רעדן אידיש אדער טייטשן ענגליש

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

רעדן אידיש אדער טייטשן ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

איך עפן אויף דעם אשכול צוליב דעם וואס עס ווערט לעצטנס מער און מער באנוצט די אזוי גערופענע אידיש שפראך וואס מען רעדט טאקע אידישע ווערטער אבער די אויסלייג פון די ווערטער איז לויט די ענגלישע שפאך.

ביז לעצטנס ווען מען האט געהערט איינעם רעדן אזוי האט מען פארשטאנען אז ער איז א בעל תשובה אדער אויפן בעסטן אופן אז זיין מאמע לשון איז נישט געוועהן אידיש, אבער לעצנטס ווערט די סארט שפראך מער און מער באנוצט עד כדי כך אז אפילו אין היימישע פאבליקאציעס ווי קינדליין זעהט מען שוין צומאל געשריבן אויף דעם אופן.

איך וועל נאר שרייבן עלטיכע משלים פאר ווער ס'פארשטייט ניטש וואס איך מיין.

וואו קומסטו פון אנשטאט פון ווי קומסטו איבער געטייטשט where are you coming from

וואו גייסטו צו איבער געטייטשט פון where are you going to

וואס רעדסטו פון - what are you talking about

דו טראגסט א שטריימל? איך ווייס נישט פונקטליך פון וואס דאס איז אפגעטייטשט

ביסט געקומען אויף צייט - you came on time

וויפיל אזייגער איז עס - what time is it

דו טוסט דעס אויף שבת? - you are doing this on shabos

וועלכע צייט קומסטו אהיים - what time are you coming home


עס איז פארהאן נאך צענדליגע משלים איך האב פשוט יעצט געשריבן ווייל איך האב יעצט אראפ געלייגט די טעלעפאן מיט איינער וואס האט אזוי גערעדט און ס'האט מיר געגריזעט אין די אויער.
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אויף אייוועלט זעט מען עס אויך אסאך, און ס'נערווירט מיך געפעערליך!
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

איך האב אויך נישט ליב אזוי צי רעדן אבער אסאך מאל כאפ איך מיר נישט און רעדט אזוי און שרייב אזוי
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

יודל קליין האט געשריבן:................דו טראגסט א שטריימל? איך ווייס נישט פונקטליך פון וואס דאס איז אפגעטייטשט.........

דו טראגסט א שטריימעל שטאמט נישט פון ענגליש
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

איך ווייס נישט צי עס שטאמט פון ענגליש אבער פונקט אזוי נערווירענד
אמאל האט מען געזאגט דער רב און די רביצין
היינט איז אלעס דע
אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גין-גאלד »

געשיקטער האט געשריבן:איך ווייס נישט צי עס שטאמט פון ענגליש, אבער פונקט אזוי נערווירנד.
אמאל האט מען געזאגט דער רב און די רביצין, היינט איז אלעס דע

ביים רעדן איז זייער נארמאל און אריגינעל צו זאגן אלעס מיט א דע.
נאר ביים שרייבן דארף מען מדייק זיין.

אדרבה, דו ווייסט צו זאגן אז ''אמאל'' זאל מען יא מדייק זיין אויף דעם ביים רעדן?
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

גין-גאלד האט געשריבן:ביים רעדן איז זייער נארמאל און אריגינעל צו זאגן אלעס מיט א דע.
נאר ביים שרייבן דארף מען מדייק זיין.

אדרבה, דו ווייסט צו זאגן אז ''אמאל'' זאל מען יא מדייק זיין אויף דעם ביים רעדן?

יא איך געדענק קלאר ! און רעד נאך היינט אזוי


מען האט נישט מדייק געווען דאס איז געווען דער נארמאלער שפראך

אפילו דער ג'גולם האלט אזוי
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

בייזערט אייך נישט...

