רעדן אידיש אדער טייטשן ענגליש

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 7:42 pm

גרויסע רעדנער האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:פון אידישן פאקטיש איז געווארן דער ענגלישער אין פאקט

מן הסתם געדארפט צו זיין א פליק דירעקטירט צו מיר לגבי מיין חתימה, איך אנטשולדיג מיך אבער פארן עס נישט כאפן. אויב איז עס געווען גענוג וויכטיג און גענוג גוט, ביטע קום אין אישי.

איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט. אנטשולדיגט

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 8:22 pm

גרויסע רעדנער האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:פון אידישן פאקטיש איז געווארן דער ענגלישער אין פאקט

מן הסתם געדארפט צו זיין א פליק דירעקטירט צו מיר לגבי מיין חתימה, איך אנטשולדיג מיך אבער פארן עס נישט כאפן. אויב איז עס געווען גענוג וויכטיג און גענוג גוט, ביטע קום אין אישי.

מן הסתם האסטו געמיינט צו שרייבן א פליק געריכטעט צו מיר לגבי מיין חתימה...
בכל אופן מיין איך זאלסט אנטלויפן פון דעם אשכול באצייטנס, וועסט פון דא נישט אזוי שנעל ארויסקריכן...

ורחץ
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 12:27 am

תגובהדורך ורחץ » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 9:38 pm

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:'מיט אן' - without.

אוי עס נערווירט מיך געפערליך ווען איך הער ווי מיינע קינגעלעך הערן אויס די טעיפס פון ר׳ פישל שעכטער [כבודו במקומו מונח] ״מיט רשות אדער מיט אן רשות״ אדער ״איין מער מאל״

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 1:59 pm

איך ווייס נישט אין וועלכע אשכול עס געהערט, לייגט עס וואו איר ווילט.
bipartisan טייטשט נישט אומפארטייאיש, עס טייטשט צוויי-פארטייאיש.

אוועטאר
גם זקנתי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:38 am
לאקאציע: היכל הנגינה

תגובהדורך גם זקנתי » זונטאג נובעמבער 25, 2018 4:39 am

געהערט א שטיק צייט צוריק פון א באקאנטן טעראפיסט אויף קול מבשר:
"און ער האט א שווערע צייט צו פארשטיין א צווייטן"
ס'דא מענטשן וואס האבן ליב געפילטע פיש,
און ס'דא מענטשן וואס גייען מיט א קוטשמע.

(קרעדיט: לאנגזאם)

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 7:08 pm

שאך אויף ניטל...

unnamed.jpg
unnamed.jpg (57.27 KiB) געזעהן 1245 מאל
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 11:39 pm

לעצטנס געזען אויף א געים:
"דער ערשטער שפילער אראפצולייגן זיין קארטל, איז נענטער צו זיין דער געווינער".
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:35 am

"ער איז געשטאנען אין פארנט פונעם געביידע".
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
בענאנע שאלאכץ
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 01, 2017 6:46 pm

תגובהדורך בענאנע שאלאכץ » מיטוואך אפריל 10, 2019 11:21 am

דא איז דא א סייט פון אידישע ווערטער , עס איז זייער אינטערעסאנט ווי ווען מען שרייבט עפעס קומען ארויף ריזאלט'ס וואס האבן נישט קיינ הענט און קיין פיס
ווי צום ביישפיל
Picture1.png
Picture1.png (158.13 KiB) געזעהן 851 מאל

https://wordsimilarity.com

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך אפריל 10, 2019 2:47 pm

קיקיון האט געשריבן:
יודל קליין האט געשריבן:................דו טראגסט א שטריימל? איך ווייס נישט פונקטליך פון וואס דאס איז אפגעטייטשט.........

