערן דעם נאון, איז דאך אויך א שילדערונגס-ווארט.

מיר האבן דערשפירט אז ס'זענען דא געוויסע היכי תמצא'ס, וואס אפי' ביי לשון רבים, און ווי אונז ווייס מיר שוין יעצט אויך ביי לשון נקיבה, וועט זיין אן אויסנאם און מ'וועט נוצן דעם 'ער אלס נאכזילבע פארן שילדערונגס-ווארט, און דאס האבן מיר געוואלט דערגיין.

---
יעצט דארף מען למעשה זען די אונטערשטע שורה, וועלכע זענען די יוצאים מן הכלל צו שרייבן אייביג בלשון זכר, און ביי דאטיוו אזויווי זכר+דאטיוו.
איך האלט עס נאך אינמיטן צאמנעמען אין מיין קאפ.

יישר כח פאר בראשית פארן לינק.
און אויך פאר קיטשי פארן פארשטיין מיין שאלה.
און פאר אסדר פארן ענטפערן.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

אז דו ווילסט לערנען, קלענערע אראפ אין קעלער, ס'דא אוצרות
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”