מען האט טאקע געזאגט "דער רב," אבער וויבאלד ביים רעדן שנעל-נארמאל איז עס צוויי מאל די אות "ר" הערט זיך עס נאר איינמאל, "דע רב."

ווידעראום די רביצין, האט מען טאקע געזאגט "די" נאר בלשון רפה, ט'זיך עס געהערט ווי "דע."

בכלל די רייע פון ווערטער, "וואו קומסטו פון" אדער "פון וואו קומסטו," האט יעדע שפראך איר אייגענע גראמאטיק אויף די "סיקווענץ" פון די סארט ווערטער. (אגב, "דא" אין דעם פאל קומט טאקע "איר," אבער נישט ביי די טראמפ אדמיניסטאציע אדער מוסד התורה, ווי מ'זעהט אין די היינטיגע צייטונגען, "איר" אויף, למשל, כולל טעקנדארף ד'פריפיטשיק, אז "איר" חשובער מנהל איז געפארן אויף וכו').

אין לשון קודש זאגט מען "איני יודע," וואס רויע טיישט איז "איך נישט ווייס." להבדיל אויף ענגליש זאגט מען I DONT KNOW, וואס רויע אידיש טיישט איז "איך טו נישט וויסן." אידיש איז, "איך ווייס נישט." אני יודע לא, אדער להבדיל I KNOW NOT.

מ'דארף טאקע אכטונג די זעלבע ביי "פון וואו קומסטו," ווייל די שפראכן זענען אנדערש אויף דעם. "מאיפה אתה בא," און להבדיל WHERE ARE YOU COMING FROM. אויב מ'וויל דוקא פארדרייען, זאל מען עס זאגן בדיוק, "וואו זענט איר קומען פון"???


געשיקטער האט געשריבן:
גין-גאלד האט געשריבן:ביים רעדן איז זייער נארמאל און אריגינעל צו זאגן אלעס מיט א דע.
נאר ביים שרייבן דארף מען מדייק זיין.

אדרבה, דו ווייסט צו זאגן אז ''אמאל'' זאל מען יא מדייק זיין אויף דעם ביים רעדן?

יא איך געדענק קלאר ! און רעד נאך היינט אזוי


מען האט נישט מדייק געווען דאס איז געווען דער נארמאלער שפראך

אפילו דער ג'גולם האלט אזוי
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מזל מידיע האט געשריבן:אויב מ'וויל דוקא פארדרייען, זאל מען עס זאגן בדיוק, "וואו זענט איר קומען פון"???

:grin:
ברוכאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכאוויטש »

שטעלט אייך פאר ווען איך זאל רעדן ענגליש אויף דעם אופן למשל איך ווען איינער פרעגט אויף אזוי גערופענע אידיש "וואס איז די צייט?" וואלט איך געפרעגט אויף ענגליש how much a clock is

אזא פנים האט עס
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

געזען לעצטנס ערגעצוואו שטיין "מ'קען עס באקומען ביי אימעיל". ווייסט איינער ווער דער מיסטער "אימעיל" איז, און ווי מ'קומט אן צו אים?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

געשיקטער האט געשריבן:
גין-גאלד האט געשריבן:ביים רעדן איז זייער נארמאל און אריגינעל צו זאגן אלעס מיט א דע.
נאר ביים שרייבן דארף מען מדייק זיין.

אדרבה, דו ווייסט צו זאגן אז ''אמאל'' זאל מען יא מדייק זיין אויף דעם ביים רעדן?

יא איך געדענק קלאר ! און רעד נאך היינט אזוי


מען האט נישט מדייק געווען דאס איז געווען דער נארמאלער שפראך

אפילו דער ג'גולם האלט אזוי

אמאל האט מען נישט געקענט אזוי גוט ענגליש האט מען דעריבער נישט אזויפיל גערעדט ענגליש איז נישט אריינגעפאלן קיין ענגליש אינעם אידיש, משא"כ היינט ווען א ריזן חלק כלל ישראל רעדט ענגליש דורכן טאג.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

שפראך און געאגראפיע גייען אינאיינעם. אין ענגלאנד און פראנקרייך רעדט מען אן ענליכן שפראך. שפאניע און איטאליע האבן אן ענליכע שפראך. און, בבל און ארץ ישראל האבן געהאט אן ענליכע שפראך (לשה"ק און אראמיש).

