מן הסתם געדארפט צו זיין א פליק דירעקטירט צו מיר לגבי מיין חתימה, איך אנטשולדיג מיך אבער פארן עס נישט כאפן. אויב איז עס געווען גענוג וויכטיג און גענוג גוט, ביטע קום אין אישי.
מן הסתם געדארפט צו זיין א פליק דירעקטירט צו מיר לגבי מיין חתימה, איך אנטשולדיג מיך אבער פארן עס נישט כאפן. אויב איז עס געווען גענוג וויכטיג און גענוג גוט, ביטע קום אין אישי.
מן הסתם האסטו געמיינט צו שרייבן א פליק געריכטעט צו מיר לגבי מיין חתימה... בכל אופן מיין איך זאלסט אנטלויפן פון דעם אשכול באצייטנס, וועסט פון דא נישט אזוי שנעל ארויסקריכן...
האב מיר געהאט היינט אינדערפרי די זכי' צו הערן אן אמת'דיגע חידוש איך פרעג פון א ישיבה'שע בחור וואס מאכט איר? ענטפערט ער מיר "אזוי ווייט אזוי גוט" ס'האט מיר געדויערט אביסעל צו כאפן די עמקות דערפון אבער ב"ה אין ביהמ"ד בלא חידוש
קיקיון האט געשריבן:וואטס דע ביג דיעל? איך וועל איבערחזר'ן וואס איך האב אמאל געשריבען אבותנו האבען ניט געוואלט ניצען לה"ק און אודאי נישט די שפראך פון די גוים האבען זיי גענימען די גוישע שפראך און פערהארגעט און אריין געמישט אביסעל פערגרייזטען לה"ק די פארסט מיט וואס א CAR אדער אן AUTO ? ווען די ווילסט ניט נוצען מזומנים ניצט די נישט א CHECK אדער CREDIT CARD ?? ווי אזוי הייסט דער איזעי אויף וואס די שרייבסט א "קלאפערגעצייג " אדער א KEYBOARD ? און אויף וואס קוקסט די יעצט ווען די ליינסט\לעזט מיינע שטיסעם? לדעתי הקלושה איז YINGLISH פונקט אזוי אידיש ווי אידיש וואס אבותינו האבען גערעדט לאדינא וואס די ספרדישע אידען האבען גערעדט Dzhidi וואס די פערסישע אידען האבען גערעדט : عربية يهودية וואס אידען אין אראבישע לענדער האבען גערעדט , ,Yevanic וואס גריכשע אידען האבען גערעדט
וכן קבלתי מהגה"צ ר' אליעזר חיים בלום זצ"ל און דאס איז פשוט. די ציל פון יידיש איז צו רעדן אנדערש ווי די גוי. אויב איז מען מגייר א ווארט איז דאס פינקט אזוי גוט ווי די דויטשע, פולישע, אונגארישע, וכו' ווערטער וואס זענען מגויר געווארן דורכאויס די דורות.
אין אנדערע ווערטער, grape juice איז ענגליש, בשעת גרעיפ דזשוס איז יידיש.
טייערע אייוועלט שרייבער, free אויף אידיש איז אומזיסט, נישט פריי! פריי מיינט אן קיין שיעבוד, עול, יאך, לאסט, משא, וכו' וגו' ודי. איינער וואס היט רח''ל נישט די תו''מ (מיינט אז ער) איז 'פריי' פון די שיעבוד פון די תורה. א קנעכט וואס איז געווארן 'באפרייט' איז 'פריי'. אין אמעריקע איז ב''ה יעדער 'פריי' צו היטן זיין רעליגיע. אבער דיין גראסערי, בוטשער אדער פארמאסי שטעלט צו (אדער נישט) 'אומזיסטע' ליפערונגען (פרי דעליווערי אויף ענגליש). מיט זיין בעסטן ווילן קען ער אייך נישט צושטעלן פרייע דעליווערי, ווייל עס עקזיסטירט נישט אזא באשעפעניש. איר האט די ברירה אנצורופן די ליפערונגען 'ליפערונג פריי-פון-אפצאל', אבער איך מיין אז ס'איז גריגער צו שרייבן פשוט 'אומזיסט'. (אדער קענט איר שרייבן 'פרי', פונקט ווי איר שרייבט דעליווערי...)
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.