מלעיל מלרע

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

רב טקסט האט געשריבן:מיינסט די טעם זרקא, וואלסט געדארפט אויך מאכן באלד די ווארט מצרים וועלכע'ס האט א טעם סגול.

גערעכט רב טקסט, טעיתי. דעם זרקא האב איך געמיינט.

האט זיך געלוינט דער טעות אז רב טקסט זאל מגיב זיין.

מצרים האב איך נישט געמאכט באלד ווייל עס באלאנגט אינעם קומענדיגן כלל וואס איך האב געשריבן.


לגבי פתח גנובה איז טאקע אינטערעסאנט דער בוצע און בוקע, און באמת ווי געשריבן אויבן ביי א פתח גנובה אפי' אויב דער ניגון איז אויפן תנועה השנית (פאר מתחילים: תנועה ראשונה איז די לעצטע, תנועה השני איז איינס פאר די לעצטע, און תנועה השלישית איז צוויי ארויף ווי אין נערמו און נעמדה) קען עס נאך ווערן גערופען מלרע, און דאס איז מיר געווען א גאר א גרויסער חידוש ווען איך האב א צייט צוריק געזען אין א ספר וואס רופט א ווארט מיט א פתח גנובה א מלרע, אבער אזוי איז עס.
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

איך האב געהערט מעניינא דיומא, הלל פון ראש חודש:
אנא ד' הושיעה נא, הושיעה - איז מלעיל (אויף דעם ש').
אנא ד' הצליחה נא, הצליחה - איז מלרע (אויף דעם ח'). אויב מ'איז מטעים דעם ל' איז שינוי הענין.
און "אנא", אוו איז דער טעם?
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

רב טקסט האט געשריבן:די טראפ פון נערמו איז אודאי נישט קיין טעות, און די זעלבע איז אין איכה: שרקו ויחרקו שן, די טראפ אויפן יו"ד, אויב דענק איך גוט איז דא נאך אזא זאך בקצת ספרים ערגעץ אין די געגנט פון האזינו וזאת הברכה.

עס איז יערפו-טל אין וזאת הברכה.

יעצט זעה איך אין די לעצטע תגובה פון מיגו האט ער מרמז געווען אויף נאך אזא פאל, נעמדה יחד, אין איינע פון די הפטרות, כ'מיין פרשת עקב.


מיגו האט געשריבן:לגבי פתח גנובה איז טאקע אינטערעסאנט דער בוצע און בוקע, און באמת ווי געשריבן אויבן ביי א פתח גנובה אפי' אויב דער ניגון איז אויפן תנועה השנית (פאר מתחילים: תנועה ראשונה איז די לעצטע, תנועה השני איז איינס פאר די לעצטע, און תנועה השלישית איז צוויי ארויף ווי אין נערמו און נעמדה) קען עס נאך ווערן גערופען מלרע, און דאס איז מיר געווען א גאר א גרויסער חידוש ווען איך האב א צייט צוריק געזען אין א ספר וואס רופט א ווארט מיט א פתח גנובה א מלרע, אבער אזוי איז עס.


דאס אז די ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א פתח גנובה הייסט מלרע, זעהט מען:
א. אין די דערמאנטע פסוקים ווי מען זעהט אז עס איז דא דא א קירוב הטעמים וואס ברענגט א נסיגה.
ב. לגבי די תרין פשטין, לפי ספרי ספרד וואס מאכן געווענליך צוויי פשטא'ס ביי א מלעיל אבער נישט ביי א פתח גנובה ווי נח, מזבח, עי' אור תורה ומנחת שי פ' נח, לך. (די פשט אין דעם איז ווייל מען ליינט אנדערש א פשטא ווי א תרין פשטין, כ'קאן אבער יעצט נישט אריינקריכן אין דעם באריכות מיט די מקורות).
ג. אסאך פון די משוררים רעכענען נישט די לעצטע תנועה - די פתח גנובה, אין די מנין התנועות, אין די משקל השיר.
ועי' כאן ווי הר"ר מנחם לונזאנו שרייבט קעגן דער מהלך (וז"ל שאומר לכל שיח צח יואל והייתי אומר כי שיח הוא ב' תנועות והוא רוצה לעשותו תנועה א' ואינו יכול), עס איז אבער פארט געווען אנגענומען ביי פילע.