ס'איז לא ימלט אז אן עקזיסטירנדע שפראך זאל נישט באאיינפלוסט ווערן פון די אנגענומענע 'הויפט' שפראך פון א געגענט. פאקטיש, אזוי זענען שפראכן באשאפן געווארן. מענטשן וואס האבן גערעדט איין שפראך האבן זיך געצויגן צו אנדערע געגנטער און דער קולטור, אומגעגענט און אלטע צו נייע איינוואוינער, האבן אומדירעקט פארמירט א נייעם שפראך.

ס'איז אבסאלוט נישט קיין עבירה "משנה" צו זיין פון אידיש. יעדע שפראך טוישט זיך מיט די יארן. וויפיל ווערטער אין די ענגלישע קאנסיטוטציע זענען שוין היינט לאנג ארויס פון באנוץ? אזוי גייט עס. דור הולך ודור בא. א שפראך האלט זיך איין רוקן. לשון הקודש איז א הייליגע שפראך, דאס בלייבט אומבארירט. "והוא לא ישתנה". אבער אנדערע שפראכן?! פארוואס נישט?

מיך נערווירט אויך שרעקליך שינויים אדער אמעראצעסן אין אידיש, גענוי ווי פאר מיינע עלטערן זז"ג פלעגט נערווירן ווען איך און מיין קליינער ברודער'ל נ"י האבן זיך נישט געקענט דערלערנען דעם חילוק צווישן 'מיך' און 'מיר'. אבער מען מוז זיין אפן צום געדאנק אז נייע ווערטער זייט ביי זייט מיט גראמאטישע ענדערונגען גייען פאסירן צו אידיש.

די טענה אין דעם אשכול איז לכאורה א לעגיטימער. ווי דער בית האט עס מסביר געווען, דער 'סעקווענץ' פון די גראמאטיק איז אנדערש אין יעדע שפראך, און עס הערשט דערין א שרעקליכער עם-הארצות. פארט קען מען נישט בלייבן האקן אויפן טיש אז דער ווארט, יענער ווארט טרעפט מען נישט אין די אידישע ליכט'ן פון די כ' יארן.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

זייער וואויל ארויסגעברענגט, דיין שטעלונג איז אויך מיין שטעלונג.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

viewtopic.php?p=1789530#p1789530
גרויסע רעדנער האט געשריבן:די מער איך הער עס, די מער האב איך ליב די סידי!!

וועלכע שפראך איז דאס?
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1789530#p1789530
גרויסע רעדנער האט געשריבן:די מער איך הער עס, די מער האב איך ליב די סידי!!

וועלכע שפראך איז דאס?

איך אנטשולדיג זיך פאר די אידיש פראפעסארן דא. יא איך טייטש צומאל אידיש פון ענגליש ווען ס'איז די בעסטע וועג עס ארויסצוברענגען. איינען האט א פראבלעם דערמיט דא?
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

פון אידישן פאקטיש איז געווארן דער ענגלישער אין פאקט
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

גרויסע רעדנער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1789530#p1789530
גרויסע רעדנער האט געשריבן:די מער איך הער עס, די מער האב איך ליב די סידי!!

וועלכע שפראך איז דאס?

איך אנטשולדיג זיך פאר די אידיש פראפעסארן דא. יא איך טייטש צומאל אידיש פון ענגליש ווען ס'איז די בעסטע וועג עס ארויסצוברענגען. איינען האט א פראבלעם דערמיט דא?

