הערסט? האט געשריבן:סטאוו יא פיטא האט געשריבן:הערסט? האט געשריבן:סטאוו יא פיטא האט געשריבן:הערסט? האט געשריבן:ס'קומט צום לאכן. ווען איינער מיינט אז ער ווערט פרום אנע מידסטן ידיעות הלשון... און צומאל איז ער א תלמיד חכם אבער נישט קיין יודע לשון.
ס'איז דא נאך אסאך ווערטער וואס מענטשן האבן נישט קיין האנוג אז ס'איז לשון הקודש.
(אזוי ווי איך האב פאר איינעם געשריבן אמאל אין זיין ספר ''הנדסה'' האט ער מיר געוואלט באשטיינערן...)
וואס טייטשט הנדסה אין לשה"ק?
עיין משניות עירובין פרק ה' משנה ה'
אין מודדין אלא מן המומחהוברמב"ם שם:
מומחה, הוא האדם היודע ובקי במלאכה מן המלאכות או מדע מן המדעים, ור"ל כאן שיהא יודע הנדסה ובקי במדידת הקרקעות וכו' עכ''ל.אין עברית נוצט מען די ווארט אויף דעם משמעות.
אבער אויך אויף א צווייטן משמעות וואס איז פארדרייט פון לשון הקודש, דהיינו אויף א יעדע געבוי און צאמשטעל פון א זאך. צו א צאמשטעל פון בוי מאטריאל אדער genes וכדומה.
אגב, פון וועמענס פיהמ"ש איז עס? פיהמ"ש איז דיקא נישט קיין קראנטע מקור אויף לשון...
אויף עברית, מיינט עס ENGINEERING דאכט זיך
פלתי סימן ל' :
והנה עוד קושיא אחת הקשה הש"ך (שם) הא הך כלל כל שיש ברחבו טפח יש בהקיפו שלשה טפחים, אינו מדוקדק לפי חכמי הנדסה, מחצית השקל יו''ד ק''צ סק''ח:
ועיין בשו"ת מעיל צדקה [סימן כז] ששיער על פי הנדסה מתשעה עדשים, על פי למודי אקלידס, והוא שיעור גדול קרוב למטבע כסף הנקרא בלשון אשכנז זילבר גראשן וכן בחוות יאיר ובעוד.
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אויף עברית, מיינט עס ENGINEERING דאכט זיך
אין עברית האט עס צוויי משמעויות: א. Emgineering ב. די חכמה פון אפמעסטן (מדידה).
דאס ווארט געפינט זיך אפ אין גאר אסאך ספרים פון ראשונים ואחרונים.
צי איז לשון הקודש? ווענדט זיך ווי אזוי דו ערקלערסט דעם באדייט פון לשון הקודש. אויב איז עס נאר ווערטער פון תנ"ך, דעמאלטס איז הנדסה נישט לשון הקודש; אויב רעכנט עס אריין די ווערטער פון תנ"ך בנוסף צו אלע ארמ'ישע, פערסישע, גריכישע, און לאטיינישע ווערטער פון חז"ל, איז עס נאך אלץ נישט לשון הקודש; און אויב מיינט עס אלע ווערטער וואס מ'האט געניצט אינאיינעם מיט לשון הקודש ביז דער גרינדונג פון עברית, קענסטו דאס אנרופן לשון הקודש.