די פשט אין דעם איז אז א געווענליכע מלעיל, פארמאגט א שטערקערע קוועטש ווי א מלרע, אריינצונעמען אין זיך אויך די נעקסטע תנועה. אבער ביי די פתח גנובה ווערט עס אינגאנצן איינגעשלינגען אין די פריערדיגע תנועה. (כ'האב צומאל מענטשן וואס טענה'ן אז איך ליין נישט די אות מיט א פתח. ואין בידי להסביר יותר בכתב).
לעצט פארראכטן דורך רב טקסט אום מיטוואך יאנואר 17, 2018 7:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

ODOM האט געשריבן:איך האב געהערט מעניינא דיומא, הלל פון ראש חודש:
אנא ד' הושיעה נא, הושיעה - איז מלעיל (אויף דעם ש').
אנא ד' הצליחה נא, הצליחה - איז מלרע (אויף דעם ח'). אויב מ'איז מטעים דעם ל' איז שינוי הענין.
און "אנא", אוו איז דער טעם?


לגבי הצליחה איז עס סתם א דמיון. זעה דא
אנא, איז די טראפ אויפן נו"ן. יש בספרים א מתג אויפן אל"ף, כ'דענק נישט אויב עס איז א דבר מוסכם.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב טקסט האט געשריבן:אנא, איז די טראפ אויפן נו"ן. יש בספרים א מתג אויפן אל"ף, כ'דענק נישט אויב עס איז א דבר מוסכם.

כבוד הרב, ס'איז דאך שנוי במחלוקת ועיין במנחת שי.
Capture1.JPG
Capture1.JPG (30.4 KiB) געזען 3690 מאל

ושם באנה ה' מלטה נפשי כתב:
Capture.JPG
Capture.JPG (198.86 KiB) געזען 3690 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב טקסט האט געשריבן:לגבי הצליחה

ע"ש ששנוי במחלוקת ולפי הרד"ק במנחת שי, איז טאקע הושיעא מלעיל און הצליחה מלרע.
Capture2.JPG
Capture2.JPG (91.25 KiB) געזען 3688 מאל


[offtopic]איך האב בכוונה נישט געשריבן ביז איצט, ווייל לפענ"ד איז נישט ריכטיג צו שרייבן אין די ענינים נאר ווען ס'איז באגרינדעט אויף פריערדיקע ספרים[/offtopic]
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

ייש"כ

בענין הצליחה, האב איך זיך באצויגן אויף וואס ער האט צוגעלייגט אז עס איז משנה די משמעות.
ובטעם השינוי אז הושיעה איז מלעיל און הצליחה מלרע, עי' מש"כ רו"ה ז"ל, בקישור שהבאתי בפורום אוצר החכמה שבקישור בהודעתי דלמעלה.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

מיגו האט געשריבן:א ווארט וואס א האט א פתח גנובה ווי ריח ניחוח וואס מ'זאגט ביי אונז מיט אן אלף פאר די לעצטע אות, וועט מען אלעמאל צוריקרוקן די תנועה איינס ארויף און נישט מדגיש זיין דעם גע'גנב'טן אלף.

דער חידוש איז אז דאס קען גאר צומאל גערופן ווערן אז דער ווארט איז מלרע אבער דער דאס וועט נישט כולל זיין דעם לעצטן תנועה נאר איין תנועה פאר'ן אלף. איך האב נישט קיין משל ביי די האנט.

און דאס איז נוגע נישט נאר ביי אות ח' נאר אויך ביי אותיות ה' און ע' וואס דארט קומט אויך אן פתח אלף פארן לעצטן אות, ווי למשל ביים ווארט מדוע קומט עס צו זאגן מדואע, אדער ביי גבוה-גבואה, אבער דער דגש באלאנגט קיינמאל נישט ביים צוגעלייגטן אלף.

איז אזוי, די וואס זענען נישט מקפיד צו זאגן מדואע (קורין לאלפין עיינין, ווי רוב פון אונז) קען זיין אז זיי קענען מדגיש זיין דעם ע' אויב דער ווארט איז מלרע. און הגם ווען מיין בעל קורא זאגט דעם רביעי אויפן ע' פון מדוע אדער יהושע שטערט עס מיך ביז גאר, קען אבער זיין אז ער טוט ריכטיג, ווייל כידוע זענען די כללי לשון הקודש געבינדן און קען זיין אז נאר ווייל דארט איז דא אן א' רוקט מען צוריק די תנועה.

אבער ביי הלל ווי מ'זאגט מלפני אלו-ה יעקב, דארט זענען דא חזנים וואס ווייסן אז מ'זאגט אלו-אה, און זיי זיינען מדגיש דעם א משום החידוש שבו... אבער זיי טוען נישט ריכטיג, היות ס'איז א פתח גנובה ברויך מען מדגיש זיין דעם ל' און מוותר זיין אויפן חידוש (ס'איז זייער שווער צו טון ביידע).


מנהג המדקדקים טאקע צי מאכן א פת"ח גנובה אפילו ווען עס ענדיגט זיך מיט א פת"ח ה', ומנהג העולם אינו כן, וטרם מצאתי מקור לפת"ח גנובה באות ה', ובמנחת שי שטייט נאר ע' מיט ח'.
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

דער אבן עזרא דא און דא.


דער מנחת שי גייט בכלל נישט אריין דארט אין די אותיות, ער רעדט נאר וויאזוי מען ליינט עס, ווייל באמת האט עס נישט מיט די אותיות, עס איז אזוי ביי יעדן פתח סוף ווארט, ביי קיין שום אנדערע אות איז בכלל נישט דא אזא זאך א פתח סוף ווארט, ביי די 3 אותיות הגרון ווערט אלעמאל א פתח [פארדעם!] ווען עס איז נאך א תנועה גדולה, און די פתח איז אויף די אות פארדעם. והראיה היותר גדולה לזה, ווייל עס איז נישט מרפה די בג"ד כפ"ת נאכדעם.

באמת ביי א ה"א קען מען גאר אנדערש נישט זאגן, ווייל עס האט דאך אייביג א מפיק.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

רב טקסט האט געשריבן:דער אבן עזרא דא און דא.


דער מנחת שי גייט בכלל נישט אריין דארט אין די אותיות, ער רעדט נאר וויאזוי מען ליינט עס, ווייל באמת האט עס נישט מיט די אותיות, עס איז אזוי ביי יעדן פתח סוף ווארט, ביי קיין שום אנדערע אות איז בכלל נישט דא אזא זאך א פתח סוף ווארט, ביי די 3 אותיות הגרון ווערט אלעמאל א פתח [פארדעם!] ווען עס איז נאך א תנועה גדולה, און די פתח איז אויף די אות פארדעם. והראיה היותר גדולה לזה, ווייל עס איז נישט מרפה די בג"ד כפ"ת נאכדעם.

באמת ביי א ה"א קען מען גאר אנדערש נישט זאגן, ווייל עס האט דאך אייביג א מפיק.

א דאנק, כל רז לא אניס.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חזון-איש'ניק האט געשריבן:ובמנחת שי שטייט נאר ע' מיט ח'.

תמחול לי, בזכרוני שמוזכר בכמה מקומות במנחת שי, ובעניי שכחתי אי-ה מקומם.

ובמאמר המאריך כתב שקריאתה כעין מפיק ה"א.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

אינטערעסאנט באמערקט אין הפטורה דעם שבת:
עורי עורי דבורה עורי עורי דברי שיר.
די צווי ערשטע "עורי", איז מלרע, די צויי אנדערע די לעצטע איז מלעיל.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

זייער אינטערעסאנט.

דער רד"ק אויפן פלאץ באמערקט עס אבער זאגט נישט קיין טעם, אויך דער מנחת שי ברענגט אזוי פון רד"ק אין מכלול אבער אויך דארט זאגט דער רד"ק ס"ה אז מ'טרעפט אז עורי איז מלרע, משמע אז בעצם לפי הכללים דארף עס זיין מלעיל נאר דארט איז עס נשתנה געווארען צו מלרע. אדער יתכן אז עס איז סובל ביידע וועגן.. (?)

שובי שובי (שיר השירים ז) מלעיל

וכבר באו מלרע:
עורי עורי דבורה (שופטים ה)
שובי נפשי למנוחיכי (תלים קי"ט)
עורי עורי לבשי עז (ישעי' נא)
עֲלִי עֵילָם צוּרִי מָדַי (ישעי' כא)





http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=204
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

אין די וואכעדיגע סדרה, תרומה, איז דא א פסוק מיט דעם ווארט "ויצקת", וואס דער ו' מאכט עם פון א עבר אויף א עתיד, און ס'איז א מלעיל "וְיָצַ֣קְתָּ לּ֗וֹ אַרְבַּע֙ טַבְּעֹ֣ת זָהָ֔ב" (פסוק י"ב).
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

אלס נסוג אחור
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

מען האט דאס שוין דערמאנט אויבין דא:

posting.php?mode=quote&f=17&p=1590161

פון דא געברענגט א ראיה אז א נסוג אחור מאכט דעם ווארט א מלעיל, זעט מען אז ס'איז נישט מעכב בדיעבד.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

ויש לדון הרבה אויב עס איז א ראיה,
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

געווענטליך איז יעדע ווארט מלרע, אויסער אין די פאלגענדע פעלער ווען עס איז מלעיל:
סוף ווארט: סגול וסגול (אֶאֶא) - שֶמֶש, חֶרֶב, כוֹתֶבֶת.
סוף ווארט: צירה וסגול (אֵאֶא) - סֵפֶר, עֵסֶק.
סוף ווארט: סגול ופתח (אֶאַא) - פֶּרַח, יֶזַע.
סוף ווארט: פתח ופתח (אַאַא) - צָרַעַת, סַחַר.
סוף ווארט: חולם-חסר וסגול (אֹאֶא) - יְכֹלֶת, יֹשֶר.
סוף ווארט: חולם חסר ופתח (אֹאַא) - צֹהַר, טֹהַר.
סוף ווארט: פתח וחיריק-חסר (אַיִא) עַרְדָּלַיִם, בַּיִת.

עס איז פאראן נאך א פאר כללים, אבער דערווייל איז דאס גענוג. אויב דער עולם וועט וועלן נאך וועלן מיר מוסיף זיין אי"ה.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

אין מגילה: בערב היא באה ובבוקר היא שבה, אויב מען מאכט דאס א מלעיל, איז דאס לשון עבר, זי איז געקומען, זי איז צוריק געקומען.
מען דארף זאגין מלרע.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

און דאס זעלבע ביי: ובזה הנערה באה.
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

משא"כ די ערשטע בא"ה איז מלעיל.

ועכ"ז האבן גדולים נישט מדייק געוועזן דערויף.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

יא יא אזוי ווי מ'האט קיינמאל נישט מדייק געווען ביי די אלע מקומות מלעיל און מלרע
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

בראשית ברא האט געשריבן:יא יא אזוי ווי מ'האט קיינמאל נישט מדייק געווען ביי די אלע מקומות מלעיל און מלרע

אבער ביים זאגן די שם הוי"ה ברויך מען יא נזהר זיין מחמת קדושת השם צו זאגן דעם שם מלרע (מ"ב סי' ה'), דהיינו לויפן צום נו"ן און אים געהעריג מדגיש זיין, כן נראה לדעתי הפעוט ואדרבה אקוה לתגובתך לשפר הלכתא הדין


Capture.PNG
Capture.PNG (27.39 KiB) געזען 3017 מאל
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

---

מחקתי כי טעיתי בכוונת הכותב שמעלי.
(ובענין אמירת שם אדנ''י מלרע יצויין לנו''ב או''ח קמא סימן ב'.
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

אהרן הלוי האט געשריבן:---

מחקתי כי טעיתי בכוונת הכותב שמעלי.
(ובענין אמירת שם אדנ''י מלרע יצויין לנו''ב או''ח קמא סימן ב'.

Untitled.png
Untitled.png (48.45 KiB) געזען 2937 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”