דער גלייכער וועג עס צו זאגן איז, "ווי מער איך הער עס, אלץ מער האב איך ליב די סידי!" און איך גלייב אז ס'איז פיל מער פארשטענדליך פאר אלע אידיש רעדנדע, נישט נאר פאר "פראפעסארן" ווי איר רופט דאס.
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

מ'קען אמאל הערן פון ענגליש רעדנדע "סוף טאג" ("סוף" מיט א שארפע חולם שטייצעך) במקום
at the end of the day

נאך אביסל וועט איינער פרעגן די אידיש פראפעסארן דא וואס די פראבלעם איז
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

'די רעכטע הענט' - פון ענגליש: hand.
'מיט אן' - without.
ביידע הנ"ל גריזשען געפערליך.
לדעתי איז 'דריי זיך אויס' ריכטיגער פון 'דריי זיך ארום' וואס קומט מעגליך פון turn around.
אין ירושלים האב איך נאר געהערט 'זעץ זאך [=זיך] אוועק'. אולי איז 'זעץ זיך אראפ' א תרגום פון sit down. והדבר בספק אצלי.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:'מיט אן' - without.

נישט געכאפט.
דו מיינסט אוודאי מיט א קמץ אונטערן אל''ף.
מאך מיר דעם משל ווען נוצן עס מענטשן.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

איך בין נישט איבערצייגט אז דאס איז א נייע וועג פון רעדן און/אדער אז דאס האט שייכות צו ענגליש. כ'דענק מענטשן וואס פלעגן אזוי רעדן אסאך יאָרן צוריק.

איין עלטערע איד דענקיך פון אלץ קינד, פלעגט זאגן אויף ביידע וועגן אין איין זאץ, למשל: "ווער אידאס ווער", "פון ווי קומסטו ווי", "וואס איז געווען וואס" א.א.וו...
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

האפ קאזאק האט געשריבן:
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:'מיט אן' - without.

נישט געכאפט.
דו מיינסט אוודאי מיט א קמץ אונטערן אל''ף.
מאך מיר דעם משל ווען נוצן עס מענטשן.
ער איז געגאנגען אין געשעפט 'מיט אן' זיין מאמע...
קריכט געפעעעערליך!
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
גרויסע רעדנער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1789530#p1789530
גרויסע רעדנער האט געשריבן:די מער איך הער עס, די מער האב איך ליב די סידי!!

וועלכע שפראך איז דאס?

איך אנטשולדיג זיך פאר די אידיש פראפעסארן דא. יא איך טייטש צומאל אידיש פון ענגליש ווען ס'איז די בעסטע וועג עס ארויסצוברענגען. איינען האט א פראבלעם דערמיט דא?

דער גלייכער וועג עס צו זאגן איז, "ווי מער איך הער עס, אלץ מער האב איך ליב די סידי!" און איך גלייב אז ס'איז פיל מער פארשטענדליך פאר אלע אידיש רעדנדע, נישט נאר פאר "פראפעסארן" ווי איר רופט דאס.

גערעכט.
די נקודה איז אז כ'האב עס טאקע געוואלט איבערטייטשן פון ענגליש, נישט כאפענדיג אז ס'דא א וועג עס צו זאגן אויף אידיש. יישר כח.
איך מיין אבער אז די וועג פון עס אראפלייגן "וועלעכע שפראך איז דאס?" ווי כאילו איך האב יעצט געשריבן ספאניש און דו פארשטייסט טאקע נישט וואס איך וויל, איז מיאוס איבערגעטריבן!
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

גלאזער האט געשריבן:פון אידישן פאקטיש איז געווארן דער ענגלישער אין פאקט

מן הסתם געדארפט צו זיין א פליק דירעקטירט צו מיר לגבי מיין חתימה, איך אנטשולדיג מיך אבער פארן עס נישט כאפן. אויב איז עס געווען גענוג וויכטיג און גענוג גוט, ביטע קום אין אישי.
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”