דו טראגסט א שטריימעל שטאמט נישט פון ענגליש


איך כאפ נאך נישט דעם עוולה פון די זאץ.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג אפריל 16, 2019 3:12 pm

קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך אפריל 17, 2019 1:14 pm

קומא עד

"ווייטעמינס זענען שווער צו שלינגען אויף פסח"
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אפריל 17, 2019 3:39 pm

ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס איך זע דעם ענגלישן 'by' גרייזיג פארטייטשט צו 'ביי'.

ivasm1.jpg
ivasm1.jpg (42.47 KiB) געזעהן 713 מאל
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 15, 2019 5:34 pm

די דעליווערי איז אמאל געווען ארעסטירט, צו וואס?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
צעגראדזשעט
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:02 am
לאקאציע: אין מיין שוך

תגובהדורך צעגראדזשעט » מיטוואך מאי 15, 2019 5:49 pm

לאקאציע - לאקאל - דעבאטירן - אינפעקציע... וכו'
וועלכע שפראך זענען די ווערטער?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 15, 2019 6:32 pm

מגייר זיין ענגלישע ווערטער איז א נושא פאר זיך. איך האלט אז מ'קען עס נישט באצייכענען אלס אומריכטיג.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך מאי 15, 2019 7:12 pm

וואטס דע ביג דיעל?
איך וועל איבערחזר'ן וואס איך האב אמאל געשריבען
אבותנו האבען ניט געוואלט ניצען לה"ק און אודאי נישט די שפראך פון די גוים
האבען זיי גענימען די גוישע שפראך און פערהארגעט און אריין געמישט אביסעל פערגרייזטען לה"ק
די פארסט מיט וואס א CAR אדער אן AUTO ?
ווען די ווילסט ניט נוצען מזומנים ניצט די נישט א CHECK אדער CREDIT CARD ??
ווי אזוי הייסט דער איזעי אויף וואס די שרייבסט א "קלאפערגעצייג " אדער א KEYBOARD ?
און אויף וואס קוקסט די יעצט ווען די ליינסט\לעזט מיינע שטיסעם?
לדעתי הקלושה איז YINGLISH פונקט אזוי אידיש ווי אידיש וואס אבותינו האבען גערעדט
לאדינא וואס די ספרדישע אידען האבען גערעדט
Dzhidi וואס די פערסישע אידען האבען גערעדט
: عربية يهودية וואס אידען אין אראבישע לענדער האבען גערעדט ,
,Yevanic וואס גריכשע אידען האבען גערעדט

גרשון
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מיטוואך מאי 15, 2019 10:43 pm

קיקיון האט געשריבן:וואטס דע ביג דיעל?
איך וועל איבערחזר'ן וואס איך האב אמאל געשריבען
אבותנו האבען ניט געוואלט ניצען לה"ק און אודאי נישט די שפראך פון די גוים
האבען זיי גענימען די גוישע שפראך און פערהארגעט און אריין געמישט אביסעל פערגרייזטען לה"ק
די פארסט מיט וואס א CAR אדער אן AUTO ?
ווען די ווילסט ניט נוצען מזומנים ניצט די נישט א CHECK אדער CREDIT CARD ??
ווי אזוי הייסט דער איזעי אויף וואס די שרייבסט א "קלאפערגעצייג " אדער א KEYBOARD ?
און אויף וואס קוקסט די יעצט ווען די ליינסט\לעזט מיינע שטיסעם?
לדעתי הקלושה איז YINGLISH פונקט אזוי אידיש ווי אידיש וואס אבותינו האבען גערעדט
לאדינא וואס די ספרדישע אידען האבען גערעדט
Dzhidi וואס די פערסישע אידען האבען גערעדט
: عربية يهودية וואס אידען אין אראבישע לענדער האבען גערעדט ,
,Yevanic וואס גריכשע אידען האבען גערעדט

אלס מסורת אבותינו איז לכאורה נישט דא קיין שום חשש צו מישן אידיש מיט ענגליש - מען קען עס טון מיט א רואיגן געוויסן. עס איז נאר אז פאר מענטשן וואס האבן א געפיל צו ליינען און שרייבן שטעכט זיי די אויגן ווען מען טאנצט אויף צוויי שפראכן אהין און צוריק, גלייך ווי טעותים אין אויסלייג און אין גראמאטיק.

כלפי דער עצם שאלה: עס ווענדט זיך צי עס איז דא א אידישע ווארט וואס ניצט זיך געשמאק צי נישט. אויב יא, פארוואס "מגייר" זיין א פרעמד ווארט, א שטייגער ווי "פאפולאציע" אין פלאץ פון "באפעלקערונג"; אויב נישט, קען דאס ווארט אריינקומען תחת כנפי אידיש און ווערן א חלק פון דער שפראך.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט