יונגערמאנ'טשיק - אורחא פורחא'ניק

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

יונגערמאנ'טשיק - אורחא פורחא'ניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

עס איז דא געוויסע ווערטער וואס לסוף געט מען א לייג צו די אויתיות וואס ענדגיט זיך "יק"
ווען איז דאס אזוי?
למשל:
יונגערמאן - יונגערמאנ'טשיק.
אורח פורחא - אורחא פורחא'ניק.
חסיד - חסיד'יק.

וואס געט דאס צו מער ווען מען לייגט צו די אויתיות? טויש דאס די יסוד המלה?

אין אזוי אויך איז פארהאן ווערטער, וואס מען זעגט בכלל מיט די אויתיות לסוף אויף די סדר,

למשל:
אונטערוועלטניק.
מדינת ישראל מיליטער'ניק (רח"ל).

איז ווען לייגט מען דאס צו, און ווען קומט דאס?
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

אלטעבחורל, דער צוגאב '-יק' אדער '-ניק' נאך א ווארט איז א סלאוויזם.
אין סלאווישע שפראכן (רוסיש, פויליש, אוקראיניש) דאס דריקט אויס פארקלענערונג און לשון חיבה (ווי אין 'בחור' - 'בחור'טשיק' אדער 'יונגערמאן' - 'יונגערמאנטשיק' בדומע צו אישישן צוגאב '-לע', ווי אין 'נאר' - 'נארעלע' אדער 'משה' - 'משה'לע') אדער לשון השתייכות (ווי אין 'חב"ד' - 'חב"דניק' אדער 'קיבוץ' - 'קיבוצניק').
פון די סלאווישע שפראכן איז די גראמאטישע פארעם אריין אין אידיש, און פון אידיש - אויך אין ארץ-ישראל'דיקן העברעישן סלענג.

אבער צה"לניק (רח"ל) קיינער זאגט דא נישט שוין עפעס לעצטע 50 יאר, אויב נישט מער (אז מ'זאגט סתם 'חייל', שוין פארשטייט מען אז מ'מיינט נישט קיין "Her Majesty's Soldier"). :wink:
די וואָר הענגט אויף א האָר
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”